בלאט 3 פון 20
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:23 pm
דורך ברוינשטיין
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: איך האב אמונה ע"י חקירה. אבער חקירה קען מיך טראגן ביז צו א געוויסן פונקט. ווייטער פון דעם פונקט גלייב איך באמונה פשוטה. ווייל די הוכחות ביז אהער זענען אלע געווען אמת. און עפ"י היגיון. ס'איז פונקט אזוי ווי א מענטש וואס פארט מיט א שיף אדער אן עראפלאן. און ס'ברעכט אויס א שטורעם. דער קאפיטאן וועלכער איז אלט און געלערנט, מיט א אסאך עקסיפירענס פיהרט די שיף אדער עראפלאן מיט גרויס געניטשאפט. שפעטער, ווען ס'קומט נאך א שטורם, ביניך בארואיגט. ווייל איך ווייס אז דער קאפיטאן איז זייער שטארק געניט...!
אויף דעם האט שוין קהל'ס נער פארלאזט אזויפיל טינט, ער האט שוין טויזנטער מאל ארויסגעברענגט (מיט רעכט) אז דאס מיינט נישט חקירה, דאס מיינט זיך גענארט מיט האלבע חקירה, ווייל מען האט מורא צו גיין אינגאנצן מיט חקירה צוליב דעם וואס עס בראכט נישט די געוואונטשענע ריזאלטאטן, ממילא איז אמינא פשיטא איז דאס איינציגסטע מהלך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
ברוינשטיין: נו, פיהר אויס. פון וואס האט מען מורא...?! אויסער פון באשעפער.
דו וויסט די מעשה מיט יענעם געשוואוירענעם אטעאיסט. ער האט עפעס געטון שטארק להכעיס צו גאט...! האט מען איהם געפרעגט...דו גלייבסט דאך נישט אין גאט. סאו. פאר וועמען ווילסטו דא אפטון...?! דער תירוץ איז. אז אפילו אן אזויגערופענער אטעאיסט גלייבט אויך אין גאט...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:17 pm
דורך זוכער
די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.
1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.
דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:37 pm
דורך זוכער
קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שיטים האט געשריבן:איך כאפ נישט פארוואס מען דארף זיך נאר'ן, מען קען דורכטון די זאך מיט א אפענע קאפ אנצוקומען צום אמת,
אויב וויל מען אנקימען צים אמת דארף מען טאקע דורך טין מיט א אפענע קאפ, אבער אויב האט מען שוין די מסקנה פאר מען האט אנגעהויבען חקר'נן, דאן זיכט מען נישט די אמת, מען זיכט ראיות צי א מסקנה וואס האסט שוין אפגעמאכט נאך פאר די חקירה האט זיך אנגעהויבן
איך בין א איד ווייל דאס איז די אמת, נישט ווייל איך בין געבוירן א איד,
לא נכון, ביסט א יוד ווייל אזוי ביסטו געבוירען, (נישט אז יודישקייט איז נישט אמת, אבער די סיבה פארוואס די ביסט א יוד איז נישט ווייל יודישקייט איז אמת, והראיה אויב די געפינסט יעצא אויס אז דיין מאמע'ס מאמע פאר 5 דורות ציריק איז געוועין א אונגערישע גויטע, וואלסטו געווארען א גוי? ניין, פארוואס? ווייל ביסט א יוד ווייל אזוי ביסטו געבוירען גארנישט ציטין מיט אמת אדער שקר)
אויב איבערצייגסטו זיך אויף זיכער אז אידישקייט איז פאלש, דאן פארוואס זאלסטו בלייבן מיט א פאלשע רעליגיע?
איך בין נישט איבערצייגט אז ס'איז פאלש, ס'איז פשוט נישטא קיין הוכחה ע"י חקירה אז ס'איז עכט
אויב זענען די למשל די קריסטן גערעכט, דאן וואס איז די פוינט פון זיין א איד?
ס'פינקט אזוי נישטא קיין ראיה ע"י חקירה אז די ברית החדשה איז מסיני
1) דער אמת. איך בין א איד - ווייל מיין טאטע איז א איד. נישט ווייל איך האב איינגעזעהן. נישט ווייל חקירה איז נישט גענוג. נאר 99.999 פראענט גוים זענען זיך נישט מגייר. אפילו זיי זעהן יא איין. ווער ס'איז זיך מגייר האט עפעס דרויסנדיגע סיבות, נישט ווייל ער האט טאקע איינגעזעהן.
דערפאר זאג איך שלא עשני גוי. ווייל העטעך געבוירן אלץ גוי - וואלט איך זיך זיכער נישט מגייר געווען.
