בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:37 pm
דורך נפה
ער איז אן אמעריקאנע בויטשיק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 4:56 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:איינער ווייסט ר'אפרים וואקסמאן'ס היסטארי? וויזוי האט ער אזא גוטע ענגליש?

ער איז בכלל א חסידישע יונגל?

ער הייסט בכלל נישט וואקסמאן, ער הייסט Wעקסמען.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 3:04 am
דורך וואלווי
נפה האט געשריבן:ער איז אן אמעריקאנע בויטשיק


מה פתאום, ער איז פון א געהעריגע היימישע אונגערישע משפחה. משפחת לייכטאג/וואקסמאן איז איין משפחה.

קען זיין, אז סך הכל האט ער געלערנט אין ליטווישע ישיבות

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 8:49 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אויב ס'איז דער אפרים וואקסמאן. האט ער געלערנט צוזאמען מיט מיר אין ישיבה. ער האט זיך אייביג געהאלטן א שטאפל העכער פון די אנדערע בחורים...(דעם אייבישטנ'ס מתנה פאר די וועלט.)...! נאר איך מיין אז זיין טאטע (בג"ע תהא מנוחתו) האט זיך אויך געהאלטן עפעס ספעשל...!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:34 am
דורך וואלווי
פארוואס האסטו זיך געלאזט? ביסט דאך אויך ספעשל.
נאר די חילוק איז, ער איז געווען אזוי ספעשיל אז ער האט פארשטאנען אז ער דארף טרעטן אויף אנדערע בחורים.

ער טוט עס נאך היינט...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:47 am
דורך קאצקע ציקער
וואלווי האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:ער איז אן אמעריקאנע בויטשיק


מה פתאום, ער איז פון א געהעריגע היימישע אונגערישע משפחה. משפחת לייכטאג/וואקסמאן איז איין משפחה.

קען זיין, אז סך הכל האט ער געלערנט אין ליטווישע ישיבות

ווי קימט צו עים אזא פערפעקט ענגליש?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:53 am
דורך וואלווי
דארט פון ווי מ"ד נידערמאן האט זיך געלערנט. ווילסט זיין אן עסקן ביי אגודה אדער התאחדות אין משמיע זיין דבר ה' ברמה? לערן צו אביסל ענגליש..

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:01 pm
דורך קאצקע ציקער
וואלווי האט געשריבן:דארט פון ווי מ"ד נידערמאן האט זיך געלערנט. ווילסט זיין אן עסקן ביי אגודה אדער התאחדות אין משמיע זיין דבר ה' ברמה? לערן צו אביסל ענגליש..

קיין איין עסקן קען נישט אזוי גיט ענגליש אזוי ווי עים קאם אן אויך זיין ליטווישע יודיש איז גאר פיין
יש דברים בגוי

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 7:37 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: און זיין (ליטווישע) אידיש איז אויך פיין ווייל ס'איז נישט עכט.. ער איז נישט געבוירן מיט דעם. נאר איך געדענק אין ישיבה איז ער אויך אייביג געווען דער וואס האט פארשטאנען דעם מגיד שיעור'ס שפיץ. בשעת די אנדערע בחורים זענע געבליבן מיט די צונג אינדרויסן...!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 7:41 pm
דורך קאצקע ציקער
וועלכע ישיבה?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 7:43 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: מ'קען נישט זאגן. ווייל דאמאלס וועסטו וויסן ווער איך בין...! (איך וועיס אליינס נישט.)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 12:48 am
דורך קהל'ס נער
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:אגב; וואס מיינט צו ׳סטיקי׳?


האב איך געהערט יעצט ביי של"ש נאכזאגן בשם ר' יונתן אז ס'מיינט א פעיגער בלשון נקיה.

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2022 6:02 pm
דורך כלבאשבוע
נעטפליקס סטאק איז ערנסט געפאלן היינט נאכן באריכט אז די קאמפאני האט פארלוירן איבער 200k קאסטומערס וואס זענען שטארק נתעורר געווארן פון רב וואקסמאנס דרשה

https://finance.yahoo.com/news/netflix- ... 28663.html

Re: נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 6:39 am
דורך שערי יושר
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: אויב ס'איז דער אפרים וואקסמאן. האט ער געלערנט צוזאמען מיט מיר אין ישיבה. ער האט זיך אייביג געהאלטן א שטאפל העכער פון די אנדערע בחורים...(דעם אייבישטנ'ס מתנה פאר די וועלט.)...! נאר איך מיין אז זיין טאטע (בג"ע תהא מנוחתו) האט זיך אויך געהאלטן עפעס ספעשל...!
נישט געוויסט אז ר' אפרים האט געלערנט אין סענדז סטריט

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 3:32 am
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: איך האב א סאך מאל געזעהן סענדז סטריעט פון אינדרויסן. נאר קיינמאל נישט אריין אינעווייניג...לאל. ס'דא נאך אנדערע ישיבות אויף די וועלט. אפילו אזעלכע וואס דו האסט נישט געטראכט...!

א שטיקל הינט (נישט קיין מין כלב). מיין ישיבה האט צו טון מיט יראת שמים...אנו. פרוביר צו טרעפן...!

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 5:32 am
דורך זיצער
וועלכע ישיבה האט נישט מיט יראת שמים? לול

קאנסט נישט מיינען תורה "ויראה" דרב"י , זאגסט דאך נישט סענדז סט.
אפשר ביי 'קאפעל'מאנן, ווייל א קאפל איז א יארמולקע , עפעס אזא ווארט ירא מקל פלעגט מיין מלמד זאגן.

גראדע קוקנדיק אויף רב וואקסמאן ישיבה וועבזייטל, שטייט דארט אז ער האט געלערנט און תורה ודעת און דערנאך און בית מדרש גבוה, נא? וואס האט דאס מיט יראת שמים?

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 6:32 am
דורך זיצער
געהערט פון רב וואקסמאן אז ער האט געלערנט און ירושלים אלס בחור
https://youtu.be/DWGPWO_sfA0?t=2040

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 6:33 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:שערי יושר: איך האב א סאך מאל געזעהן סענדז סטריעט פון אינדרויסן. נאר קיינמאל נישט אריין אינעווייניג...לאל. ס'דא נאך אנדערע ישיבות אויף די וועלט. אפילו אזעלכע וואס דו האסט נישט געטראכט...!

א שטיקל הינט (נישט קיין מין כלב). מיין ישיבה האט צו טון מיט יראת שמים...אנו. פרוביר צו טרעפן...!
ס'מוז זיין קאשוי. ווי דען איז דא יראת שמים אויב נישט אין קאשוי..?

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:09 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: אין וועלכע ישיבה ארבעט מען דען נישט אויף יראת שמים?! זיכער אז אין קאשוי אויך. איך האב דאך דארט (אויך) געלערנט. נאר די ישיבה פון וואס איך רעד איז א חלק פון נאמען וואס האט א שייכות מיט יראת שמים. נו, לאמיר הערן...! איך קען דיר זאגן אן אנדער'ן רמז וואס אפילו א גר וועט וויסן דעם ענטפער...!

Re: נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:10 pm
דורך שערי יושר
נטורא קרתא?

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:00 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: נטורי קרתא האט צו טון מיט יראת שמים? זיי זענען וועלט בארימט מיט קושן אכמאדינעזשאד און אנדערע שונאי ישראל..

Re: נעטפליקס דרשה פון רבי אפרים וואקסמאן מאכט שטורעם

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:07 pm
דורך שערי יושר
זייער ישיבה אין ירושלים הייסט תורה ויראה

נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2023 12:27 am
דורך berlbalaguleh
איך האלט אז סאטמאר מעג זיך אויפהערן צו רופן תורה ויראה. ווייל די באנדע בהמות ניצן דעם נאמען...!