בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
והסרתי את לב האב״ן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:16 pm
דורך מי אני
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:והסרתי את לב האב״ן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר..

זאגסט אז דאס איז דאך די זעקסטע נאמען פון די זיבען נעמען פונעם יצה"ר בסוכה נא: און דער מהרש"א זאגט דארט אז די זיבען נעמען זענען קעגן די ז' ימי בראשית ע"ש. והיינו, אז די שם "אבן" דארף נישט צו גרייכן ביז שבת... :)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 4:05 am
דורך אישתישבי
ומי יודע מה יצמח מזה, נישט מה יולד יום.

און אויף דעם איז דער תשובה, מצמיח ישועות, אמת מארץ תצמח, ויצמח פורקניה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 8:31 am
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:והסרתי את לב האב״ן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר..

זאגסט אז דאס איז דאך די זעקסטע נאמען פון די זיבען נעמען פונעם יצה"ר בסוכה נא: און דער מהרש"א זאגט דארט אז די זיבען נעמען זענען קעגן די ז' ימי בראשית ע"ש. והיינו, אז די שם "אבן" דארף נישט צו גרייכן ביז שבת... :)

דערפאר לייגן זיי צי מי יודע מה יצמח מזה, (ס"א מה יולד יום.) - וחול מכין לשבת ומי שטרח בערב שבת וכו, מוסיפים מחול על הקודש - תוספת שבת

ווידער די חכמי השטיבל שרייען וואו די צדוקים: ממחרת השבת - שבת איז נאר מארגען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 8:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
שוין ווייטער פארדרייט מען מיינע ווערטער, כ׳האב פשוט געמיינט צו זאגן אז די הערצער פון די גרויסע קארפנקעפ וואס ״פארשטייען״ און האבן ״פונקטליך ארויס״ וואס פארשעמט דעם שבת און וואס קען שפראצן, וואקסן, און געבוירן פון די גרויסע אומגליק אז אידן ענדשויען דאס לעבן פארשטייען נישט גארנישט מער פון מיר און דיר, הבנת הלב אין כאן, אובנתא דליבא יש כאן, א פארשטיינערט הארץ. זה תלוי באובנתא דליבא, ס׳ווענדט זיך אינעם פארשטיינערקייט פונעם הארץ. דעטס אלל.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אויך. זיי וויללן א ביסל אטענשן. גארנישט מער...!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:57 pm
דורך הקטן
אישתישבי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:הקטן: די מערסטע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק. ווייל מיט פיסטאן ענדזשינס ברענגט דאס אויף א גאנצן חשש פון עיר פאלושן. נאר אויב דער מאטאר פון עלעוועיטאר איז גענוג גרויס און שטארק (וואס איז דער פאל אין רוב פלעצער) נוצט ער (עפ"י רוב) נישט מער ענערגי ווען ער איז אנגעפולט מיט מענטשן אדער ליידיג...!


נישט די היימישע שבת עליוועיטערס. זי ארבעטען מיט לופט. אין פינאקעל ווייס איך נישט. איך ווארט נאך צו הערען פין איינער וואס איז דארט.

שבת געזען א ק"ק פין ר' יצחק שטיין רוב פין זיינע טעמים לאיסור איז אויף עלעקטריק (מער עלקטריק, דריקן קנעפליך, עלקטריק טרעין וכו')
קען זיין דאס איז אן הקדמה ארויסציקימען מיט א היתר, וואו [tag]טשאדעלע באדעלע[/tag] האט שוין געשריבן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:43 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט עפעס פרישע אפדעיט'ס? ס'איז שטיל געווארן די לעצטע פאר וואכען

Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:47 pm
דורך תוהו ובוהו
ששון ושמחה האט געשריבן:איינער האט עפעס פרישע אפדעיט'ס? ס'איז שטיל געווארן די לעצטע פאר וואכען
ס'פארט מער נישט, ס'איז דא א גוי אנשטאט.
#הידור מצוה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:04 pm
דורך היכי דמי
עס איז שטיל געווארן פשוט ווייל מען איז אריבער צו די עלעקטעריק סקוטער סומוטאכע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 9:45 am
דורך Hadasim
ס'איז א דבר פשוט וברור אז עס איז דא אופני היתר צו נוצן שבת עלעוועיטארס, און ארץ ישראל ווערט עס גענוצט דורך עהרליכע יודן בהסכמת עהרליכע רבנים, די אלע צעטליך מיט אינטערסאנטע געשפיצלטע לשונות, מאכן נאר חוזק פון די חותמים.