ווער עס זאגט אז ער איז א איד ווייל ער האט איינגעזעהן, פאפט זיך זייער שטארק.
2) נאך די הנחה, ברענג איך עס צו א שטאפל ווייטער. העטעך געבוירן אלץ מוסלמענער, וואלט איך זיכער געגלייבט וואס מיין מוסלמענער טאטע וואלט מיר געזאגט פון אלץ קינד. אזוי ווי אלע ביליאן מוסולמענער. - נאר יעצט אלץ איד - האב איך דעם אפענעם קאפ צו פארשטיין אז פאקטיש זענען די מוסולמענער איז א רעליגיע וואס איז אונטערגעקומען 2000 יאר נאך די אידישע רעליגיע. און די מוסולמענער רעליגיע האט ריזיגע לעכער. - אבער אלץ מוסולמענער געבוירענער וואלט איך - בלי שום ספק - נישט צוגעקומען צו די מסקנות.
3) דאס גלייבן אז תורה משמים און אלעס וואס ס'שטייט דארט איז אמת - איז נאר נאכדעם וואס ער גלייבט באמת אז ס'איז דא א בורא עולם, שהוא בורא ומנהיג לכל הברואים, ועשה ועושה ויעשה כל המעשים. - ווער עס גלייבט נישט אז ס'איז דא א בורא עולם, קען בשום אופן נישט גלייבן אין תורת משה.
4) אפילו ווער עס גלייבט יא אין א גאט, קען נאך אלץ האבן ספיקות אין די ווארהייט פון תורת משה. אבער ס'איז אים לייכטער אריינצופאסן די געשעענישן אין מציאות.
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 2:49 pm
דורך ברוך בענדיט
עצי שטים האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:עפעס זאגסטו, די גייסט מיך באלד מאכן טון עבירות, ווייל איך גלייב בלויז מיט אמינא פשיטא, נו אדרבא דערצייל מיך וויאזוי די קומסט איבער די ניסיונות, אדער אפשר קענסטו מיט לאגיק איבערצייגן אין וואס די גלויבסט.
ח''ו טוה נישט קיין עבירות, מען דארף טאקע יא צוקומען מיט די אייגענע שכל אז אידישקייט איז די אמת
און אזוי בין איך טאקע איבערצייגט מיט מיין אייגענע שכל (אכ''פ לויט ווי איך שטיי יעצט)
איך גלייב נישט וואס די פארקויפסט דא....
לויט מיין ערפארונג איז אז איינמאל מען רייסט פון זיך באמת אויס די תמימות'דיגע אמונה פשוטה מיט וואס מען איז אויפגעוואקסן אין מען הייבט נאר אן זעהן א וועלט פון חוקרים מיט פיליזאפן מיט אפיקורסים אין מען ווייסט ביי זיך דעם אמת אז למעשה קען אפשר דאך זיין אז מען איז אויפגעוואקסן מיט ליגענט דעמאלט אפילו די וועסט דיך טרעפן דיינע צוויי ראי'ס וואס גייען באדעקן דיינע געפילן אין זאלסט קענען ווייטער אנגיין מיט דיין געשמאקע דאווענען אין דיין בלאט גמרא טראכטן'דיג אז יעדער ווארט ווערט צוכאפט אין הימל אין די וועסט פראבירן צו אינטשויען א ספיריטאלע לעבן....
נאפ עס וועט נישט גיין.. די וועסט אייביג בלייבן מיט ספיקות אין ניסיונית ווייל אפשר דאך בין איך נישט גערעכט....
שרייב נישט ווי א גאנצע חכם וואס האט שוין געזען אלעס אין ווייסט שוין אלעס מימילה ביסטו א גלויביגער מיט א זיכערקייט....
אמונה פשוטה (אויב מעגליך) האט עס ביי פאר...
Sent from my Pixel using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 2:58 pm
דורך קהל'ס נער
ברוך בענדיט האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:עפעס זאגסטו, די גייסט מיך באלד מאכן טון עבירות, ווייל איך גלייב בלויז מיט אמינא פשיטא, נו אדרבא דערצייל מיך וויאזוי די קומסט איבער די ניסיונות, אדער אפשר קענסטו מיט לאגיק איבערצייגן אין וואס די גלויבסט.

