בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 9:33 am
דורך יוניווערסיטי_בחור
קורקלענד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שאלה איז אבער וויפיל דער קאלעדש אינגערמאן פארדינט און וויפיל דער היימישער אינגערמאן פארדינט, ווי גרינג איז פאר׳ן קאלעדש אינגערמאן צו טרעפן א דשאב, פארהאנדעלן א גרעסערע געהאלט, באקומען א promotion, וכו׳. און בכלל, פארוואס האט דער וויליאמסבורגער דעוועלאפער געדארפט לויפן קיין מארין פארק צו טרעפן אן ארכיטעקט אויב ס׳דא אזויפיל אין וויליאמסבורג, לכאורה זענען דא געוויסע זאכן וואס נאר דער קאלעדש אינגערמאן קען טוהן. ווייסטו וואס, אויב איך וועל געדענקען וועל איך איהם פרעגן נעקסטע מאל איך טרעף איהם.

לגבי די באגאזש פון קאלעדש קענסטו אפשר מרחיב בדיבור זיין ווייל איך האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט, איך קען נישט כאפן וואסערע באגאזש איך האב צוגענומען פון קאלעדש.

דארפסט אויך רעכענען וואס דער דעגרי האט יענעם געקאסט. אויב האט ער שטודירט אן א אינקאם פינף יאר בעת ווען א אינגערמאן האט אנגעהויבן ארבייטן און זיך ארויפגעארבעט אין פינף יאר. ווער פארדינט מער. ווי ווייט איך פארשטיי איז אפי' פאר א שטודירטער א געהאלט פון מער ווי צוויי פופציג א יאר אויך נישט אזוי בנמצא, און אויב איינער איז דעטירמענד קען מען עס מאכן דא אן א דעגרי אויך. איך פערזענליך זעה נישט די גדולה פון א דעגרי אויב ס'איז נישט פאר דאקטעריי אדער צו פראקטיצירן געזעץ.

די צוויי סעקטארס איז שוין 17 מיליאן מענטשן, 5 פראצענט פון די פאפולאציע אין אמעריקע. און וויפיל נאך דארפן גיין ארום דיע אזוי אז פון צווישן אלע זאלן דיע מצליח זיין?

און נאכדעם וואס טוט זיך מיט אקאונטענטס, אינדזשענירס, סייענטיסטס, טיטשערס, ביזנעס און מענעדזשמענט קאנסאלטענטס, אינוועסטמענט מענעדזשערס, פיינענטשל פלענערס, אקטואריס, און ארכיטעקטס (אה כ'האב פאגעסן דא האלטסטו דארף נישט א דעגרי..) און די ליסט גאוס אן..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:12 pm
דורך קורקלענד
יוניווערסיטי_בחור האט געשריבן:נאך א סיבה פארוואס וואס דו זאגסט מאכט נישט קיין סענס ווייל פאר א געהעריגע פראגרעממינג ראלע דארפסטו אויפווייזן עקספיריענס פאר א פריעדיגע קאמפאני אלזא ערגעצוואו וועסטו מוזן אנהויבן מיט א יוניווערסיטי דעגרי, א רעקאמענדאציע פון א משפחה אדער פרענד אין די קאמפאני אדער עקסטענסיוו האום ווארק און פראקטיס אין דיין פרייע צייט (א זאך וואס ווייניג ביי אונז קענען זיך ערלויבן אדער זענען גרייט צו טוהן).

מ'קען בויען עקספיריענס ביי אנדערע פירמעס וואס פארלאנגען נישט קיינע דעגריס און דערנאך אריבערגיין מיט עקספעריענס. שוין געווען פילע פראגראמער און דעוועלאפערס וואס האבן אנגעהויבן אין בּי ענד עיטש און דערנאך געטראפן שיינע פאזיציעס אין די קארפארעט אמעריקע. ס'נישט מעשים בכל יום וויבאלד ס'איז אויך דא אנדערע סיבות פארוואס ס'געשעט נישט אזוי אפט, וויבאלד ווייניג היימישע זענען אינטערסירט צו פארברענגען זייערע טעג ציווישן א גויאישע ענווייראמענט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:18 pm
דורך קורקלענד
איך האב שוין אמאל ארויפגעלייגט דא א לינק פון סטאססעל איבער די קאלעדזש סקעם. יענץ איז געווען באריכות. דא האט איר אין קורצן.

https://m.youtube.com/watch?v=ULFSGNK4VSc

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 12:23 pm
דורך קורקלענד
יוניווערסיטי_בחור האט געשריבן:די צוויי סעקטארס איז שוין 17 מיליאן מענטשן, 5 פראצענט פון די פאפולאציע אין אמעריקע. און וויפיל נאך דארפן גיין ארום דיע אזוי אז פון צווישן אלע זאלן דיע מצליח זיין?

און נאכדעם וואס טוט זיך מיט אקאונטענטס, אינדזשענירס, סייענטיסטס, טיטשערס, ביזנעס און מענעדזשמענט קאנסאלטענטס, אינוועסטמענט מענעדזשערס, פיינענטשל פלענערס, אקטואריס, און ארכיטעקטס (אה כ'האב פאגעסן דא האלטסטו דארף נישט א דעגרי..) און די ליסט גאוס אן..

ווייסט איר אז מ'קען פראקטיצירן אקאונטינג אן א לייסענס? אדער בעסער געזאגט אז צו פראקטיצירן אקאונטינג דארף מען נישט קיין לייסענס. מ'מעג מאכן ריטורנס, רעפרעזענטירן ביי אודיטס וכו' אן קיין לייסענס. מ'דארף נאר א לייסענס אין גאר געציילטע פעלער ווי למשל צו אונטערשרייבן פינאנציעלע סטעיטמענטס אין גרעסערע פירמעס. א זאך וואס מערערע אקאונטענטס טוהן סיי ווי סיי קיינמאל נישט. גראדע איז ביי אונז גארנישט אפגעפרעגט צו גיין שטודירן אקאונטינג. און איך זעה נישט ווי די אלע היימישע אקאונטענטס זאלן עפעס וואקסן גרויסע פארדינער. ווער רעדט נאך פון גבירים.......

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 6:15 pm
דורך יעקב מענטש
אונטערשטע שורה פונעם שמועס יעדער איינער קען אפאר מוצלחים וואס האבן מצליח געווען מיט די קאלעדזש סיסטעם, אבער די ברייטע מאיאריטעט פון זיי קומען נישט אן צו מאכן מער געלט ווי דער סוקסעפול יואלי.

אדרבה, איר ווייסט וויפיל די היימישע לויערס מאכן? די היימישע דאקטוירים מאכן? ס'איז זייער אומריכטיג אנצוכאפן א דוגמה פון איינער וואס האט מצליח געווען צו באקומען א הויך באצאלטע דזשאב ביי נאסא, ווען דאס איז א פאל פון איינס אין א מיליאן, די ריכטיגע בילד זעהסטו ביי די מענטשען ארום דיר וואס האבן גענומען די מהלך, און איך זעה נישט וויאזוי דאס זאל מאכן אסאך סענס (פון א פיינענשאל פוינט אויף וויו) אין פארגלייך צו האנדלן און וואנדלן. עכ"פ אויף צו מאכן די קעיס אז דאס גייט לינדערן די הויכע לעבנס קאסטן פאר א באדייטענדע צאל משפחות איז עס זיכער נישט ריכטיג.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 7:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך זאל איבערזאגן נאכאמאל? פון האנדלען און וואנדלען קען מען ווערן רייך, פון גיין אין קאלעדש קען מען טרעפן א סטאבילע גוט באצאלטע פרנסה קלה ונקייה. אויך, רוב מענטשן וואס האנלען און וואנדלען ווערן נישט רייך, און רוב קינדער וואס גייען אין קאלעדש זענען אין גרויסן טייל אויך פאוקוסט אויף טשילן מילא קען מען פון זיי קיין ראיה ברענגען. וואס איך זאג איז אז דער עולם זאל אויפהערן זינגען דעם ניגון אז קאלעדש איז ווערדלאז ווייל ס׳דא אסאך מענטשן וואס פאר זיי איז דאס די בעסטע אויסוואל, נישט יעדער, אבער ס׳דא גענוג מענטשן וואס יא, און מיט זינגען די self justifying פזמונים קערט מען זיי אוועק פון אויסטשעקן דעם אפציע.

