בלאט 3 פון 16

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:47 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:(נישט אז א טראמפיסט עלעקשאן פראוד גלייבער טאר נישט זיין א פייער קאמישינער.)


מ'קען טאקע נישט זאגעןַ "טאר נישט", אבער ס'קען ווייזען אויף poor judgement, און strong bias, וואס איז נישט קיין גוטע qualities. ס'האט גארנישט מיט די מענטש פערזענליך, און אפי' נישט מיט די job description, נאר ס'איז נישט קיין plus .

וואלווי: ווייל דעמאקראטן און ליבעראלן האבן אפגעפסק'נט אז יאנואר 6 איז די גרעסטע אומגליק וואס האט באטראפן אמעריקע אין איהר היסטאריע, מיינט נאכנישט אז ס'איז טאקע אזוי...! פון די ראיאטן וואס זענען זיך פארלאפן א גאנצן זומער, אנגעפיהרט דורך די שווארצע און ווייסע ליבעראלן רעדן זיי בכלל נישט...!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:50 am
דורך וואלווי
אביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבען אנדערש ווי צוזאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.

אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 8:54 am
דורך berlbalaguleh
ניין. אונז געמיר נישט אויף. מ'קען נישט טוישן די פאקטן אז די דעמאקראטן האבן אוועקגעגנב'ט די עלעקשן... דורך דעם נייעם טריק... עבסענטי בעלאטס...! זיי האבן אנגעברענגט מער (עבסענטי) בעלאטס ווי ס'איז דא איינוואוינערס אין אמעריקע...!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:25 am
דורך וואלווי
אין 1812, האבן די בריטישע אויך גע'טענה'ט אז מ'האט זיי אוועקגענומען דאס לאנד. א ברירה האבן זיי געהאט? זיי האבן געמוזט ראטעווען אמעריקא, איז ווי אזוי האבן זיי געקענט נישט פארברענען דאס ווייסע הויז? טאקע וועגען דעם פייערט מען יעדעס יאר די טאג וואס אמת איז אוועקגעשטעלט געווארן, און אמעריקא האט זוכה געווען צו זיך צו לאזן פארברענען למען האמת והצדק...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:48 pm
דורך ליב צו וויסן
וואלווי האט געשריבן:אביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבן אנדערש ווי צו זאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.

אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.


אטאקע אויף די "קארפארטירטע רעגירונג" אוודאי...
אטאקע אויף די "מענטשן פונעם לאנד"? נישטא ווער ס'זאל לאכן...

ווייסט וואס אן אטאקע אויף די מענטשן מיינט?
אז הונדערטער ציושעטע אינגען טוען - במשך "חדשים" - באפאלן טויזנטער אומשולדיגע בירגער און זייערע פראפערטיס און די רעגירונג זיצט און שווייגט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 10:42 pm
דורך וואלווי
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אטאקע אויף די "קארפארטירטע רעגירונג" אוודאי...
אטאקע אויף די "מענטשן פונעם לאנד" נישטא ווער ס'זאל לאכן...

ווייסט וואס אן אטאקע אויף די מענטשן מיינט?
אז הונדערטער ציושעטע אינגען טוהן -במשך "חדשים"- באפאלן טויזנטער אומשולדיגע בירגער און זייערע פראפערטיס און די רעגירונג זיצט און שווייגט.


יעצט פארשטייט מען פשוט. אויב BLM האט זיך צוווילדעוועט אין לאנד, ווי אזוי קען מען בכלל דן זיין דעם טראמפ? אז מ'לייגט נעבעך אריין אזא ווארימע פאטער'ליכער פירער אין אזא פארדארבן לאנד, מה יעשה האב שלא יחטא? די גאנצע ינואר דעם זעקסטען איז אויך נאר געווען א תוצאה ווייל ער האט נישט געקענט צו קוקען ווי די לאנד פארט אויף רעדער, אזא בעל יסורים קען מען בכלל דן זיין...?