You nailed it
דאס מיינט יוסיף דעת יוסיף מכאוב, מען וואנדערט ארום אין חקירה און מען האט נישט קיין לעיבן, unless די גייסט טאקע נעמען שריט אזוי ווי @רביה"ק האט געטין, אבער אויב די פלאנסט מילא גארנישט צי טוישן אין דיין לעיבן, דעמאלטס בעסער זיי א תמים מיט אמונה פשוטה, אין וועסט האבן א גיט לעיבן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:23 pm
דורך לייבל שטילער
זוכער האט געשריבן:די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.
1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
דאס זאגט נאר אז אידן האבן סה"כ א בעסערע ארגומענט ווי קריסטן, עס קען אבער נאכאלץ זיין אז איינער האט אויפגעמאכט א מעשה און דער עולם האט עס אפגעקויפט ופלמס הזהר הקדוש יוכיח. ועוד, עס איז קיין הוכחה אויף תושעב''פ וכו'.
4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
?
5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.
יעדער איז מודה אז ס'געווען א שבט פון כהנים וואס זענען געווען מיוחד פאר פולחן, און זיי האלטן חשבון אויף זיך אנדערש ווי רוב מענטשן וואס האבן קיין אנונג פון ווי זיי קומען.דאס זאגט אבער נישט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און ווער ס'האט עס אנגעהויבן
דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:48 pm
דורך זוכער
[quote="לייבל שטילער"][quote="זוכער"]די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.
1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
דאס זאגט נאר אז אידן האבן סה"כ א בעסערע ארגומענט ווי קריסטן, עס קען אבער נאכאלץ זיין אז איינער האט אויפגעמאכט א מעשה און דער עולם האט עס אפגעקויפט ופלמס הזהר הקדוש יוכיח. ועוד, עס איז קיין הוכחה אויף תושעב''פ וכו'.
איך זעה אז דו כאפסט נישט וואס דא שטייט. די קריסטן און די מוסולמענער, האבן געווואסט אז זייער מעשה איז געוואנדן אין איין מענטש אדער מאקסימים 12 מענטשן. זיי האבן אבער נישט געקענט פארקויפן אז 600 אלפים האבן עס געזעהן. ווייל מ'קען פאקטיש נישט פארקויפן קיין געבעקסן וואס מענטשן איבערגעבן פאר זייערע קינדער אז "זיי" האבן עס "אליין" געזעהן. והא ראיה אז די קריסטן האבן עס טאקע נישט געקענט באווייזן. כאטש זיי האבן היינט איבער א ביליאן מענטשן.
4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
?
נארמאלע מענטשן וועל ןנישט לייגן זייער קינד אונטער א מעסער ביי די 8 טאג - נאר כדי צו הייסן אידן. מ'קען דאך די זעלבע זאך טאן ביי די 13 יאר. דאס אז מיר אלע טוען עסן. נישט נאר אברהם העברי, אחד היה אברהם, צייגט אז מיר זענען נישט אלע משוגע געווארן.
5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.
יעדער איז מודה אז ס'געווען א שבט פון כהנים וואס זענען געווען מיוחד פאר פולחן, און זיי האלטן חשבון אויף זיך אנדערש ווי רוב מענטשן וואס האבן קיין אנונג פון ווי זיי קומען.דאס זאגט אבער נישט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און ווער ס'האט עס אנגעהויבן
דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.
דא שטייט אזוי: דאס אז די כוהנים DNA גייט אן ביזן היינטיגן טאג אז קלארע פרוף אויף 2 זאכן:
1) אז כלל ישראל האט אייביג געוואוסט אז "איך בין א כהן", ממילא קינד מיינס, דו ביסט אויך א כהן. דאס גייט אזוי איבער פון דור צו דיר עטליכע הונדערט טאטעס. בערך 200 טאטעס ארויף, דורכאויס אלע גלות'ן, גירוש'ן האט דאס קינד געוואוסט פון זיין טאטע אז מיר זענען כהנים וגוי קדוש, און דאס איז נישט פארלוירן געווארן במשך הדורות - ווי דער שכל דיקטירט.
2) פון די DNA גייט צוריק 3000 יאר, צייגט אז ס'איז נישט במשך הדורות געבוירן א דיקטאטור וואס האט אנגעהויבן פארקויפן לאקשן. נאר ס'שטימט אקוראט ווי ס'שטייט אין תורת משה.
פון אלע זיבן ביליאן מענטשן וועלכע געפונען זיך אויף די וועלט, איז נישט פאראן קיין איין רעליגיע / שבט / פאלק וועלכע האט פאקטישע באווייזן אז "איך" בין א בן-אחר-בן פון די ערשטע גרינדער פון די רעליגיע 3000 יאר צוריק.
פון אלע היינטיגע עגיפטער איז נישטא קיין באווייז אז איינער פון זיי איז אן אייניקל פון די עגיפטער פון 2000 ++ יאר צוריק.
דער פוינט איז: אונזער רעליגיע גייט צוריק דור אחר דור בלי שום שינוי. ביז 3000 יאר צוריק. פינטל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 6:25 pm
דורך היסטאריע
איך וויל וויסן, וואס העלפט די כוזרי ארגומענט לגבי תורה שבעל פה?
קען מיר דאס איינער מסביר זיין?
עס העלפט לגבי תורה שבכתב, וואס אונז פאלגען נישט. טאמער עפעס איז עס ראי' לסתור.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:כוזרי ארגומענט לגבי תורה שבעל פה
כוזרי שני
https://hebrewbooks.org/22434
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 7:36 pm
דורך פרנס החודש
זוכער האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.
1) די קריסטן. זייער גאנצע אמונה הענגט אויף די מופתים וואס א גרופע פון 1 מענטש מיט 12 תלמידים. פינטל. מוזט זיי גלייבן.
2) די מוסלמענער. זייער גאנצע אמונה באשטייט פון רעוולעישאנס, נביאות'ן פון 1 מענטש. מוזט גלייבן דעם נביא.
3) ישראלים. זאגן דיר, ס'האט פאסירט מיט דיין זיידע. פינטל. נישט יאנקל האט געהערט, פלוני האט געזען. דיין טאטע האט עס דיר געזאגט.
דאס זאגט נאר אז אידן האבן סה"כ א בעסערע ארגומענט ווי קריסטן, עס קען אבער נאכאלץ זיין אז איינער האט אויפגעמאכט א מעשה און דער עולם האט עס אפגעקויפט ופלמס הזהר הקדוש יוכיח. ועוד, עס איז קיין הוכחה אויף תושעב''פ וכו'.
איך זעה אז דו כאפסט נישט וואס דא שטייט. די קריסטן און די מוסולמענער, האבן געווואסט אז זייער מעשה איז געוואנדן אין איין מענטש אדער מאקסימים 12 מענטשן. זיי האבן אבער נישט געקענט פארקויפן אז 600 אלפים האבן עס געזעהן. ווייל מ'קען פאקטיש נישט פארקויפן קיין געבעקסן וואס מענטשן איבערגעבן פאר זייערע קינדער אז "זיי" האבן עס "אליין" געזעהן. והא ראיה אז די קריסטן האבן עס טאקע נישט געקענט באווייזן. כאטש זיי האבן היינט איבער א ביליאן מענטשן.
4) מיר מל'ן ביי די 8 טאג זיך ווייל מיין זיידע האט באקומען דעם באפעל פון גאט און ער האט די זעלבע זאך געטאן מיט זיינע קינדער.
?
נארמאלע מענטשן וועל ןנישט לייגן זייער קינד אונטער א מעסער ביי די 8 טאג - נאר כדי צו הייסן אידן. מ'קען דאך די זעלבע זאך טאן ביי די 13 יאר. דאס אז מיר אלע טוען עסן. נישט נאר אברהם העברי, אחד היה אברהם, צייגט אז מיר זענען נישט אלע משוגע געווארן.
5) מיר האבן היינט די בענעפיט פון די KOHEN DNA, וואס צייגט מיט סייענטיפישע עווידענס אז די כוהנים משפחה ציט זיך פון טאטע-קינד, טאטע-קינד ביז אהרן כהנא קדישא.
די Y-chromosomal Aaron גייט צוריק איבער 3000 יאר, וואס צייגט די ריכטיגקייט צו תורת משה.
יעדער איז מודה אז ס'געווען א שבט פון כהנים וואס זענען געווען מיוחד פאר פולחן, און זיי האלטן חשבון אויף זיך אנדערש ווי רוב מענטשן וואס האבן קיין אנונג פון ווי זיי קומען.דאס זאגט אבער נישט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן און ווער ס'האט עס אנגעהויבן
דער שכל איז מחייב צו גלייבן, ווייל די עווידענס איז דא.
דא שטייט אזוי: דאס אז די כוהנים DNA גייט אן ביזן היינטיגן טאג אז קלארע פרוף אויף 2 זאכן:
1) אז כלל ישראל האט אייביג געוואוסט אז "איך בין א כהן", ממילא קינד מיינס, דו ביסט אויך א כהן. דאס גייט אזוי איבער פון דור צו דיר עטליכע הונדערט טאטעס. בערך 200 טאטעס ארויף, דורכאויס אלע גלות'ן, גירוש'ן האט דאס קינד געוואוסט פון זיין טאטע אז מיר זענען כהנים וגוי קדוש, און דאס איז נישט פארלוירן געווארן במשך הדורות - ווי דער שכל דיקטירט.
2) פון די DNA גייט צוריק 3000 יאר, צייגט אז ס'איז נישט במשך הדורות געבוירן א דיקטאטור וואס האט אנגעהויבן פארקויפן לאקשן. נאר ס'שטימט אקוראט ווי ס'שטייט אין תורת משה.
פון אלע זיבן ביליאן מענטשן וועלכע געפונען זיך אויף די וועלט, איז נישט פאראן קיין איין רעליגיע / שבט / פאלק וועלכע האט פאקטישע באווייזן אז "איך" בין א בן-אחר-בן פון די ערשטע גרינדער פון די רעליגיע 3000 יאר צוריק.
פון אלע היינטיגע עגיפטער איז נישטא קיין באווייז אז איינער פון זיי איז אן אייניקל פון די עגיפטער פון 2000 ++ יאר צוריק.
דער פוינט איז: אונזער רעליגיע גייט צוריק דור אחר דור בלי שום שינוי. ביז 3000 יאר צוריק. פינטל.
דאס ווייזט סך הכל אז מוחמד און די קריסטן האבן נישט געקענט אזוי גוט שעכטן ווי שבט לוי אין מדבר,
נישט אז זיי זענען ווייניגער גערעכט.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 7:50 pm
דורך קהל'ס נער
קהל'ס נער האט געשריבן:
You nailed it
דאס מיינט יוסיף דעת יוסיף מכאוב, מען וואנדערט ארום אין חקירה און מען האט נישט קיין לעיבן, unless די גייסט טאקע נעמען שריט אזוי ווי @רביה"ק האט געטין, אבער אויב די פלאנסט מילא גארנישט צי טוישן אין דיין לעיבן, דעמאלטס בעסער זיי א תמים מיט אמונה פשוטה, אין וועסט האבן א גיט לעיבן.
איינער האט מיך געפרעיגט אויף די תגובה אין אישי, און כ'האב עים פארברייטערט די נושא, איך לייג עס דא ארויס אפשר וועל נאך הנאה האבן.
קהל'ס נער אין אישי האט געשריבן:כ'וועל אביסל בעסער מסביר'ן
סתם זיצן א גאנץ לעיבן און זיך עסן די געזינט, אפשר איז יא דא א אייבערשטער אפשר נישט, האט נישט קיין פשט מען האט נישט קיין עולם הזה, און נישט קיין עולם הבא, מצוות האבן נישט קיין טעם ווייל מען ווייסט נישט צי ס'איז אמת, אבער עבירות טיט מען נישט ווייל מען האט מורא פון גיהנם, אדער טיט מען יא עבירות און מען פילט זיך ווי א שייגעץ, בקיצור די חלק דארף איך נישט מסביר'ן ס'זעיט אויס ווי די פארשטייסט פון וואס איך רעד.
משא"כ אויב איינער וואס איז חוקר און על דעת אז אויב קימט ער צי א מסקנה אז די גאנצע יודישקייט איז ב.ס. דעמאלט האט א פשט צי חקרנ'ן, (עכ"פ אויב ביסטו גרייט צי מיט מאכן די יסורי נפש) ס'גייט טאקע נישט זיין גרינג טוישן א לייפסטייל איז גאר א שווערע זאך, אבער עט ליסט איז דא ליכטיגקייט צום סוף פונעם טונעל, ער גראבט צי א מטרה, ער זיצט נישט אין עסט די געזינט.
אפילו ער וועט שפעיטער מחליט זיין אז קריסטנטום איז ריכטיג, צי איסלאם, פארט ער ווייטער מיט א מטרה ער האט א מטרה צי וואס ער וויל אנקימען, ס'איז אביסל אזוי ווי עפענען א ביזנעס מען אינוועסט אפאר יאר ביז מען דרייט זיך אריין אין די נייע קאמיוניטי און דערנאך האט מען א גיטע לעיבן.
טאקע ווייל איך בין נישט גרייט צי מאכן קיין טויש אין מיין לעיבן אויב חקירה גייט מיך זאגן אז תורה לא היה ולא נברא, חקר'ן איך נישט אין איך האב א זיסע לעיבן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:06 pm
דורך זוכער
פרנס החודש האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:די בעסטע הוכחה וואס איך האב אז דער כוזרי איז יא גערעכט, אז אז 600 אלפים מענער - זאגן נישט קיין ליגן, און זענען נישט אלע פארכאפט געווארן אין אילוזיעס.
דער פוינט איז: אונזער רעליגיע גייט צוריק דור אחר דור בלי שום שינוי. ביז 3000 יאר צוריק. פינטל.
דאס ווייזט סך הכל אז מוחמד און די קריסטן האבן נישט געקענט אזוי גוט שעכטן ווי שבט לוי אין מדבר,
נישט אז זיי זענען ווייניגער גערעכט.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
הייסט פאר דעם האט ישו הנוצרי נישט קיין 1000 עדות צו זיינע חזיונות?
כ׳האף אז דו פארשטייסט וואס דו האסט געענטפערט.
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:11 am
דורך כרם זית
זייער אינפירמאטיוו.
בנוגע די קשיא אז עס איז שייך אויסצונערן א פאלק מיט פארנעפלטע היסטאריע. קען זיין אז דער כוזרי מיינט בעיקר צו מחזק זיין יהדות קעגן נוצרות און איסלאם ווייל פון אלע מעשיות איז די יודישע די וואס שטימט די בעסטע.
השתא דאתית להכא קען מען שוין זאגן אז אויב יהדות וואלט ווען געווען אן אויפגעמאכטע מעשה, וואלט די נאריטיוו געווען אז ג-ט ב''ה האט זיך מתגלה געווען צו יחידים וויבאלד דאס איז גרינגער צו פראבראצירן. והא ראיה, אזוי זענען רוב רעלעגיע'ס געגרינדערט געווארן.
Sent from my Wiko U316AT using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:24 am
דורך פאר'ן דאווענען
די כוזרי ארגומענט איז בכלל נישט קיין ראיה צו תורה שבכתב, אויב עפעס איז עס נאר מוכיח אז ס'איז דא א גאט, און אפשר אויך צו די עשרת הדברות, עיין
כאן
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 7:31 am
דורך היסטאריע
אבער זיינע ראיות דא זעהן אויס צו זיין געוועהנליכע אפאלעדזעטיק סטייל, בכלל נישט מוכרח.
איינער קען מיר ברענגען א ראי' אז מען דארף לייגען תפילין אזוי ווי אונז לייגען, מכח 3000 יאר? העלאו? האלסט טאקע אז 600000 אידען האבען אנגעהויבען לייגען תפילין צומארגענס פין בארג סיני, און מען טרעפט נישט קיין רמז פין ווי זיי זאלען האבען עורות און בתים מאכערס, און ריבוע, און גידין, און אלעס פאר 600000 מענטשען? און אזעלכע קשיות זענען דא ווי בערג.
אם סארי, אבער צו זאגען אז אונזער גלויבען איז "מוכרח" איז א ליצנות גדולה, ווער עס וויל זיך פאטשען אין בייכעל און זאגען שלום עלי נפשי צוליב דער כוזרי, געזונטערהייט. אבער עס האט נישט קיין זין.
און לאמיתו של דבר, מוז מען נישט זוכען און זאגען אז עס זענען דא ראיות פאר אונזער שכל, עס שטייט נישט אין תורה שבכתב אלץ א חוב, איז פארוואס זאל מען דארפען זוכען ראיות פאר אונזער שכל אויף די אמיתית פין תורה שבכתב? איי פארוואס טוסטו די אלע מצוות און חיובים? איין סיבה, און די ווייסט עס, ווייל מען האט דיר אזוי אויפגעצויגען. זיי א מודה על האמת.
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:03 am
דורך פרנס החודש
הודאה על האמת ( מדבר שקר תרחק ) איז נאך אזוי גילטיג ווי דער איבעריגס תורה, ווען האב געהאט מיין תקופה אין די בחורישע יארן
איז דאס געווען וואס האט מיר געשטופט .
אויב איינער גלייבט באמת אין די תורה, פעלט נישט אויס זיך פרובירן
איינצורעדן אז מען גלייבט.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:08 am
דורך היסטאריע
דער "תקופה" איז אויך געוועהן צוליב נארישקייטן וואס מען האט דיר איינגערעדט, זאל מען לכתחילה נישט איינרעדן קיין שטותים וועלען נישט זיין קיין "תקופות" וואס מען דארף ראטעווען דורך פאלשער כוזרי ארגומענטען.
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 8:20 am
דורך פרנס החודש
איך בין דווקא חולק דערויף
שטותים רעדט מען איין איבעראל , נישט מעגליך אנדערש.
נאר אין אנדערע מקומות זענען די שקרים נישט אזוי
emotionally charged .
די "תקופה" איז א תוצאה פון דעם עמאציאנעלן צושטאנד
ביי אונזער ציבור, וואס איז א תוצאה פונעם שואה.
די שקרים זענען פיל עלטער , און פלעגן נישט פאראורזאכן אזעלכע
טיפע אידענטעט קריזיסן.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:16 am
דורך ברוך בענדיט
היסטאריע האט געשריבן:דער "תקופה" איז אויך געוועהן צוליב נארישקייטן וואס מען האט דיר איינגערעדט, זאל מען לכתחילה נישט איינרעדן קיין שטותים וועלען נישט זיין קיין "תקופות" וואס מען דארף ראטעווען דורך פאלשער כוזרי ארגומענטען.
גם אני מצטרף לחלוק עלך אבל לא מטעמא....
עס זעט אויס ווי די האסט טענות פארוואס מען האט דיר איינגערעדט שטותים...
וואס דען דארף מען טין דיר גלייך אויסזאגן די מציאות אז די גאנצע זאך איז מוטל בספק?
וואלסטו דאך גלייך געהאט אזא דערביטערטע לעבן וואס די האסט יעצט....
פארקערט מען דארף אלעס אין דער וועלט איינרעדן ווייל אפשר דאך וועט ער זיך לאזן אין גלייבן אין אזוי האבן א גוט געשמאַק לעבן מיט אמונה פשוטה....
אפילו עס איז זיכער אז עס עקזעסטירט גארנישט דאך וואס זאל מען טין אז א גלויביגע ספיריטאלע לעבן איז געשמאַק....
אגב קען מען אפשר דורך דעם אפפרעגן דאס אז אין אדם מוריש שקר לבניו עס איז געווען א קבוצה וואס האט באשלאסן אינז גיימער ראטעווען די וועלט מיטן אויפשטעלן אן היפש נארמאלע רעליגיע אין וואס מען גייט אינז גלייבן ווייל אין אדם....
אין נישט סתם נאר אונזערע קינדער גייען זיין די אויסדערוועלטע לויט די ריליגיע אין אינז העמער באקומען א לאנד מיט רעכט....
וואלסט עס נישט פראבירט צו טין מיט דיינע קינדער?
Sent from my Pixel using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:36 am
דורך שמן למאור
ברוך בענדיט האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:עפעס זאגסטו, די גייסט מיך באלד מאכן טון עבירות, ווייל איך גלייב בלויז מיט אמינא פשיטא, נו אדרבא דערצייל מיך וויאזוי די קומסט איבער די ניסיונות, אדער אפשר קענסטו מיט לאגיק איבערצייגן אין וואס די גלויבסט.
ח''ו טוה נישט קיין עבירות, מען דארף טאקע יא צוקומען מיט די אייגענע שכל אז אידישקייט איז די אמת
און אזוי בין איך טאקע איבערצייגט מיט מיין אייגענע שכל (אכ''פ לויט ווי איך שטיי יעצט)
איך גלייב נישט וואס די פארקויפסט דא....
לויט מיין ערפארונג איז אז איינמאל מען רייסט פון זיך באמת אויס די תמימות'דיגע אמונה פשוטה מיט וואס מען איז אויפגעוואקסן אין מען הייבט נאר אן זעהן א וועלט פון חוקרים מיט פיליזאפן מיט אפיקורסים אין מען ווייסט ביי זיך דעם אמת אז למעשה קען אפשר דאך זיין אז מען איז אויפגעוואקסן מיט ליגענט דעמאלט אפילו די וועסט דיך טרעפן דיינע צוויי ראי'ס וואס גייען באדעקן דיינע געפילן אין זאלסט קענען ווייטער אנגיין מיט דיין געשמאקע דאווענען אין דיין בלאט גמרא טראכטן'דיג אז יעדער ווארט ווערט צוכאפט אין הימל אין די וועסט פראבירן צו אינטשויען א ספיריטאלע לעבן....
נאפ עס וועט נישט גיין.. די וועסט אייביג בלייבן מיט ספיקות אין ניסיונית ווייל אפשר דאך בין איך נישט גערעכט....
שרייב נישט ווי א גאנצע חכם וואס האט שוין געזען אלעס אין ווייסט שוין אלעס מימילה ביסטו א גלויביגער מיט א זיכערקייט....
אמונה פשוטה (אויב מעגליך) האט עס ביי פאר...
איך האב קיינמאל נישט געזוכט אויסצורייסן מיין אמונה פשוטה, און איך האב נישט געגאנגען הערן וואס אלע פיליזאפן אויפן כדור הארץ האבן צו זאגן, אולי וועט איינער רעדן צו די זאך
וואס איך האב נאר געוואלט קלאר מאכן איז, אז סתם גלייבן ווייל אזוי האט מיר מיין טאטע אדער רבי אויסגעלערנט, איז נאריש, באותו רגע לערנט די מוסלאמענער אויס זיין זוהן די ריכטיגקייט פון איסלאם, און די קריסט לערנט זיין זוהן קריסטיעניטי, וכד'
איז פארוואס זאלסטו סתם טראכטן אז די ביסט גערעכט אהן האבן מינאמאלע יסודות וואס איך האב געשריבן אינעם אשכול 'אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע'
דאס איז אלעס א חלק פון אמונה פשיטה,
איך בין א נאר און איך גלייב איז טאקע געזאגט געווארן פאר נאר'נים
Re: די כוזרי ארגומענט
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:48 am
דורך ברוך בענדיט
סא וואס די זאגסט איז אז די האסט זיך קיינמאל נישט אריינגעטאן אין חקירה אין עס אינטרעסירט דיר ניטאמאל צו הערן וואס זיי זאגן נאר די האסט דיך דיינע פאר בעסיקס אין און דעם גלייבסטו ווי כאילו די מצווה פון אמונה פשוטה וואלט חל געווען אויף דעם....
די מיטעלע רבי האט אמאל מסביר געווען אז אמונה איז א זאך וואס א קשיא מאכט עס נישט שוואכער אין א תירוץ נישט שטערקער זעט אויס אז ער האט יא פארשטאנען אז חקירה טראגט צו עפעס וואס מאכט דיך טראכטן אין ספקנן איבערן ווארהייט פון תורה אין האט געוואלט מען זאל בלייבן מיט אמונה פשוטה... וואס לפי שכתבתי איז נישט מעגליך אז ער האט געהאט.....
די זאגסט אז א נאר טיפשים גלייבן פלען אין וועלט אריין אין שרייבסט אויך אז די האסט נאך אמונה פשוטה היך יתקיימו שניהם?
פליז זיי דיך מער מסביר...
Sent from my Pixel using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:08 am
דורך שמן למאור
ברוך בענדיט האט געשריבן:סא וואס די זאגסט איז אז די האסט זיך קיינמאל נישט אריינגעטאן אין חקירה אין עס אינטרעסירט דיר ניטאמאל צו הערן וואס זיי זאגן נאר די האסט דיך דיינע פאר בעסיקס אין און דעם גלייבסטו ווי כאילו די מצווה פון אמונה פשוטה וואלט חל געווען אויף דעם....
די מיטעלע רבי האט אמאל מסביר געווען אז אמונה איז א זאך וואס א קשיא מאכט עס נישט שוואכער אין א תירוץ נישט שטערקער זעט אויס אז ער האט יא פארשטאנען אז חקירה טראגט צו עפעס וואס מאכט דיך טראכטן אין ספקנן איבערן ווארהייט פון תורה אין האט געוואלט מען זאל בלייבן מיט אמונה פשוטה... וואס לפי שכתבתי איז נישט מעגליך אז ער האט געהאט.....
די זאגסט אז א נאר טיפשים גלייבן פלען אין וועלט אריין אין שרייבסט אויך אז די האסט נאך אמונה פשוטה היך יתקיימו שניהם?
פליז זיי דיך מער מסביר...
ווען איך זאג אז איך האב מיך נישט אריינגעטון אין חקירה, מיין איך צו זאגן, אז איך האב נאכנישט דורכגעלערנט ספר הכוזרי, אויך נישט מורה נבוכים, אדער שער היוחד,
איך בין נישט דא צו זיכן פרישע קשיות און זיי פארענטפערן אגאנצן טאג
אבער איך בין יא נייגעריג צו ענטפערן די בעיסיק קשיות וואס א יעדן רעכטדענקיגן מענטש האט
די מוטעלע רבי פארשטיי איך נישט פונקטליך, אדרבה זיי מסביר, לכאורה רעדט ער פון די אמונה פון פויערן און פרויען און קינדער, וואס ווען מען פרעגט זיי א קשיא, שטאפן זיי צו די אויערן און שרייען 'אפיקורס'
און אזא איינער איז א טיפש, איינער וואס מען קען נישט רעדן צו אים, ער באגראבט זיינע פשוטע שאלות וואס נאדזן אין קאפ, און פראבירט צו איבערשרייען זיינע אינערליכע קשיות מיט זיינע 'העכערע' געוואלדעס פון 'אמונה פשוטה' איז פינקט ווי דער נארישע קריסט וואס ווען די פרעגסט אים א שאלה שרייט ער אויך אפיקורס