איך קען א מיידל וואס איז געגאנגען פאר מאטעמאטיק אין CUNY און ווינציגער פון א יאר שפעטער האט זי באקומען א פאזיציע פאר ארום 95k פער יאר, ווען נישט וואס זי איז געגאנגען אין קאלעדש וואלט זי קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזא געהאלט, זיכער נישט אין אזא אינגען עלטער, זי איז נישט די סארט טייפ צו האנלען און וואנדלען. אויך האט עס אסאך געבויעט איר self confidence ווייל זי פילט זיך סוקסעספול. (אבער ס׳איז דמיונות סייווי, בלי שום ספק פארשטייט זיך, וואס דען.)

און אויף ענק צופרידנשטעלן וועל איך ענק פארציילן איבער אן אנדערע מענטש וואס איך קען, ער איז געגאנגען אין קאלעדש פאר פסיכאלאגיע, ערגעץ אינמיטן וועג האט ער פארלוירן חשק און געגאנגען זיך לערנען אלטערנאטיווע שיטות אין טעראפי. כ׳האב אמאל אויסגערעכט וויפיל דער מענטש פארדינט היינט, לויט מיין חשבון פארדינט ער אין א חודש מער ווי יוניווערסיטי בחור פארדינט אין א גאנצע יאר (און זעלבסטפארשטענדליך אז פונקט דעם מעשה וועט עטץ גלייבן ווייל ענק רעדן זיך איין אז ס׳גיבט ענק א תירוץ צו בלייבן סטאק אין ענקער comfort zone, א באנדע קלאונס וואס עטץ זענטס). וואס זאגט דאס? ס׳זאגט איין זאך, א מענטש דארף האבן אפענע אויגן פאר opportunities און צילן צו די בעסטע וואו ער קען אנקומען פאר זיינע מעגליכקייטן, באדערפענישן, און תכונות הנפש, אויב איז עס קאלעדש זאל ער גיין אין קאלעדש, אויב איז עס פליפן הייזער זאל עס זיין פליפן הייזער, אבער קיינמאל טאר מען נישט ווארפן א נאסע ליילעך און עס נוצן אלס א כלומפרשטע תירוץ צו בלייבן סטאק אינעם comfort zone ווייל מיט בלייבן אינעם comfort zone קומט מען אין ערגעץ נישט אן.

Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:06 pm
דורך פאליטיקאנט
גאר א וויכטיגע נקודה וואס איז נאכנישט דערמאנט געווארן;

נישט 'יעדער' וואס גייט האנדלען, שוויצט אפאר יאר און ווערט רייך, פאר די רוב מצליחים איז אלס דא א גאר קליינע מיעוט וואס געלונגט נישט (המכונה בלשון אנזעצערס), פונקט ווי נישט יעדער אין קאלעדזש באקומט שפעטער שיין באצאלט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:08 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זאל איבערזאגן נאכאמאל? פון האנדלען און וואנדלען קען מען ווערן רייך, פון גיין אין קאלעדש קען מען טרעפן א סטאבילע גוט באצאלטע פרנסה קלה ונקייה. אויך, רוב מענטשן וואס האנלען און וואנדלען ווערן נישט רייך, און רוב קינדער וואס גייען אין קאלעדש זענען אין גרויסן טייל אויך פאוקוסט אויף טשילן מילא קען מען פון זיי קיין ראיה ברענגען. וואס איך זאג איז אז דער עולם זאל אויפהערן זינגען דעם ניגון אז קאלעדש איז ווערדלאז ווייל ס׳דא אסאך מענטשן וואס פאר זיי איז דאס די בעסטע אויסוואל, נישט יעדער, אבער ס׳דא גענוג מענטשן וואס יא, און מיט זינגען די self justifying פזמונים קערט מען זיי אוועק פון אויסטשעקן דעם אפציע.

איך קען א מיידל וואס איז געגאנגען פאר מאטעמאטיק אין CUNY און ווינציגער פון א יאר שפעטער האט זי באקומען א פאזיציע פאר ארום 95k פער יאר, ווען נישט וואס זי איז געגאנגען אין קאלעדש וואלט זי קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזא געהאלט, זיכער נישט אין אזא אינגען עלטער, זי איז נישט די סארט טייפ צו האנלען און וואנדלען. אויך האט עס אסאך געבויעט איר self confidence ווייל זי פילט זיך סוקסעספול. (אבער ס׳איז דמיונות סייווי, בלי שום ספק פארשטייט זיך, וואס דען.)

און אויף ענק צופרידנשטעלן וועל איך ענק פארציילן איבער אן אנדערע מענטש וואס איך קען, ער איז געגאנגען אין קאלעדש פאר פסיכאלאגיע, ערגעץ אינמיטן וועג האט ער פארלוירן חשק און געגאנגען זיך לערנען אלטערנאטיווע שיטות אין טעראפי. כ׳האב אמאל אויסגערעכט וויפיל דער מענטש פארדינט היינט, לויט מיין חשבון פארדינט ער אין א חודש מער ווי יוניווערסיטי בחור פארדינט אין א גאנצע יאר (און זעלבסטפארשטענדליך אז פונקט דעם מעשה וועט עטץ גלייבן ווייל ענק רעדן זיך איין אז ס׳גיבט ענק א תירוץ צו בלייבן סטאק אין ענקער comfort zone, א באנדע קלאונס וואס עטץ זענטס). וואס זאגט דאס? ס׳זאגט איין זאך, א מענטש דארף האבן אפענע אויגן פאר opportunities און צילן צו די בעסטע וואו ער קען אנקומען פאר זיינע מעגליכקייטן, באדערפענישן, און תכונות הנפש, אויב איז עס קאלעדש זאל ער גיין אין קאלעדש, אויב איז עס פליפן הייזער זאל עס זיין פליפן הייזער, אבער קיינמאל טאר מען נישט ווארפן א נאסע ליילעך און עס נוצן אלס א כלומפרשטע תירוץ צו בלייבן סטאק אינעם comfort zone ווייל מיט בלייבן אינעם comfort zone קומט מען אין ערגעץ נישט אן.


דעלישעס.. שפתיים ישק... יעדע ווארט אויסצולעקן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:35 pm
דורך ליב צו וויסן
פאליטיקאנט האט געשריבן:גאר א וויכטיגע נקודה וואס איז נאכנישט דערמאנט געווארן;

נישט 'יעדער' וואס גייט האנדלען, שוויצט אפאר יאר און ווערט רייך, פאר די רוב מצליחים איז אלס דא א גאר קליינע מיעוט וואס געלונגט נישט (המכונה בלשון אנזעצערס), פונקט ווי נישט יעדער אין קאלעדזש באקומט שפעטער שיין באצאלט.


לויט מיין ידיעה (אנעקדאטאל..) איז עס מער ווי א גאר קליינע מיעוט (די שאלה איז אפשר וואס אנזעצן מיינט, אבער "נאך אלעמען נישט ווערן רייך" איז א היפש גרויסע נומער).

נשלח: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:23 am
דורך יוניווערסיטי_בחור
דערווייל האט מען כמעט נאך נישט געהערט דא מענטשן אדרעסירן מיינע פראגן אין די ערשטע הודעה.

און אויך האב איך נישט געפרעגט וועגן ווערן עשירים. איך רעד פון זיין צופרידן פון א דזשאב 9-5 אהנע סטרעס מיט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז, אינשורענס, (אדורכלייגן די קינדער אין עדיוקעישן), [זיי חתונה מאכן] און נאך קענען זיך ערלויבן די באקוועמליכקייטן און שיינע זאכן אין לעבן.. און מיט דעם אלעם האבן די מעגליכקייט צו טוישן דזשאב אויב מען וויל און נישט דארפן טראסקען וועגן דעם אפאר שטאק אינעם לייטער. איך רעד פון א סיסטעם ווי דער ארבעטער האט א טולבאקס וואס ער טראגט ארום מיט זיך וואו ער גייט אין צוגאב צו די וויסענשאפט און סאָפט סקילס וואס ער/זי פארמאגט אינעם קאפ/וועזן --> ביידע (די האַרד סקילס און די סאָפט סקילס) קוואליטיס אין דעם ארבעטער פארוואס די באלעבוס באצאלט ווען ער הייערט דיך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 4:44 am
דורך יוניווערסיטי_בחור
קורקלענד האט געשריבן:איך האב שוין אמאל ארויפגעלייגט דא א לינק פון סטאססעל איבער די קאלעדזש סקעם. יענץ איז געווען באריכות. דא האט איר אין קורצן.

https://m.youtube.com/watch?v=ULFSGNK4VSc

ס'איז א זיסע ווידיאו. וואו איז דאס פאר א וויסל בלאוער וואס בלאזט זיצענדיג אין א באקוועמער יוניווערסיטי אפיס אין א טישורט און קראָקס. נישט שלעכט :lol:

אפשר איז עס א סקעם מכוח די יוניווערסיטיס און די גאווערנמענט פאַלט פאר דעם אבער דער אינדיווידועל פארדינט נאכאלס מער - ער איז דאס אויך מודה!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 1:49 am
דורך דערהויבענע איד
צום פותח אשכול:
איך בין א אינגערמאן, אן ארבעטארער, ב''ה יעצט זעט אויס אז כ'בין מצליח אין מיין זשאב, אבער איך בין זייער אויפגערעגט און אנגעגעסן אויפן סיסטעם.

צוזאמען מיט מיר ארבעטן פרויען, און אין די ערשטע האלבע יאר פון מיין זשאב האב איך געקראצט אויף ענגליש, א בושה וואס איך ווייס נישט וואס איך האב געזינדעגט אז כ'האב זוכה געווען דערצו,
מיין בעל הבית האלט ווי אסאך אנדערע באסעס אז איך קום אים מיין לעבן, און ער קען רעדן היפש פרעך צו מיר, נאך אלעם אפפ''ער איך אים גארנישט מורא'דיג, א זאך וואס ער גייט נישט רעדן צו אפילו אביסל א געלערנטע גוי.

(דערווייל דארף איך נישט צו סאך געלט, ממילא קען איך זיך נישט אפרעדן וועגן מיין געהאלט.)

כ'האב געוואלט צו לייגן איין נקודה צו רביה''ק, אז רוב יואל'ס וואס האבן געלט זענען טא''ף מענטשן וואס האבן ליב צו ארבעטן שווער, און זיי ווייסן זיך צו שלאגן מיט זייערע קאמפיטישענס, א קלוגע מענטש ביי אונז וואס איז נישט קיין טשאבערגא, קען פארגעסן פון מאכן 200K א יאר.

און נאך א נקודה , מענטשן הערן נישט אויף צו האקן אין קאפ אז די דעגרי חברה מאכן די זעלבע ווי די יואל'יס, חכם דו, אויב די יואלי'ס זענען טאקע אזוי געלונגען שטעל דיך פאר מיט א דעגרי ווי זיי וואלטן געווען, אויב א גוי'שע דאקטער נעמט אויף 50 פאציענטן א טאג קען ער אריישטיפן דאפעלט.

בכלל צוגלייכן צו די אלגעמיינע וועלט איז נישט קיין צושטעל, אויב עפעס קען מען אונז צוגלייכן צן די מאדערנע אידן וואס אין אלגעמיין האבן זיי טאקע סאך מער געלט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 2:58 am
דורך קורקלענד
ס'זענען דאָ פּלענטי אינגעלייט וואס זענען ווייט פון א טשאווערגאו און פארדינען מער פון צוויי מאות א יאר. ס'זענען דא גענוג יואלי'ס וואס האבן א דעגרי און מ'זעהט נישט אז זיי זאלן מאכן דאפעלט....

וואס מאכט אייך טראכטן אז די מאדערנע פארדינען מער? די מאדערנע וואס מיר זעהן זענען געווענליך גרעסערע פארדינער, א שטייגער ווי יענע גביר פון לאז אנזשעלעס..... אבער זארגט נישט דארט הערשט ארעמקייט פונקט ווי ביינונז.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 7:37 am
דורך ליב צו וויסן
די דעבאטע דא איז מער ווייניגער געבויעט אויף אנעקדאטעל עווידענס.
ס'וואלט געווען היפש אינטערסאנט צו אויפקומען מיט א סייענטיפישע וועג צו מעסטן "אונז ווס זיי בכלליות" דאן "אונז מיט דעגרי ווס אונז אן א דעגרי" וכו וכו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 7:48 am
דורך הקטן
דערהויבענע איד האט געשריבן:צום פותח אשכול:
איך בין א אינגערמאן, אן ארבעטארער, ב''ה יעצט זעט אויס אז כ'בין מצליח אין מיין זשאב, אבער איך בין זייער אויפגערעגט און אנגעגעסן אויפן סיסטעם.
און נאך א נקודה , מענטשן הערן נישט אויף צו האקן אין קאפ אז די דעגרי חברה מאכן די זעלבע ווי די יואל'יס, חכם דו, אויב די יואלי'ס זענען טאקע אזוי געלונגען שטעל דיך פאר מיט א דעגרי ווי זיי וואלטן געווען, אויב א גוי'שע דאקטער נעמט אויף 50 פאציענטן א טאג קען ער אריישטיפן דאפעלט.

