כל הגשר כולו גשר צר מאוד אין וואס א יאר שפעטער ווערט דער גשר שמעלער אין שמעלער. ממילא קאנען ווייניגער קינדער מיטגיין מיטן סיסטעם. מיר דארפן א קורקלעם מיר דארפען קאלארפול מיר דארפן געוויסע ספארטס דעמאלטס וועט מען נישט דארפען אזויפיל טעראפיסטען.פאליטיקאנט האט געשריבן:שטארקע נקודה.
די חידוש און ווייטאג איז אז עס איז נאך מער אנגענומען צווישן די קלוגערע און אויפגעקלערטע!
ווי יאסל האט שוין געשריבן איז אמת אז געוויסע דארפן עס האבן, אבער די טיילן לרחצה האט נישט קיין פשט, מיר האט א מנהל געזאגט אז 30% קינדער זענען אויף מעדיקעישענס!!!!!!!!!!
הייסט אז פאר טויזענטער יאר האבן קינדער אויסגעוואקסן געהעריג אן קיין מעדיקעישענס, אבער פלוצלינג פון פופצן יאר צוריק "קען מען ממש נישט קיין אנדערע וועג".
און א מאמע וואס האלט עס איז נישט גוט פאר איר קינד, 'לעבט אין דינייעל'......
יא, אונז דארפן בעסערע מחנכים אבער אויך דארפן מיר בעסערע טעראפיסטן!
הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: הרג'עט נישט ר' מיילעך בידערמאן
יש כמה וכמה אופנים זיך צי ספראווענען דערמיט אן מעדיקעישאן.berlbalaguleh האט געשריבן:נפה האט געשריבן:ר׳ מאיר שפירא?
קען זיין איך בין נישט באקאנט אין זיין היסטאריע.
ר׳ בערל טויבער זאגט נעם א יונגערמאן וואס האט געהאט זיין ערשטע קינד א מיידל פרייטאג נאכמיטאג, ער דארף נאך ערלעדיגען א קידוש צומישט צו חוש׳ט עקסיידעט מיד הינגעריג פרייליך טרוד מבולבל וכו׳ וכו׳ און פאר סיי וועלכע סיבה דארף ער יעצט ווארטען א דריי פערטעל שעה און א זייטיגע שטוב ביז ער קען ארויסגיין, יעצט זאג אים ביזט סיי ווי דא הער שוין אויס א שיעור אין די צייט, דער יונגערמאן זעצט זיך אראפ ער פויקט אויפען טיש ער זיצט נישט איין זיין קאפ פליט אים ארום וכדומה, יעצט שיק אים צו א דאקטאר וועט ער אים גראד דייגענאזען מיט ADHD
והנמשל מובן מאליו
נפה: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דעם דיאגנאז. זיכער זענען דא יוצאים מן הכלל. אבער בדרך כלל, די דאקטוירים טשעקן גוט אויס א קינד וואו ס'איז דא א קלער אז (אפשר) ליידט ער אויף עי.די.העיטש.די. און דארט וואו ספעלט זיך אויס איז נישטא קיין אנדערע ברירה ווי אז דאס קינד זאלל נעמען די ריכטיגע מעדיקעישן. איז דען אמאליגע צייטן, פאר די דאקטוירים זענען ארויף געקומען אז אט די מחלות עקזיסטירן, ל"ע, בעסער געווען?! ווען די מלמדים אין חדר האבן געהאקט שטיקער פון די (אומשולדיגע) קינדער. איך, אלס באסדרייווער האב אליינס צוגעזעהן די נישט געוואונטשענע עפעקטס פון די אומ-באהאנדלטע פראבלעמען ביי די קינדער. איך האב אין פארלויף פון די יארן געהאנדלט מיט 3 קינדער (אין פארשידענע צייטן) די קינדער. ווען זיי האבן--איין טאג-- נישט גענומען די פארשריבענע מעדיצין איז נישט געווען אויסצוהאלטן פון זיי. איך האב איינמאל (אויף א דיסקרעטן אופן) געפרעגט אזא קינד אויב ער האט היינט גענומען די מעדיצין. האט ער מודה געווען אז נישט. יענעם טאג איז ער טאקע געווען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. דאס איז אויף א באס, וואו ער איז נאר א קורצע צייט. און ער דארף נישט לערנען. איז כ"ש וק"ו אין א קלאסרום וואו ער שטערט נאך א גאנצע קלאס צו לערנען און צוברעכט דעם גאנצן סדר. איז דאך נישטא קיין אנדערע ברירה ווי געבן מעדיצין...!
