מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

החוקר האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן.


אויב איך האב נישט קיין טעות, האב איך אויפגעמאכט דעם אשכול "טראמפ יר"ה". אז די וועסט קוקן אויף מיינע תגובות וועסטו זעהן, אז איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער. נאר נעכטן אין אפיס האב איך געפירט א קופקע קעגן א כאפטע קאלעגן, אים אראפצורייסן.

נאר וואס דען, פונקט ווי דא, האט ער פארדינט דעם טיטל אלס די שטעלע וואס ער האט פארנומען און נישט אלס זיין פערזענליכקייט.

כאטש איך געדענק נישט אלע אשכולות ליגט מיר נישט אין קאפ צו האבן געזען אשכולות פון "אבאמא יר"ה" אדער "ביידן יר"ה".
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

מנהל האט געשריבן:לדעתי דארף דער נאמען פאקוס'ן אויף די מנהיגים, נישט אויף די חסידים, ווייל רוב ענינים וואס ווערן אויסגעשמועסט האט צוטוהן מיט זיי.
דאס לאזט אונז מיט:
רבי'שע נייעס
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
על הצדיקים
די ערשטע דריי זענען צו פלעין, און די לעצטע האט די זעלבע פראבלעם ווי "הקודש".

דער טיטל "אין דעם רבי'נס הויף" שיינט גוט,
בעיקר צוליב דעם וואס עס ציט א פאראלעל צום אומפארגעסליכן יצחק אבן'ס בוך איבער די רוזשינער-צאנזער מחלוקה, מיט זיין גאר ענליכן נאמען,
און די גזירה-שוה איז גאר פאסיג.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנהל האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:בראווא!!!
מיר האבן א היימיש וועבזייטל -וואס נישט נאר קען מען שרייבן וואס מען וויל- נאר מען קען אפילו "אטאקירן דעם מנהל" פערזענדליך אן קיין קאנסעקווענצן און צענזור.
קודאס פאר קאווע שטיבל!

רעדט דיך איין אז עס הערשט נישט דא קיינע עליטע פריווילעגיעס. כקען דיר ווייזן מער פון איין אישי פונעם מנהל/סדרן אז ער וועט מיך אויסשפארן טאמער איך שרייב קעגן עם ברבים.

די מנהלים זענען נישט קיין מלאכים און הונדערט פראצענט אז איינער וואס שרייבט דא און געט צו צום פלאץ וועל איך נישט אזוי שנעל באמערקן אז ער טרעט אמאל ארויס פון די ליניע. בכלל איז נאמנים עלי די געזעגענונג ווערטער פון דעם געוועזענעם מנהל [tag]קעלנער[/tag] אז יא, איינער וואס געט צו צום פלאץ, געט צייט און כוח צו שענקען פאר די ליינערס זיינע טאלאנטען און וויסענשאפט מעג מען גרינגער אוועקקוקן ווי פאר א צווייטן.

און לעומת זה איז פשוט אז א מענטש וואס רוב פון זיינע תגובות זענען נעגאטיווע זאכן, שמוציגע ווערטער, אטאקעס קעגן אנדערע חברי ק"ש, וועט מען אים שנעלער פארמעקן אהן קיין טענות ומענות. מנהלים האבן א לימיטעד סכום פון ענערגיע צו זעהן און באמערקן פראבלעמען און ס'איז פשוט אז כראנישע טראבעל מעיקערס וועלן מער און שנעלער דיסציפלינירט ווערן.

און אז מ'רעדט פון אישי'ס, קענסט ארויסשטעלן ברבים אלעס וואס איך האב דיר געשריבן וירא הקהל וישפוט.