בכלל צוגלייכן צו די אלגעמיינע וועלט איז נישט קיין צושטעל, אויב עפעס קען מען אונז צוגלייכן צן די מאדערנע אידן וואס אין אלגעמיין האבן זיי טאקע סאך מער געלט.

איך וואלט דיך מיעץ געווען צי ארבעטן אביסל אויף פיפעל-סקילס און אויף דיין פערסענעלטי בכלל וואו איידער אנדערע הארטע סקילס אדער ענגליש -דאס וועט דיך טראגן אסך ווייטער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 12:26 pm
דורך יוניווערסיטי_בחור
[tag]הקטן[/tag] איז גערעכט. דערפאר האלט איך אויך אז ווען דער גאווערנמענט מאכט משוגע אונזערע מוסדות אויף עניני קולטור אדער טאלעראנץ צו געיס וכדומה איז עס נישט אזוי נאריש ווי כהאב לכתחילה געמיינט. אמאל האב איך געטענה'ט אז קודם זאלן זיי פארפירן אויף ענגליש און האַרד סקילס א.א.וו. אבער היינט זע איך אז אויב פארשטייט מען זיך נישט און מ'פירט זיך נישט בכבודיג צו מענטשן ארום און צו אזעלכע וואס זענען אנדערש ווי אונז; אויב מען שטארצט צופיהל ארויס פון צווישן די סביבה.. וועלן דיך דיינע האַרד סקילס נישט אזוי פיהל ארויסהעלפן... איך בין אבער נישט זיכער הקטן וועט אגריען מיט מיך לגבי דעם... עקשולי, איך בין זיכער ער וועט נישט..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 12:48 pm
דורך קורקלענד
מ'זעהט טאקע אז די וואס מארשירן לטובת לגבט''ק זענען די נאבעלסטע טאלעראנט און פריינטפולסטע פערזענליכקייטן....... און מן הסתם זענען זיי אויך פראפארציאנעל פיל מער סוקסעספול אין פינאנץ און צופרידנהייט....

שטעלט אייך נאר פאר ווען מ'זאל נאר אויסלערנען אונזערע בחורים אין די ישיבות לגבט''ק ווירדן, וואלט מען אויפגעטון נאך אסאך מער ווי מאסטער האט געוואלט אין זיין ווילדסטן חלום.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 5:47 pm
דורך כלבאשבוע
Braxton McCoy, א גוי פון Idaho (א וועטעראן וואס האט געדינט אין איראק און ארויסגעגעבן א בוך דערויף) שרייבט אויף טוויטער:

My buddies who went into trades, almost to a man, are clearing 100k+ and living happy lives with their families.

My friends who went through the university system make less on average, are generally miserable, and use golf as a way to hide from their families on the weekends.

טאקע נישט די היימישע מארקעט אבער די זעלבע ויכוח, און ער לייגט טאקע צו:

To preempt the inevitable, yes, of course I recognize that this is a generalization. Some of my friends who went through university make very good money and are happy enough. Not most though.

https://twitter.com/braxton_mccoy/statu ... 27491?s=21

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 9:36 am
דורך ליב צו וויסן
כלבאשבוע האט געשריבן:Braxton McCoy, א גוי פון Idaho (א וועטעראן וואס האט געדינט אין איראק און ארויסגעגעבן א בוך דערויף) שרייבט אויף טוויטער:

My buddies who went into trades, almost to a man, are clearing 100k+ and living happy lives with their families.

My friends who went through the university system make less on average, are generally miserable, and use golf as a way to hide from their families on the weekends.

טאקע נישט די היימישע מארקעט אבער די זעלבע ויכוח, און ער לייגט טאקע צו:

To preempt the inevitable, yes, of course I recognize that this is a generalization. Some of my friends who went through university make very good money and are happy enough. Not most though.

https://twitter.com/braxton_mccoy/statu ... 27491?s=21


ח"ו אז מען וועט לערנען Trades אין די ישיבות, זיי קענען נאך ח"ו זיך אליינס חתונה מאכן דערנאך, און די גאנצע אויסגעהארעוועטע חתונה תקנות וועט גיין אין מיסט... :lol:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 9:42 am
דורך ליב צו וויסן
אין א Serious note.
כ'מיין אז אויב וואלט מען לכה"פ געלערנט Trades אין די ישיבות, וואלט די טענה און פארלאנג פאר פארגעשריטענע לימודי חול געווען שוואכער.
די היינטיגע מציאות ביי אונז איז, אז אן Average אינגערמאן הייבט אן זיין לעבן מיט 0 Knowladge וויאזוי צו שפייזן זיין פאמיליע, און פארשטייט זיך אז נאך 10 חדשים קען ער שוין ערווארטן זיין ערשטע קינד.

דאס איז א עוון בל יכופר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:09 am
דורך הקטן
יוניווערסיטי_בחור האט געשריבן:[tag]הקטן[/tag] איז גערעכט. דערפאר האלט איך אויך אז ווען דער גאווערנמענט מאכט משוגע אונזערע מוסדות אויף עניני קולטור אדער טאלעראנץ צו געיס וכדומה איז עס נישט אזוי נאריש ווי כהאב לכתחילה געמיינט. ... איך בין אבער נישט זיכער הקטן וועט אגריען מיט מיך לגבי דעם... עקשולי, איך בין זיכער ער וועט נישט..

דו מישט אביסל אויס פיפעל סקילס וואס דאס איז א סאפט סקיל מיט אסך נאאנסעס מיט קולטור און "וואקנעס" וואס איז די היפך דערפין און איז (כמעט) ביי דעפענישען רידשעד און הארט

א יעדער שמויגער מיט אן IQ אדער EQ וואו אן עציץ נקוב, קען איבער נאכט באקימען א סעלף-רייטשעס סענקטימאניעס טאלעראנץ בלע"ז

קורקלענד זאגט אן ענדליכע ריכטיגע נקידה




בדרך אגב איך האב געשריבן וואס איך האב געשריבן צי [tag]דערהויבענע איד[/tag] נאכן סייקא-ענעלעזירן וואס ער האט געשריבן, און איך גלייב דאס אויף אן אמת און ס'איז נישט געשריבן געווארן לקנטר.
זיכער איז דא וואס וועלן מער פארדינען מער פין הארטע סקילס...

Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 8:58 am
דורך מיין אמת
איך אויך האט געשריבן:פארוואס נישט זיין אויפריכטיג? ככל הנראה באקומסטו דיינע 48k צו מאכן אזעלכע יוזלעסס סורוועיס, און דער עולם וועט דיר געזונטערהייט העלפן מאכן געלט. "נישט יעדער איז אזוי לאקי", געוויסע דארפן טוהן עכטע ארבייט.


גיי אין קאלעדז וועסטו אויך זיין אזוי לאקי

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 4:19 pm
דורך דערהויבענע איד
הקטן האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:צום פותח אשכול:
איך בין א אינגערמאן, אן ארבעטארער, ב''ה יעצט זעט אויס אז כ'בין מצליח אין מיין זשאב, אבער איך בין זייער אויפגערעגט און אנגעגעסן אויפן סיסטעם.

איך וואלט דיך מיעץ געווען צי ארבעטן אביסל אויף פיפעל-סקילס און אויף דיין פערסענעלטי בכלל וואו איידער אנדערע הארטע סקילס אדער ענגליש -דאס וועט דיך טראגן אסך ווייטער

טיפיקלי א חסי'דישע סיסטעם תירוץ....פארדעם דארף איך נישט די ק"ש, דעיסס קען איך ערן פון מענטשן לייוו...
איינער האט געזאגט אז ס'פעלט מיך סקילס? איך דארף בכלל עצות? וואס צו טון ווייס איך אויכעט, סכה"כ האב איך געזאגט אז איך האב געליטן בושות אנהייב פון מיין זשאב פר'ן נישט קענען ענגליש...