לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:[justify]איך האב געקלערט צו אפפערן אויב מען גרייכט 2 אלפים וועל איך שרייבן א פערזענליכע ארטיקל אדער געבן א פערזענליכע אינטערוויו (פאר [tag]כוכב[/tag]?) ווי איך וועל מיך אביסל עפענען איבער מיין פערזענליכע לעבן, מיין ק"ש לעבן, פארוואס איך שרייב ווייניג, וואס איך האב ארויסגענומען פון ק"ש, צו איך בין היינט מסכים מיט געוויסע זאכן וואס כ'האב געשריבן פאר 8 יאר צוריק, וכו'.

כ'האב אבער מורא געהאט אז דער עולם וועט בכלל נישט אינטערעסירן וואס איך האב צו זאגן. אשר על כן, אלץ א באלוינונג פארן נישט מאכן דעם אפפער קומט זיך מיר א נדבה אויף מיין פעידזש.

ווער עס אינטערעסירט נישט וואס הוגה האט צו פארקויפן זאל אריינלייגן א נדבה. די מער עס אינטערעסירט אייך נישט די גרעסער די נדבה.

יאללה![/justify]

איך האב געגעבן. און נאכאלץ אינטערסירט דיינע שרייב-ווערק

ג"א מצטרף
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ווען דיין גאול איז צען טויזענט און די עולם איז זיך משתתף שיין און מ'גיט דיר די לאוו סקומט זיך דיר דא, וואלט איך זיך זיכער משתתף געווען מיט א טויזענטער אדער מער, וכו'

אבער אויב קיינער אינטערעסירט נישט צו געבן פאר א וויכטיגע צוועק אפאר דאלער און דיין זכות, ס'איז דאך און ליין מיט אונזער אגענדע פון ישרת, און די קענסט נישט צוזאם ברענגען קנאפע צוויי טויזענט דאלער פון די 500 אקטיווע ליינער דא וועמען די האסט אפגעשריבן אפאר טויזענט תגובות פאר, אינטערעסירט מיר עס אויך נישט.

איך האב מורא אז ס'איז אן אחוזת ענינים דא.


איך האלט נישט אז די ביטשערייען איז אין פלאץ. כ'האב אויך געקענט אז מענטשן זאלן זיך מער צוכאפן צו מיינע רעפערייען, אבער מ'דארף פארשטיין, סיי איך סיי הוגה זענען מער נישט אזוי אקטיוו דא ליידער, א קאמפיין איז היינט מער נישט קיין נאוועלטי אדער חידוש נאר ליידער זענען מענטשן זייער אביוזט שוין און ס'גיט זיך שווערליך ווען יעדע פינף מינוט דארף מען געבן פאר א צווייטן, בנוסף קומט צו דער פאקט אז מ'רעדט נישטא פון עפעס א מאסיווער טראגעדיע וואו יעדער ווערט ווארעם נאר פון א וואוילע ישיבה'לע ערגעצוואו אין מאנסי.
ב"ה אז א שיינער ציבור האט זיך אנגערופן און יעדע דאלאר וואס קומט אריין איז א געווינס און מ'דארף אפרישיעיטן יעדן וואס גיט ואחד המרבה ואחד הממעיט.
הוגה, איך נעם דיך אויף דיין אפער וועגן א שיינע אינטערוויו און לאמיר זיין בקשר אין די נאנטע טעג.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארגעס פון קאמפעינס, דער עולם האט ניטאמאל קיין צען דאללער צו קויפן דעם וועקער..
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]טייערע חברים וידידים,

איך וויל זיך באדאנקן מעומק לבבי פאר די געוואלדיגע שטיצע און חיזוק. בראש וראשון, די גרעסטע חיזוק איז געווען פאר די חשובע תלמידים ועסקני הישיבה, מ'האט דערגרייכט העכער איין מיליאן דאלער און העכער זעקס טויזנטע שטיצער. דאס זענען געוואלדיגע ציפערן פאר א ישיבה וואס איז נישט אפיציעל אפיליעיטעד מיט קיין שום גרויסע קהלה. עס איז אויך א שטארקע חיזוק פאר אונז אלע אז כלל ישראל האט א גוטע שמעק און ס'איז דא סופארט היינט פאר "נארמאלע" נישט מציונים בחורים/ישיבות וואס אפערירן ביי די גרעניצן פון די באקס.