אמנם, לויט ווי איך געדענק, איז ער ער געווען פרעזידענט בשעת וואס BLM האט איבערקערט דאס לאנד ולאו עכברי גנבי אלא חורי גנבי, איי ער האט דאך געשוואוירן אין די פרעזידענטיאל שבועה to preserve and protect to the best of my ability, אויף דעם איז תשובתו בצדו, אז אונס רחמנא פטריה, און protect and preserve, איז שוין געווען beyond his ability.

אבער דאס איז כולי עלמא מודי אז to faithfully execute the office of the president of the united states, האט ער פארשטאנען בפשטות אז execute איז א מצוה בגופו literally. פארשטייט זיך אז דאס איז שוין יא געווען within his ability.

ווי אזוי זאגסטו נאר, נישטא ווער זאל לאכן....

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 8:23 am
דורך אלבערט איינשטיין
בילד

איך זעה עס איז שוין די אן אפיציעלע ארגאניזאציע. מיט א אימעיל אדרעס.
אינטערסאנט אז עס איז א פשוטע Gmail.com
ווייסט איינער אביסל מער פון דעם. ווער זענען די פייער עקספערטן. און איז זייער פלאן. ו עוווענטל עפענען א נייע פייער סטאנציע?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 4:37 pm
דורך אלע צוזאמען
וואלווי האט געשריבן:אביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבען אנדערש ווי צוזאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.

אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.

אביסל היסטאריע. און 1954 זענען 5 קאנגרעסלייט געשאסן געווארן דורך לינקע טעראריסטן פון די וויזיטער'ס גאלעריע, פרעזידענט קארטער האט זיי שפעטער באגנאדיגט.
מערץ דעם ערשטן 1971, האט א באמבע אויפגעפלאצט אינעם סענאט חלק פונעם קעפיטאל געביידע, די באמבע איז אונטער געלייגט געווארן דורך לינקע ראיטירער קעגן די וויעטנאם מלחמה.
נאוועבער 7 1983, האט אן עקספלאזשן אראפגעריסן דעם טיר פונעם דעמאקראטישן פירער ראבערט בורד (וואס אגב איז ער געווען א פייערדיגע קקק שטיצער)
אויך און 1915 האט א באמבע איפגעריסן אינעם סענאט געביידע.
אלזא Jan.6, איז נישט געווען די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 7:37 pm
דורך וואלווי
אלע צוזאמען האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אביסל היסטאריע. זייט די ענגלישע האבן פארברענט די ווייט האוז אין די מלחמה פון 1812 איז נאך נישט געווען קיין שום אטאקע אויף די seat of government. די חילוק איז אבער, אז די ענגלישע זענען די געווען די שונאים פון אמעריקא, און דא רעדט מען פון די פרעזידענט גופא. ס'נישט געבליבען אנדערש ווי צוזאגן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען. מ'דארף נישט די דעמאקראטן דאס צו פסק'ענען, ופרשו את השמלה איז פונקט גענוג.

אינטערעסאנט צו זעהן אז די טראמפייטערס געבן נישט אויף.

אביסל היסטאריע. און 1954 זענען 5 קאנגרעסלייט געשאסן געווארן דורך לינקע טעראריסטן פון די וויזיטער'ס גאלעריע, פרעזידענט קארטער האט זיי שפעטער באגנאדיגט.
מערץ דעם ערשטן 1971, האט א באמבע אויפגעפלאצט אינעם סענאט חלק פונעם קעפיטאל געביידע, די באמבע איז אונטער געלייגט געווארן דורך לינקע ראיטירער קעגן די וויעטנאם מלחמה.
נאוועבער 7 1983, האט אן עקספלאזשן אראפגעריסן דעם טיר פונעם דעמאקראטישן פירער ראבערט בורד (וואס אגב איז ער געווען א פייערדיגע קקק שטיצער)
אויך און 1915 האט א באמבע איפגעריסן אינעם סענאט געביידע.
אלזא Jan.6, איז נישט געווען די גרעסטע אומגליק פאר די אינסטיטושען.


סארי, אינדיווידואלע טעראר אדער/און טעראריסטישע אקציעס איז געפערליך, אבער ס'נישט קיין ארגענייזד איוועיזשאן (עיין טראמפ בסוגיא ד'מייגרעיטארס...) און א אטעק אויף די לאנד און איר קאנסטיטאשן, וואס דאס איז יא אנפרעסידענטעד. פארקערט, נישט קיין נפק"מ די שאדן בגוף אדער בממון, דאס אז די אטאקע איז געווען געפלאנט אפיציעל צו איבערנעמען און שטערן די גאווערמענט, און נישט בלויז א סיין פון פראטעסט, איז אין א ברייטערע בליק א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, ספעציעל אז טראמפ האט מיט געהאלטן און בשום אופן נישט געוואלט בארוהיגן די מצב.

אמת, קריים מיט הרוגות איז ליידער אייביג און איבעראל דא, דא איז אבער אן אנדערע געשיכטע. חאטש אז פאר טעראריסטישע אקציעס קען מען גיין אין קען פאר לייף אדער גראד צום בענקל, און דא דרייט זיך די עונשין ארום טרעספעסינג און ענדעינדזשערמענט וכדומה, דאך איז דאס א העכסט ברייט געפלאנטע אטאקע אויף לאנד און די קאנסטיטאשן, וואס דאס טרעפט זיך נישט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 8:31 pm
דורך ליב צו וויסן
וואלווי, איך ווייס נישט וויאזוי דו שעמסט זיך נישט איבערצוזאגן די שטותים נאך אמאל און נאך אמאל..

וועלכע אטאקע???
וויפיל טויטע האט די רעגירונג געליטן פון??
איז א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן געהארגעט געווארן?
אפשר א סענאטאר?
וויפיל פאליציאנטן זענען געשאסן געווארן? וויפיל מיליטערלייט?

די טאלקינג פאוינטס פון די דעמאקראטן פארוואס דאס איז די ערגסטע טאג פאר אמעריקע איז וואול באקאנט (אזוי געפערליך ווי 9/11 און פורל הארבער לויט פעלאויסי.. :lol:), אבער פאר נארמאלע מענטשן פאסט נישט דאס איבערצוזאגן...

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 5:12 pm
דורך קידוש
נייע צעטליך פין די מאנסי פייער דעפארטמענט אקעגן די נייע מצילי אש

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 5:13 pm
דורך קידוש
2

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 5:13 pm
דורך קידוש
3

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 5:17 pm
דורך קידוש
4

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 6:37 pm
דורך signout
די בריוו איז זייער אטאקירענד, ר' יחזקאל ווייס איז נאך אלעם א רעספעקטירטער איד און די שפראך פון אפיציעלע פייער קאמישאנערס שטימט נישט מיט דיפלאמאטיע און קען ברענגען א פארקערטע דעת הקהל ווי די ציהל דערפון.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2022 1:06 am
דורך אלבערט איינשטיין
די ווארט דיפלאמאטיש הער איך אסאך לעצטענס. מיט די רוסלאנד אוקריינע פאליטיק.
לאמיר גיין פשוט. נוצט ר' יחזקאל ווייס דיפלאמאטיע?
מאנסי פייער דעפארטמענט איז ביז יעצט געווען איידל און דיפלאמאטיש. נו אז יענע גייט נישט אזוי קען מען נישט ארבעטן אויף די דיפלאמאטיק פראנט..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2022 3:58 pm
דורך קידוש
א נייע גאר שטארקע בריוו אקעגן די יודישע פייער קאמישענערס

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2022 1:53 pm
דורך שמן למאור
איינער מיט מער אינפאו?

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 12:11 am
דורך קהל'ס נער
קידוש האט געשריבן:א נייע גאר שטארקע בריוו אקעגן די יודישע פייער קאמישענערסc

וואס האט איר געטאן אז דער פייער דעפארטמענט
זאל אויפהערן צו זיין א מאגנעט פאר דער או-טי-די
געמיינדע – און וועלכע קהילה ערלויבט פאר אירע
מיטגלידערס צו "סאושעלייזן" אויף א טאג-טעגליכן
פארנעם מיט די "פארוואגלטע נשמות"?
א גרויל דאס צי ליינען, מען האט זיי שוין ארויס געווארפען פון דערהיים, פון בית המדרש, פון די ישיבה, זיי טרעפן זיך איין פלאץ ווי מען עקסעפט זיי, און דאס פארגינסטו אויך נישט, וואס ווילסטו זיי זאלן טוען זיך נעמען די לעבען??

דער יחזקאל ווייס איז בכלל נישט מוחה למען כבוד השבת, ער איז פשוט א שלעכטע מענטש וואס זיכט צי פארביטערען די לעבען פון ציבראכענע יודן, און פארשטייט זיך אין נאמען פון אייבערשטען.

ווילסט טוען פארן אייבערשטען גיי זיי מחזק ציבראכענע יודן, רוף עים אויף א סעודה, זיך עים א שידוך, הייער עים פאר א ג'אב, זיך נישט אלעמאל די מצוות פון באגראבן מענטשן, מרשעים יצא רשע שטייט אין פסוק, יעדער טרעפט זיך זיינע מצוות, רשעים וועלן אלעמאל אויספיגערען וויאזוי רשעות איז א מצווה.

ר' יחזקאל, די אטד'ס זענען אראפ פון וועיג פאר א סיבה, אנשטאט אינז זאלן זיך פארעכטן און זעהן פארוואס דאס איז געשעהן, גייסטו און די רודפ'סט זיי, די כאפסט ווי פארקרימט די ביסט? די רודפסט מענטשן אויף א זינד וואס אינז זעמיר אליין שילדיג אין? סדום וואלט זיך געשעימט פאר אייך!

Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 2:08 am
דורך מיין אמת
[emoji106]גוט געזאגט
כ'האב געמיינט אז ר' יחזקאל ווייס איז נארמאלער פון דעם

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 2:41 am
דורך דוד שריפטליך
אויב איינער קען דא מער אויסקלארן וואס דא גייט פאר מיט די פייער דעפארטמענט

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 2:52 am
דורך דוד שריפטליך
מיין אמת האט געשריבן:[emoji106]גוט געזאגט
כ'האב געמיינט אז ר' יחזקאל ווייס איז נארמאלער פון
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
נישט קיין חידוש נאר דער חידוש איז אז
מען צאלט אים נאך רבי געלט צו קומען רעדן און קהילות און מוסדות התורה איבער גרעיטאר ניו יורק

נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 11:56 am
דורך [NAMELESS]
ס'נישט אמת וואס מען שרייבט דא אויף ר' יחזקאל ווייס. איך קען אים און איך ווייס צו זאגן אז ער איז אן איידעלער איד און נישט קיין שלעכטער שווארצקוקער, גאנץ אפע"ן מיינדע"ד און רעדט א פליסיגע ענגליש, ער זעט נישט קיין אנדערע אויסוועג ווי עפענען א אייגענע פייער דעפארטמענט ווייל עס ברענט אים באמת דער שבת קודש.

די פייער דעפארטמענט איז אים נישט אקעגנגעקומען ווען ער האט זיך אינטערסירט אין די שבת פראבלעמען וואס עס גייט דארטן פאר, און דערפאר האט ער באשלאסן אז ער גייט זיך שלאגן מיט זיי. ער איז ווייט נישט קיין עקסטרעמיסט לויט וויפיל איך ווייס, די פייער דעפארטמענט אין מאנסי זענען נישט קיין גרויסע צדיקים און זיי וואלטן געקענט פארשפארן דעם שטינק וואס ער מאכט אן.