[tag]איך אויך[/tag] מ'ווארט מיט שפאנונג....!!
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

שליחה דורך דורש אמת »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:הרב ווייל ער פאנקציענירט ווי איינס. פשוט מ'זאל וויסען פון ווען מ'רעדט. מענדעלע סתם קען מיינען אסאך מענטשען און מענדעלע וויזניצער איז סתם נישט פאסיג. אבער קענסט שרייבען הרב מענדעלע די משוגענער.
ר׳ מענדעלע וויזשניצער וואלט געווען מיין איך פאסיג
אזוי פלעגט מען אויך שרייבן מיט א 200 יאר צוריק ווען מע האט געהאקט אויף רבנים און רביים. סע איז אפילו מער בייסיג און שטעכיג ווען מע לאזט ניט אויס דעם רי״ש …
ריש קען אויך מיינען רשע אדער רע (לב העיברי).
רבי יעקב עמדין למשל פלעגט שרייבן ׳רע יונתן אייבשיץ׳ אנשטאט רבי


Sent from my iPad using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דורש אמת: מאך נישט אויף קיין דעבאטע איבער ר' יעקב עמדין. ווייל דאס צינדט אן מיינע ראקעטס. און ער איז שוין דעבאטירט געווארן אין אנ'אנדער אשכול...!

ער איז געווען אבסעס'ד מיט טרעפן שבתאות און שבתאים. און ר'האטציך פארלייגט אויף אומשולדיגע מענטשן...!
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

שליחה דורך דורש אמת »

berlbalaguleh האט געשריבן:דורש אמת: מאך נישט אויף קיין דעבאטע איבער ר' יעקב עמדין. ווייל דאס צינדט אן מיינע ראקעטס. און ער איז שוין דעבאטירט געווארן אין אנ'אנדער אשכול...!

ער איז געווען אבסעס'ד מיט טרעפן שבתאות און שבתאים. און ר'האטציך פארלייגט אויף אומשולדיגע מענטשן...!
געווען אָבסעסיוו? אמת. אומשולדיגע מענטשן ? ווענדט זיך אין דעם דעפיניציע פון שולד און אומשולד.
דער גאון טעם המלך האט שוין אנגעמערקט אז אפילו ווען סע קומט צו בעלי עבירה שבתיצביניקעס און אפיקורסים דארף מען האנדלען איידל און מענטשליך. ווי רמבמן פון בערלין האט אונז געלערנט.
לויט די אקאדעמיקער און די פארשונג איז רבי יהונתן אייבשיץ זל געווען א שבתיצביניק. דאס איז אויך געווען די מיינונג פון אסאך רבנים און יאָ … אויך פון נודע ביהודה…
ער האט געשריבן א קאבאליסטיש חיבור וואס פאָרעט זיך מיט קריסטנטום און איז עקסרעם פאָרנאָגראַפיש.
דרשות וואס דער גלח האט געגעבן זונטיג אין קירכע איז געווארן איבערגענוצט דורך ר יהונתן אום שבת!
אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פארטיידיגער פון אייבעשיץ האבן זיך סומך געווען דווקא אויף זיין באליבטן תלמיד רבי נ. ה. ווייזל ״הנודע לשימצה״ (טעם המלך; תשובה מאהבה; גדולת יהונתן; שפ״ר)


Sent from my iPad using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די אשכול דרייט זיך ארום הלכות "הרב". צו מ'האלט עס איין ווי עס ברויך צו נישט. צו עס פעלט אויס צו נישט.
אין דער זעלבער צייט ווערט דא געברענגט נאכאנאנד ציטאטן פון קלענערע און גרעסערע כפירה בתורה מן השמים און נאך. קיינער געט נישט קיין מאק.

בכבודי לא מחיתם בכבוד בשר ודם מחיתם. א שאנדע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אבער דער אמת ווייסן מיר דאך איז פארקערט, רצון הרבנים וועגט איבער די רצון התורה, און כבוד ת״ח שטייט העכער כבוד התורה. כדאמר רבא כמה טפשאי שאר אינשי דקיימי מקמי ספר תורה ולא קיימי מקמי גברא רבה, דאילו בס"ת כתיב ארבעים ואתו רבנן בצרו חדא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אבער דער אמת ווייסן מיר דאך איז פארקערט, רצון הרבנים וועגט איבער די רצון התורה, און כבוד ת״ח שטייט העכער כבוד התורה. כדאמר רבא כמה טפשאי שאר אינשי דקיימי מקמי ספר תורה ולא קיימי מקמי גברא רבה, דאילו בס"ת כתיב ארבעים ואתו רבנן בצרו חדא.


היינט איז אנאנדערט וועלט. די היינטיגע גברא רבה'ס זענען אתו רבנן והוסיפו הרבה יותר מארבעים חומרת ואיסורים עט מען מוזען זאגען כמה טפשאי שאר אינשי דקיימי מקמי גברא רבה....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עמינדב האט געשריבן:די אשכול דרייט זיך ארום הלכות "הרב". צו מ'האלט עס איין ווי עס ברויך צו נישט. צו עס פעלט אויס צו נישט.
אין דער זעלבער צייט ווערט דא געברענגט נאכאנאנד ציטאטן פון קלענערע און גרעסערע כפירה בתורה מן השמים און נאך. קיינער געט נישט קיין מאק.

בכבודי לא מחיתם בכבוד בשר ודם מחיתם. א שאנדע.

אז מ׳דערמאנט דאס איז מיר טאקע שווער געווען אז איז נישט מחאה על כבוד בו״ד, בין אדם לחבירו, חשוב פאר הקב״ה יותר ממחאה על כבודו, בין אדם למקום? איז דאס נישט נכלל בתוך (איכ״ר פתיחתא ב) הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו, און דעלך סני לחברך לא תעביד וכו׳ (שבת לא.)?

מ׳קען דאס אביסל פארענטפערן אז דער רמב״ן ביי מעשה סדום (בראשית יט ח) שטעלט צאם דאס וואס די גמרא זאגט (סנהדרין קג:) אז בני ישראל זענען נענש געווארן בפילגש בגבעה אלס בכבודי לא מחיתם בכבוד בו״ד מחיתם, מיט דעם אז די גאנצע מלחמה, משני הצדדים, איז געווען שלא בדין, וז״ל:
ולפי דעתי שזה ענשם של ישראל להנגף בתחילה, מפני שלא היתה המלחמה נעשית מן הדין, והגדר עצמו על שבט בנימין היה מוטל לעשותו, ולא עליהם, שמצוה על השבט לדון את שבטו (ספרי קמד).

והנה שתי הכתות ראויות להענש, כי בנימין מרשיע שאינו חושש ליסר הרעים ולא לגעור בהם כלל, וישראל עושין מלחמה שלא מן הדין, וגם את פי ה' לא שאלו בזה. אבל אמרו מי יעלה לנו בתחלה למלחמה על בני בנימין (שופטים כ יח), כי מעצמם הסכימו למלחמה על כל פנים. וכן לא שאלו בענין הנצוח אם "תתנם בידי", כי בטחו בזרוע בשר שהיו רבים מאד, כי עתה כמוהם עשרה פעמים ויותר. ולא שאלו אלא "מי יעלה לנו בתחלה", והוא כמו גורל ביניהם. אולי היה כל שבט אומר "לא אעלה אני תחלה", או אומר "אני ראשון", והקב"ה השיב כפי שאלתם יהודה בתחלה, לאמור כי יהודה הוא בראש לעולם, כי ביהודה בחר ה' לנגיד (דהי"א כח ד), ולכך לא אמר "יהודה יעלה" כשאר המקומות (עיין שופטים א ב), כי לא הרשה אותם, אבל לא מנעם, ולא אמר להם "לא תעלו ולא תלחמו" מפני ענשו של בנימין.

והנה הלך השם עם שניהם בקרי והניחם למקרים. ובני בנימין היו גבורים, ועריהם בצורות, והשחיתו בישראל הבוטחים בזרוע בשר, והוסיפו עונש על ענשם, כי די היה להם להבריח ישראל מן הגבעה, והם הכו בהם למשחית איבת עולם והפילו מהם עם רב ועצום כ"ב אלפים.

והנה ישראל כאשר הכו מכה רבה נודעה להם שגגתם, כי עשו מלחמה עם אחיהם שלא ברשות גבוה ושלא כדין תורה, ועל כן שאלו ביום השני האוסיף לגשת למלחמה עם בני בנימין אחי (שם כ כג). והזכירו עתה האחוה, לשאול אם הוא אוסר עליהם המלחמה, והשם הרשה אותם עתה ביום השני, ואמר עלו אליו, כי עתה מותר להם לדרוש דם אחיהם השפוך. והם לא שאלו הנצוח, כי עדיין היו בוטחים ברובם לנצח על כל פנים, והשם לא באר להם רק כי המלחמה מותרת להם. ומפני שעדיין לא נתכפר ענשם הראשון נפלו מהם גם ביום השני י"ח אלפים.

וביום השלישי גזרו תענית ויצומו ויבכו לפני ה', והקריבו עולות לכפר על הרהורי הלב אשר בטחו בזרועם והקריבו שלמים והם שלמי תודה כי ראו עצמם כאלו כלם פלטים מחרב בנימין, וזה משפט כל הנמלטים להקריב תודה, כענין שנאמר (תהלים קז כב) ויזבחו זבחי תודה ויספרו מעשיו ברנה, וכתוב (שם כז ו) ועתה ירום ראשי על אויבי סביבותי ואזבחה באהלו זבחי תרועה אשירה ואזמרה לה'. והנה היו בשני הימים המתים מישראל ארבעים אלף, ומבנימן נפלו בסוף כ"ה אלפים אנשי חיל (שופטים כ לה), ומעיר מתום עד כל הנמצא (שם כ מח), רבים. ויתכן שיהיו ט"ו אלפים בין אנשים ונשים והטף, והיה עונש שתי הכתות בשוה.

ומה נכבדו דברי רבותינו (סנהדרין קג:) שהיה הקצף בפסלו של מיכה, אמר הקב"ה בכבודי לא מחיתם, בכבוד בשר ודם מחיתם. לומר, בכבודי לא מחיתם במחוייבי מיתה ופושטים ידיהם בעיקר, בכבוד בשר ודם מחיתם יותר משורת הדין. ועל כן סכל עצת שתי הכתות ואמץ את לבבם ולא זכרו ברית אחים.


ולגבי דאס אז הקב״ה האט פארגעהאלטן מיט די טענה השמש והירח במחלקותו של קרח (שם בסנהדרין קי.) איז לכאורה ווייל זיי זענען צבאי מעלה און עס איז ביי זיי נישט שייך בין אדם ל״חבירו״ האדם.

און אז מ׳דערמאנט ״כפירה״ און די קשר בין סדום לפילגש בגבעה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. שרה מילשטיין זאגט עפ״י אנדערע מבקרים אז די מעשה פון פילגש בגבעה איז אריינגעשטעלט געווארן שפעטער אלס א ליטעראטורישע סאטירישע פּאלעמיק קעגן מלכותו של שאול מבנימין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

שליחה דורך דורש אמת »

נמחק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דורש אמת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

אויב איז דא די פאסיגע פלאץ צו פרעגן.
קענען מיר פארלאנגען פון די הנהלה פון קאווע שטיבל וואס איז די פשט פון בלאקירן שבת אחים. איינער וואס איז שוין א מעמבער זינט 2014 און די עולם קען נישט אנווייזן פארוואס ער איז יעצט געבלאקירט
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

סקען זיין אז סאיז א טעכנישע פראבלעם, איך האב שוין געהאט אמאל וואס איך האב פרובירט אריינסיינען און סאיז ארויפגעקומען אז איך בין אויסגעשפארט אבער ס'האט גארנישט געמיינט, גם אני מצטרף צו די מחאה פון אים יעצט אויסשפארן, ער האט שוין געשריבן סך ערגערס און מ'האט נישט געמעקט, יעצט זעה איך נישט וואס ער האט אזוי שלעכט געזאגט, אפשר האב איך עפעס פארזעהן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אויב איז דא די פאסיגע פלאץ צו פרעגן.
קענען מיר פארלאנגען פון די הנהלה פון קאווע שטיבל וואס איז די פשט פון בלאקירן שבת אחים. איינער וואס איז שוין א מעמבער זינט 2014 און די עולם קען נישט אנווייזן פארוואס ער איז יעצט געבלאקירט

viewtopic.php?p=490665#p490665
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט