בלאט 3 פון 7
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:13 pm
דורך בעל דרשן
אומבאשטעטיגטע באריכטן קומען אריין אז צום גרויסן היסטארישן שבת אין בארא פארק גייט ווערן אויפגעשטעלט א גרויסע שאטער צו קענען אקאמאדירן די טויזענטע משתתפים וואס זענען ערווארטעט אנטייל צו נעמען
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 3:29 pm
דורך צפור בודד
פון א קליפ וואס פארט ארום.
איז דאס וואר? ביי אייוועלט אויך?

Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 4:42 pm
דורך בעל דרשן
עס גייט בעז״ה געבויט ווערן *א ריזן שאַטער ענקית* לרגל דעם היסטארישן באזוך פון מרן הגר״ש מגור שליט״א.
אויף א ריזן שטח, איבער 15,000 סקווער פיס אויף 18 צווישן 52 און 53. (שטח הרב אייזנבערגער שליט"א)
קעגן איבער ת"ת יגדיל תורה, וואו מרן הגר״ש שליט"א וועט באזוכן דורכאויס די ימי הביקור.
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 4:42 pm
דורך בעל דרשן
בעלזא
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 4:57 pm
דורך פארווע חסיד
איז די צעטל אמת?
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:07 pm
דורך פאליטיקאנט
משלחת הגוראים ברגעים אלו בדרכם ל770 כדי לשכנע האדמו"ר מלובביץ לא להיפגש עם ראש הישיבה......
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 9:20 pm
דורך יעקב מעקסוועל
צפור בודד האט געשריבן:פון א קליפ וואס פארט ארום.
איז דאס וואר? ביי אייוועלט אויך?
ניין, נישט אמת. עס איז געהעריג דא דארט ריפארטס.
עס איז דא גענוג פראבלעמען, לאמיר נישט סתם צולייגן נאך.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 1:03 am
דורך שמעון וואלף
פארווע חסיד האט געשריבן:איז די צעטל אמת?
שמעקט צו זיין פאלש. ר' שאול קומט נישט מיט קיין סאך אורחים פאר וועם מ'דארף צושטעלן בתי מדרשים.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:18 am
דורך צפור בודד
פארווע חסיד האט געשריבן:איז די צעטל אמת?
ס'איז דער צעטל וואס בעלז האט ארויסגעגעבן ווען דער גערער רבי איז געקומען געטוישט אז ס'זאל אויסצוזען ווי פאר ר' שאול.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm
דורך סמבטיון
זיכער פאלטש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 11:58 am
דורך חכמת שלמה
וואס איז דארט למעשה? - דער אמעריקאנער עולם שטעלט זיך למעשה צו? - מען קומט צו תפילות וכדו'? - אדער זיי שטייען ווייט פון ר' שאול (מחמת האונס)?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 12:01 pm
דורך סמבטיון
ער האט א ריזן עולם אין אמעריקע. און אסאך וואס זענען נאך נישט ארויס בגלוי גייען יעצט מאכן די דרייסטע שריט. איך פיהל בעד פאר גער, אבער עס איז א פארלוירענע קריג.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 12:47 pm
דורך חכמת שלמה
איך פרעג צי דער עולם איז זיך למעשה משתתף, אדער מען האט מורא?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 1:07 pm
דורך מפיל קינד
גור לייגט שרעקליכע לחץ אויף ר' יעקב ראטה פון מפואר אז ער זאל נישט אויפנעמען רבי שאול...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 2:38 pm
דורך לך לך
חכמת שלמה האט געשריבן:איך פרעג צי דער עולם איז זיך למעשה משתתף, אדער מען האט מורא?
ביזדערווייל ווי ער גייט האט ער א שיינע מספר באגלייטער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:03 pm
דורך בעל דרשן
ניו יארק איז אין א פרייליכע שטימונג מיטן גרויסן גאסט
א רחמנות פארן ינוקא פון סאדיגורא בני ברק די אייבערשטער וועט אים זיכער נישט פארלאזן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:04 pm
דורך בעל דרשן
די גרויסע גאסט האט שוין באזוכט ביי האדמורי"ם מרחמיסטריווקא - באבוב - קאסוב שליט"א און ערווארטעט אנצוקומען צו נאך היינט נאכט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:08 pm
דורך בעל דרשן
קבלת קהל צימער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 8:39 pm
דורך מפיל קינד
די סוקסעס איז העכער אלע ערווארטונגען.
נאך לאנגע וואכן פון לחץ ביי אלע אדמורים ורבנים, דיינים ומוצי"ם, משלחת'ן פון שיינע אידן, ווי דער רב החדש פון חסידי גור און דער ראש ישיבה וואס זענען אליין ארומגעגאנען פון רב צו רבי אז קיינער זאל נישט אויפנעמען דעם אותו האיש, איז רבי שאול געווארן אויפגענומען ביי יעדעם מיט גרויס הערצה, און איז נאך ניטאמאל אנגעקומען איבעראל, אבער דעם ערשטן קאמף האט ער שוין געווינען. קאסוב, רחמסטריווקא, באבוב, באבוב 45, עס קומט נאך סקולען, מונקאטש, מהר"יי מסאטמאר ועוד.
אין א פאזיטיווע שריט האבן 25 משפחות וואס שיקן אין גערע מיידל סקול אפגעמאכט אנצופייפן די טעראר און יא גיין צום ראש ישיבה דורכאויס דעם גאנצן ביקור, און אויב ווארפט מען אפילו נאר איינעם, וועלן אלע אינאיינעם ארויסנעמען זייערע קינדער פון גערע מיידל סקול. אזוי וועלן זיי נישט קענען ווארפן נאר איינעם צוויי, אדער יעדער אדער קיינער.
אויסער דעם זעט זיך אן זקני אנ"ש, געציילטע עלטערע אידן וואס זענען יא געבליבן ביים דעת טראץ די בלבול המוחות וואס די קעפ זענען אריבער אין די לעצטע צוויי יאר.
די הויכע טעג זענען דא.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 8:52 pm
דורך בעל דרשן
סגעדענקט זיך נישט אזעלכע טעג ווען רוב יהדות החרדית זאל מיטהאלטן יעדע דעטאל פון א מנהיג וואס קומט צו פארן פון ארץ ישראל
ער האט זיך איינגעקויפט א געוואלדיגע הערצה ביי אלע שיכטן און קרייזן אז מ'קען שוין באלד שרייבן אויף אים רשכבה"ג....
שבת איז ערווארטעט א ריזן ציבור לאמיר האפן די וועטער וועט מיטשפילן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 8:54 pm
דורך בעל דרשן
אין געציילטע מינוט קומט די גרויסע גאסט אן צום שבע ברכות לבת הנגיד ר' ישראל שמעון בריקמאן אין קראסנא זאל אין בארא פארק
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:14 pm
דורך בעל דרשן
השבת נועם הנשמות
תושבי העיר בארא פארק גרייטן זיך מיטצוהאלטן א שבת וואס איז שוין לאנג נישט געווען אדער גאר קיינמאל ווען די גרויסע שר התורה מנהיג לאלפים כ"ק מרן ראש ישיבת גור שליט"א וועט פראווענען א שבת אין שטאט צום ערשטן מאל זייטן אנעמען די הנהגה אלץ מנהיג רוחני פון אלפי חסידי גור
עס ווערט ערווארטעט א צאמלויף פון טויזענטע אידן וואס וועלן קומען זיך משתתף זיין להתבשם מאורו הטהור
אין די געסער פון בארא פארק פילט מען שוין א יום טוב שטימונג ווען עס ווערט אויפגעבויט די גרויסע שאטער צו קענען אריינעמען די ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט
ווי חסידים ואנשי מעשה טרעפן זיך צאם איז גלייך די מדובר פונעם גרויסן " מסע הקודש " קינד און קייט זענען פארנומען מיט די הכנות צום גרויסן שבת וואס קיינער וויל נישט פארפאסן
צוביסלעך הייבן אן ארויסקומען די פרטי וסדר השבת
איידער קבלת שבת וועט מען הערן א דרשה פון הגאון רבי דניאל חיים שליט"א ראש ישיבת פני מנחם ווי ער וועט אנווארעמען די ציבור לקראת השבת המרומם
זה השולחן אשר לפני השם
איינע פון די הויכפונקטן שבת וועט געוויס זיין די עריכת השולחן ליל שבת וואס וועט זיך אנהייבן 10:00
חדו השתא בהאי שעתא דביה רעוה דרעוין
שלש סעודות וועט זיך אנהייבן 6:15 ווי דערביי וועט מען הערן דברי התעוררות פון רבינו שליט"א
עדת חסידי גור ציילן שוין די שעות צום לעכטיגן שבת ווי מ'וועט זיך אנשעפען פונעם ריינעם קוואל השפעות טובות
לקראת שבת לכו ונלכה
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:16 pm
דורך yn.NY
"א בליק" קומט אריין גאר שטארק!
Screenshot 2021-11-02 211521.png
(קוקט אויס זיי טרייען אויסצונוצען די מצב לטובתם...)