צווייטענס, איז עס געווען פאר מיר פערזענליך א גרויסע חיזוק צו זעהן וויפיל מענטשן care'ן פאר מיר נישט נאר מיטן געבן נדבות נאר אויך מיטן צושרייבן אפאר שיינע ווערטער. קטנתי וכו', I am humbled פון אייער ווארימקייט. 110 נדבנים פון העכער $6100 אויף ביידע מיינע פעידז'עס.

ספעציעל וויל איך באדאנקן ידידי וידיד כל אחד ואחד, הרב המאור הגדול [tag]כוכב[/tag] אלוהי. איר מיינט אוודאי אז דאס איז געווען אפגעשמועסט און אויסגעפלאנט. בכלל נישט. ווען כוכב זעהט א איד שלעפט א פעקל אפפערט ער באלד ביידע פלייצעס. נישט בחינם איז ער די פאפולערסטע ניק אין ק"ש. דער בריוו וואס ער האט ארויסגעשוקט אין אישי איז געווען א סורפרייז פאר מיר פונקט ווי פאר אייך און זיין ארבייט אין שטיבל אויך. כוכב, דו אינספייערסט און לערנסט אונז אלע וויאזוי אהבת ישראל דארף אויסזעהן.

ואחרון אחרון א דאנק פאר די פארוואלטונג פון ק"ש פארן אויפהאלטן אזא פלאץ און פאר די אקטיווע און נישט אקטיווע שרייבער פארן האלטן דאס פלאץ רעלעוואנט.

איך וואונטש אייך אלע די בעסטע ברכות וואס איז שייך. אלעס וואס איר באגערט זאלט איר באקומען, רוחניות וגשמיות, תורה וגדולה און הרחבת הדעת ושלוות הנפש.

המברך מקרב הלב,
ידידכם הוגה


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך בין נאך שילדיג א פערזענליכע דאנק פאר עטליכע חברים.

[tag]וויליאמסבורגער[/tag] ווערט נישט פארלוירן פונעם מבול (נעכטן נאכט) און ווארפט אריין אפאר דאלער.

[tag]רימון[/tag] איז מלא מצוות צדקה כרימון.

[tag]בעילום שם[/tag] האלט זיך קליין טראץ זיין גרויסע נדבה און דערווארימדע הערה.

[tag]יעקב מעקסוועל[/tag] איז אויך אריינגעקומען זייער שטארק בעת נעילת שער.

[tag]קריינא דאיגרתא[/tag] איז מקיים דעם ויחזור ויתן, זאל עס אויך צוריקברענגן השפעות בכפליים.

[tag]חיים שמייסער[/tag] שמייסט אריין א דריי פערטל הונדערטער אזוי נישמיר נישדיר.

[tag]תנחום[/tag], עס בענקט מיר אויך צוריק אין געוויסע הינזיכטן צו יענע צייטן.

[tag]רביה"ק[/tag], פאר סאם ריזען האמיר זיך דערווייל נאכנישט פערזענליך מקשר געווען אינאיינעם, אבער איך האב אלעמאל געהאט א קראש אויף דיר.

דער גרויסע מלאך [tag]עדיאל[/tag] קומט אריין שטארק און קלאר מיט א הסבר אויף זיין נאמען און שליחות.

הרב [tag]יצחק לאווי[/tag], עקסטער געשטיצט אויפן פריוואטע פעידזש און עקסטער אויף די ק"ש פעידזש. מזל טוב צום גרויסע שמחה בהכנס בנך לבריתו של אאע"ה. זה הקטן גדול יהיה ותזכה לרב נחת ושמחה מכל יוצ"ח בבריות גופא ונהורא מעליא ושפע ברכה והצלחה.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

וואס הייסט ס'איז נישט קיין סוד ווער הוגה איז?
איז ער טאקע ר' זלמן גרויז?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

א גוט יאר און א גמר חתימה טובה פאר אלע. אן עקסטרע דאנק און וואונטש פאר הרב שלעזינגער שליט"א פאר זיין ברייטהארציגע נדבה, יתברך משמים בכל מילי דמיטב.

מען קען נאך מנדב זיין.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קאווער פון די מאמענט דער וואך פרשת נח תשפ"ב.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט