בלאט 3 פון 5
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 10:47 pm
דורך שמעקעדיג
שמן למאור האט געשריבן:וועלכע שטיקל אין פרשת וישב מיינסטו?
יעצט זעה איך אז קרן זוית האט געעפנט אן אשכול דערוועגן:
viewtopic.php?f=13&t=15712
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 12:40 am
דורך יאסל ראקאווער
איך האב א שטיקל טעאריע פארוואס רב שמעיה גרינבוים שליט"א וואס ווי באקאנט איז ער אויך א איש השכל, פארוואס ער איז ארויס אזוי שטארק אנטקעגן די חומש פשש"מ.
למעשה פון די שטארקע טענות וואס ס'איז דא אויף די חומש, כביכול אז מ'איז משיג גבול אויף רש"י'ס ביזנעס, און ווי רב רייזמאן שרייבט און זיין בריוו "לא יאות שם זה למפרשי התורה מלבד רש"י שזכה להיות המפרש 'פשוטו של מקרא', וכלשונו כמה פעמים: 'ואני לפרש פשוטו של מקרא באתי'. וראוי שעל כסאו לא ישב זר ולא ינחלו אחרים את כבודו וכתר"
די כביכול ",ביזנעס טענה" האט מען שוין געהאט אויף קהתי און ארטסקרול אויך. יעצט אז די מערכה האט אויפגעפלאקערט זיצט רב גרינבוים פול מיט פחד ווייל למעשה איז ער אויך א מחבר פון די הערליכע פשוטה של משנה רויטע חיבור בסיעתה ד'ש'מ'ע'י'ה ציטערט ער ווי א פיש. וואס טוט אזא איד? ער גייט אויף די offense. ער איז די פאן טרעגער פון די מערכה, קען מען אים נישט אטאקירן!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 12:52 am
דורך שמעון וואלף
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך האב א שטיקל טעאריע פארוואס רב שמעיה גרינבוים שליט"א וואס ווי באקאנט איז ער אויך א איש השכל, פארוואס ער איז ארויס אזוי שטארק אנטקעגן די חומש פשש"מ.
למעשה פון די שטארקע טענות וואס ס'איז דא אויף די חומש, כביכול אז מ'איז משיג גבול אויף רש"י'ס ביזנעס, און ווי רב רייזמאן שרייבט און זיין בריוו "לא יאות שם זה למפרשי התורה מלבד רש"י שזכה להיות המפרש 'פשוטו של מקרא', וכלשונו כמה פעמים: 'ואני לפרש פשוטו של מקרא באתי'. וראוי שעל כסאו לא ישב זר ולא ינחלו אחרים את כבודו וכתר"
די כביכול ",ביזנעס טענה" האט מען שוין געהאט אויף קהתי און ארטסקרול אויך. יעצט אז די מערכה האט אויפגעפלאקערט זיצט רב גרינבוים פול מיט פחד ווייל למעשה איז ער אויך א מחבר פון די הערליכע פשוטה של משנה רויטע חיבור בסיעתה ד'ש'מ'ע'י'ה ציטערט ער ווי א פיש. וואס טוט אזא איד? ער גייט אויף די offense. ער איז די פאן טרעגער פון די מערכה, קען מען אים נישט אטאקירן!
געפעלט מיר וואס די שרייבסט. נישט אז איך בין מסכים, נאר איך האב הנאה פון דיין מהלך המחשבה.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 3:47 pm
דורך היסטאריע
לויט דיר, האלטען אלע אוסרים אז דער פירוש פשוטו איז בעסער פין רש"י, און דערפאר האבן זיי מורא.
נעה, רש"י איז א קדמון, עס איז נישט שייך אז א היינטיגע זאל מאכן עפעס בעסער.
קיינער וועט נישט אויפהערן לערנען רש"י און נאר לערנען פשוטו. בפרט ווען עס איז אויף דער זעלבער פעידזש.
אבער אפשר יא?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 6:45 pm
דורך [NAMELESS]
ר׳ שמעיה גרינבוים האט געהייסן אראפנעמען אלע צעטליך בשמו.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2022 3:44 pm
דורך בר גיורא
מעניין לעניין...
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 5:18 pm
דורך בר גיורא
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 7:28 pm
דורך אינטערסאנטער
וואס האט די שיעור מיט קירלהאזא שוהל (אויפ'ן צעטל שטייט אז עס קומט פאר אין בית המדרש ברכת מנחם). אויך די ווידיאו שטייט די ווארט "דף קירלהאזא" און מען זעט דארט פון אנפאג שיעור הרה"ג ר' אהרן מאיר מייזליש ראש הכולל קירלהאזא.
Re: חומש פשוטו של מקרא
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 7:46 pm
דורך בר גיורא
דארט איז די שיעור פארגעקומען.
Sent from my Pixel using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 9:13 pm
דורך עסקן בדברים
אינטערסאנטער האט געשריבן:
וואס האט די שיעור מיט קירלהאזא שוהל (אויפ'ן צעטל שטייט אז עס קומט פאר אין בית המדרש ברכת מנחם). אויך די ווידיאו שטייט די ווארט "דף קירלהאזא" און מען זעט דארט פון אנפאג שיעור הרה"ג ר' אהרן מאיר מייזליש ראש הכולל קירלהאזא.
דער שיעור אויפ׳ן צעטל איז געוווען מוצ״ש. דער שיעור אין די ווידיאו איז קלאר נישט מוצ״ש (נאר זעהט אויס 2 טעג צוריק).
נשלח: מיטוואך יאנואר 04, 2023 10:11 pm
דורך עסקן בדברים
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 7:07 pm
דורך [NAMELESS]
גאר שטארקע בריוון ארויסגעקומען
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 8:57 pm
דורך תרמב
איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז עוז והדר העלפט אונטערצינדן די מערכה קעגן די פשוטו של מקרא חומש, ווייל זיי פלאנען ארויסצוקומען מיט עפעס א חומש וואס דאס קען שטערן די סעילס, זינט איך האב דאס געהערט גרוילט מיר די מערכה, אמאל האב איך געהאלטן אז די חברה זענען סתם אנטי'ס און אונטערייסערס פון יעדע גוטע זאך, יעצט קוק איך עס אן ווי א שלעכטיקייט וויל אונטערברענגען א צווייטן מיט גרויליגע אופנים.
דערמאנט מיר די מעשה פון דער איד וואס האט נישט געקענט פארשטיין וואס סאטמארע רבי האט קעגן די ארץ ישראלדיגע אתרוגים, ביז ער האט געהערט אז יוסל אשכנזי איז א אתרוג סוחר, ער מיינט ביזנעס... איז ער דאך גערעכט...
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
פון די גאנצע מערכה איז אויסגעקומען אז די חומש פשוטו של מקרא האט שוין מער הסכמות פון די אנדערע מפרשי החומש.
קען זיין א גוטע איידיע פאר אנדערע מחברי ספרים, זיך ערלעדיגן אוסרים דערנאך באקומט מען פיינע הסכמות...
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 9:40 pm
דורך אינטערסאנטער
תרמב האט געשריבן:איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז עוז והדר העלפט אונטערצינדן די מערכה קעגן די פשוטו של מקרא חומש, ווייל זיי פלאנען ארויסצוקומען מיט עפעס א חומש וואס דאס קען שטערן די סעילס, זינט איך האב דאס געהערט גרוילט מיר די מערכה, אמאל האב איך געהאלטן אז די חברה זענען סתם אנטי'ס און אונטערייסערס פון יעדע גוטע זאך, יעצט קוק איך עס אן ווי א שלעכטיקייט וויל אונטערברענגען א צווייטן מיט גרויליגע אופנים.
דערמאנט מיר די מעשה פון דער איד וואס האט נישט געקענט פארשטיין וואס סאטמארע רבי האט קעגן די ארץ ישראלדיגע אתרוגים, ביז ער האט געהערט אז יוסל אשכנזי איז א אתרוג סוחר, ער מיינט ביזנעס... איז ער דאך גערעכט...
ווייל איינער האט דיר געזאגט גרוילט דיר שוין די מערכה? די גלייבסט יעדע זאך וואס איינער זאגט דיר? איך זאג דיר אז עס האט נישט מיט עוז והדר גארנישט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:06 am
דורך תרמב
אויפן צד אז ס'איז אמת גרוילט מיר עס געפערלעך, אז ס'איז נישט אמת שמעקט עס מיר נישט סתם אזוי...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:09 pm
דורך כוואליעס
לדעתי איז די גאנצע מערכה אויף דעם חומש אזא ענין ווי די מתנגדים אויף די בעש"ט, עס איז באוויסט אז יעדע גרויסע התגלות איז מעורר קיטרוגים, איך קען אסאך אידן, פון פשוט'ע ביז גרויסע ת"ח וואס זייט די חומש איז ארויסגעקומען האבן זיי זיך געזעצט לערנען חומש רש"י יעדע וואך, איז דאך פשוט אז דער שטן האלט דאס נישט אויס
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2023 8:06 pm
דורך [NAMELESS]
נייע בריוו
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2023 9:18 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ששון ושמחה האט געשריבן:נייע בריוו
טעראר געווינט שוין ווייטער!
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס זאגסטו אזוי? זיי קומען דאך ארויס קעגן די טעראר!
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קוק וואס ס'שטייט אינעם בריוו אין די גרויסע אותיות.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 10:51 am
דורך [NAMELESS]
פרישע שטארקע בריוו לטובת פשוטו של מקרא