איך האב אמאל געוואלט געבן Melochew פאר א קינד האב איך דיסיידעד איך וויל עס אליין נעמען ממילא וועל איך פארשטיין דאס קינד וואס נעמט דאס.
https://youtu.be/JphJQkH48ow
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
הוגה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישטא אזא זאך ווי א קינד וואס דארף פילן ווייל ער איז הייפער, א הייפער קינד דארף נישט קיין פילן, ער דארף אטענשן, און אז מ׳לערנט איהם אויס עס צו בעטן אויף א פראדוקטיוו וועג וועט ער שיינען און לייכטן.
און וויפיל אטענטשאן וואלסטו פרעסקרייבד צו העלפן אן ADD ליידנדע מיט קאנצעטראציע שוועריקייטן?
האסט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לעפצן, כ׳האב דאך קלאר געזאגט אז ס׳ווענדט זיך נישט אין די כמות נאר אין די vulnerability פון די פארטייען אינוואלווד. א מענטש וואס זיינע געפילן זענען פארקריפלט און איז מתוסבך מיט זיך אליינס דארף ערשט זיך אליינס אויסהיילן אז נישט וועט ער נאר פארקריפלען זיינע קינדער, ער קען געבן קושעס, ליעבע, און אטענשאן פון היינט ביז מארגן און ער וועט נאר קאליע מאכן. דערמאנסט מיר פון יענער וואס האט געהערט אז מ׳דארף קושן די קינדער איז ער געגאנען צו זיין קינד בדחילו ורחימו מיט טרייסעלנדע הענט און איהם געגעבן א קוש אויף... די שטערן... נאך א מזל ער האט איהם נישט געקושט אויפ׳ן פוס. נאכדעם וויל ער פארשטיין פארוואס זיין קינד פילט זיך נאכאלץ אפגעפרעמדט פון איהם, וויפיל קושעס וואלסטו פרעסקרייבד? ווי יענער חכם וואס האט נאכקיינמאל נישט געגעבן א פראנצויזשע קוש פאר זיין ווייב און ער פארשטייט נישט פארוואס נאכ׳ן זיין פארהייראט פאר צעהן יאר פילט ער נאכאלץ ווי א פלג גופא.
לגבי מוסדות, ווער האט גערעדט פון מוסדות? טראכסט ווייטער ווי א מרובע. איך קען א איד וואס זיין זוהן האט נישט אריינגעפאסטן אין א ישיבה האט ער איהם געשיקט ארבעטן, זיין זוהן האט שפעטער חתונה געהאט מיט א פיינע מיידל און האט לעצטנס געהאט זיין ערשט קינד, בקיצור, ס׳פעלט דעם אינגערמאן גארנישט, און אויסער די משכב זכור וואס ער וואלט מקיים געווען אין ישיבה דארמיטארי בהידור רב האט ער גארנישט פארפאסט.
הלכה למעשה קען מען נאר העלפן איינער וואס וויל זיך העלפן, איינער וואס ס׳איז איהם גוט אזוי מיט זיינע פארקריפלטע געפילן איז נישט דא מיט איהם וואס צו מאכן. מה נפשך, אויב איז דיר נישט גוט די מצב און וואו דו ביזט ווייסטו דאך אליינס וואס דו ווילסט טוישן, ולב יודע מרת נפשו, ווידער אויב איז דיר גוט אזוי איז דאך גוט אזוי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
הייסט עס אז איך בין סיי קלוג און סיי גערעכט, מורא׳דיג, און וואס זענען די עלטערן וואס פאלגן דעם פסיכיאטאר/מנהל ווי א לעמעלע? נישט קלוג, נישט גערעכט, סתם א באנדע לוזערס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that