בלאט 3 פון 6
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:37 pm
דורך שמן למאור
איך ווייס נישט פארוואס מען האט אויסגעלאזט האדמורי''ם מראחמאסטריווקא,
האדמו''ר מבאיאן איז אויך גאר א וואוילע איד
האדמו''ר מקהל חסידי ירושלים, איז גאר א דערהויבענע איד משכמו ולמעלה
הרב שאול יהודה פריזאנט, פון יוניאן סיטי, איז אויך גאר א ערליכע איד
הרב דוב לאנדוי מסלאבאדקא, איז פון די גרעסטע גאונים בדורינו
ר' משה שטערנבוך ראב''ד ירושלים,
הרב יהושע דוד טורטשן רב הפירושים בירושלים, איז גאר א דערהויבענע איד און א גאון הגאונים
האדמו''ר מקאלוב לרפוא''ש האט אויך אויפגעטון גאר א סאך למען הצלת ישראל
ביידע סלאנימע רבי'ס זענען העכערע מענטשן
ר' יעקב מאיר שעכטער און ר' משה קרעמער צוויי דורגעווייקטע דערהויבענע ברסלבע מנהיגים
ועוד הרבה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:43 pm
דורך קהל'ס נער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@קהל'ס נער
איך בין קיינמאל נישט געווען מיט בעלזער רבי אינטער איין דאך! בשכינות אינטער איין הימל יא, ווייסט ווען אין תש"מ ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע און געוואלט קומען באזוכן וויליאמסבורג, נאך די געשטאפטע גענז דרשה ווען די סאטמערע הונגעריקע וועלף האבן עם געוואלט צופליקן, און עם אפגעווארט אויף די דעכער אויף בעדפארד עוועניו, יוש געדענק איך נאך יענעם נאכט.
בכלל בין איך נישט קיין רבי גייער, נישט צו לעבעדיגע און נישט צו קברים, ס'בכלל נישט מיין סטייל, שוין מן הסתם קרוב צו דרייסיג יאר וואס כ'ריר נישט צו צו די זאכן. און בכלל וואלסט מיך נישט געוואלט האבן אלס א בעלזער חסיד
[emoji1787]
כ'בעט דיך איבער פארן חושד זיין, ס'האט אבער עפעס געשמעקט פון דיך אלץ א בעלזער (כ'האב א שטיקל פילינג אז דו מאכסט דיך ווי אזא אנטי-בעלזא'ר אז מ'זאל דיך נישט חושד זיין אלץ בעלזער מפני גילוי, נא וועל איך נישט ווייטער גראבן).
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:49 pm
דורך מיליאנער
קהל'ס נער האט געשריבן:כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...
בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.
לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)
איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.
ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.
און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.
און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.
געפעלט מיר נאר ווי יעדער איז אין זיין אייגענע באקס מ'האלט אז די אייגענע רבי איז א קדוש וטהור און די אנדערער איז א שייגעץ.
ביז יעצט האב איך געמיינט אז איך בין אין א באקס ווייל איך האלט עולמות פון מיין רבי, און דער עולם דא איז אפן און מ'פארשטייט אז באמת איז אלעס לופט וכו' וכו', למעשה זע איך דא פונקט פארקערט, אז איך בין נאך די ברייטסטע, ווייל איך האלט אז מיין רבי איז א קדוש וטהור אבער אלע אנדערע זענען אויך וואוילע אידן, אבער א שיינע עולם דא האלט אז זייער רבי פליט אין הימל און אלע אנדערע זענען גארבידש, דאס הייסט שוין פארמאכט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קהל'ס נער האט געשריבן:כ'בעט דיך איבער פארן חושד זיין, ס'האט אבער עפעס געשמעקט פון דיך אלץ א בעלזער (כ'האב א שטיקל פילינג אז דו מאכסט דיך ווי אזא אנטי-בעלזא'ר אז מ'זאל דיך נישט חושד זיין אלץ בעלזער מפני גילוי, נא וועל איך נישט ווייטער גראבן)
כ'בין בכלל נישט באליידיגט אז דו האסט מיך אנגערופן בעלזער! יעדער מעג זיין וואס ער/זי וויל זיין און וועמענס חסיד מ'וויל זיין, קיין שום חסיד האט זיך נישט וואס צו שעמען פון א צווייטן חסיד, אלע אידן זענען די בעסטע וואס קענען נאר זיין, יא חסיד נישט חסיד. צו מיר צו מיין תכונת הנפש רעדט עפעס נישט די זאכן, אבער כ'טוה שעצן יעדן איד אפגעזעהן וועמענס חסיד מ'איז!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:58 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...
בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.
איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.
ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.
אנטשילדיגט פאר דיר און פאר אלע אנדערע בעלזערס דא.. אבער די ביסט א נוגע בדבר און די רעדסט צאם אזעליכע נארישקייטן וועגן יראת רוממות,
אוודאי ציטערט מען פון אים, ער איז א מורה'דיגן פאוערפעל מענטש און מאכט דיר א זויערע פנים און ברימט אויף דיר מיט א שטרענגקייט, איך וואלט אויך געציטערט,
און פארנט פון האדמו''ר מגור וואלסטו אויך געציטערט, און אויך און פארנט פון טראמפ, ביבי, אדער סיי וועליכע וויכטיגע פראזענליכקייט, דאס האט גארנישט מיט צדקות אדער הייליגקייט
און בנוגע די רב אליינס איז ער באוויסט צי זיין א געפערליכע שטעכער, און א באבלאזענער מענטש, זעלטן וואס מען זעט א שמייכל אויף זיין פנים, און ס'דא וואס זאגן אז ער ליידט פון דעפרעסיע, (טייל ווייזן אהן אז ביים בויען די גרויסע שול האט ער געהאט א נערוון צאמברוך) און ס'נישט זעלטן אז ער זאל האבן אויסברוכן אויף זיינע חסידים (אפשר פון דעם האסטו אזוי מורה)
דאס נעמט נישט אוועק אז ער איז א שטארקע מנהיג און פירט פעסט א גרויסע קהילה וואס ער האט אויפגעבויט, און מיט זיין גאנץ פיין קעפל געוויסט וויאזוי צי בויען די זאך ווי א גוטע CEO, אבער ביזן ראי לאותו איצטלא, איז פאלג מיר א גאנג
ווי גייט נאר דעם פאלקס ווערטל, ווער איז די גרעסטע צדיק הדור? דיין צווייטע אפציע 'נאך' דיין רבי'ן
ווי האט זיך די רב אמאל אויסגעדריקט אויף זיין אהרן מרדכי ''געמיינט האב איך אז די וועסט נעמען שכל פונעם טאטן און צדקות פונעם מאמען, אבער אויסגעשטעלט האט זיך, אז האסט גענימען שכל פון די מאמע און צדקות פונעם טאטען, נא, אזא פנים האט עס..''
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קוקט אויס ווי @העניך האט זיך שוין צוגעלייגט פארן נאכט און אויגעלאשן דעם פאון
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:04 am
דורך שמן למאור
מיליאנער האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...
בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.
לאמיר נישט רעדן פון belz & co. וואס איז קארופטירט דורך און דורך, דעיס האט נישט מיט עים, ער לאזט יעדע מנהל, ראש ישיבה, עסקן, עקסטרעמיסט, נאכשלעפער, וויכטיגמאכער פירן זייער אפטיילונג וויאזוי זיי פארשטייען, איי ער זאגט די רב האט מיר אזוי געזאגט, ס'מיינט נישט אז די רב האט אזוי געזאגט ס'מיינט אז די עסקן זאגט אז די רב האט אזוי געזאגט. (קיין איין בעלזער וועט נישט מודה זיין פאר א פרעמדער ווי פארפאלט אינזער סיסטעם איז, אבער צווישן זיך וועט אפילו די גרעסטע נאכשלעפער פון רב האקן אויף די קאמפאני)
איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.
ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
@דערהויבענע @גאלדענע @סמבטיון זייטס מעיד אז ס'איז טאקע אזוי.
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.
און איך בין נישט קיין אונגערישע וואס גלייבט באבע מעשיות מיט בליי גיסעכץ מיט סגולות און נארישקייטן אפילו אין בעלזא רבי האב איך נישט געוואלט גלייבן, וואס זאל איך טין מיינע פיס זענען געוועים דא לדא נקשן, מלאך רע בע"כ יענה אמן, עפעס העכערס גייט פאר דארט.
און אוואדי האט ער אליינס געבויט זיין חסידות, ס'טאקע געוועין אפאר הינדרעט חסידים פאר עים, וואס רובם האבן זיך נישט מכניע געוועין צי עים, ערשט ווען ער איז גרויס געווארען האבן זיי זיך אינטערטעניגט, ווען עני אנדערע מענטש וואלט געווארען בעלזא רבי, וואלט בעלזא געוועין נאך עפעס א חסידות'ל אזוי קרעטשניף סיגעיט צי צאנז זשמיגריד, יא אפאר הינדרעט משפחות, אן קיין מוסדות, אינטערטעניגט צום עדה הטרוריסטית, וזהו.
געפעלט מיר נאר ווי יעדער איז אין זיין אייגענע באקס מ'האלט אז די אייגענע רבי איז א קדוש וטהור און די אנדערער איז א שייגעץ.
ביז יעצט האב איך געמיינט אז איך בין אין א באקס ווייל איך האלט עולמות פון מיין רבי, און דער עולם דא איז אפן און מ'פארשטייט אז באמת איז אלעס לופט וכו' וכו', למעשה זע איך דא פונקט פארקערט, אז איך בין נאך די ברייטסטע, ווייל איך האלט אז מיין רבי איז א קדוש וטהור אבער אלע אנדערע זענען אויך וואוילע אידן, אבער א שיינע עולם דא האלט אז זייער רבי פליט אין הימל און אלע אנדערע זענען גארבידש, דאס הייסט שוין פארמאכט.
מען זאגט אז די חילוק פון א מתנגד און א חסיד איז ''איין רבי''
די חסיד מאכט חוזק פון אלע רבי'ס אויסער זיין רבי'ן, און די מתנגד מאכט חוזק אויך פון דיין רבין
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:51 am
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:כ'וועל ארויס קימען פון די קלאזעט......האלט אייך די אטעם.....כ'בין א בעלזער...
בעלזא רבי איז א צדיק וואס איז ראוי לאותו איצטלא.
איך וויל יעצט רעדן פון הרב ר' ישכר דוב רוקח אדמו"ר מבעלזא.
ווען מען גייט אריין צי עים ביחידות פאלט א אימה ויראה רתת וזיעה, דעיס האב איך נאכנישט געהאט ביי קיין איין רבי (און איך בין שוין געוועין ביי אסאך).
לאמיר זעין די אלע וואס זאגן אז ער איז א גארנישט, גייטס אריין צי עים און עפן דיך דאס מויל, וועסט נישט קענען, וועסט ציטערן ווי א כתה א' יונגל פון די רבי, ס'איז א יראת הרוממות וואס הערשט דארט, ס'איז נישט קיין קינץ צי זיצן אין א עסקעלעיד פאלי-לאודעד און זאגן אז די בעלזער איז א ......, גיי אריין צי עים וועסט שוין אלעס פארשטיין.
אנטשילדיגט פאר דיר און פאר אלע אנדערע בעלזערס דא.. אבער די ביסט א נוגע בדבר און די רעדסט צאם אזעליכע נארישקייטן וועגן יראת רוממות,
איך בין טאקע א נוגע בדבר ווייל איך האב פיינט בעלזא מער ווי אלע זאלוינים דא, אבער וואס זאל איך טין אז די איד איז א צדיקאוודאי ציטערט מען פון אים, ער איז א מורה'דיגן פאוערפעל מענטש און מאכט דיר א זויערע פנים און ברימט אויף דיר מיט א שטרענגקייט, איך וואלט אויך געציטערט,
אויף מיך האט ער נאך נישט געברימט און נישט געזויערט אדער געטשעפעט, ס'איז נישט קיין פחד אז ער גייט מיך עפעס טין, ס'איז נישט קיין פחד פון וויילענסאון פארנט פון האדמו''ר מגור וואלסטו אויך געציטערט, און אויך און פארנט פון טראמפ, ביבי, אדער סיי וועליכע וויכטיגע פראזענליכקייט, דאס האט גארנישט מיט צדקות אדער הייליגקייט
פון ביבי און טראמפ וואלט איך געוועין אנגעצויגן און עקסייטעד, אבער נישט געציטערט, ביי גור האב איך מורא געהאט פון וויילענסאון בנוגע די רב אליינס איז ער באוויסט צי זיין א געפערליכע שטעכער, און א באבלאזענער מענטש, זעלטן וואס מען זעט א שמייכל אויף זיין פנים, און ס'דא וואס זאגן אז ער ליידט פון דעפרעסיע, (טייל ווייזן אהן אז ביים בויען די גרויסע שול האט ער געהאט א נערוון צאמברוך) און ס'נישט זעלטן אז ער זאל האבן אויסברוכן אויף זיינע חסידים (אפשר פון דעם האסטו אזוי מורה)
ער שטעכט נאך וועים ער ווייסט אז ער קען עס פארנעמען, אדער ווער ס'איז א אויבער חכם, מיך און קיין איין פון מיינע חברים האט ער נישט געטשעפעט, די דעפרסיע תורה קען מען זאגן אויף יעדע דערהויבענע יוד( פאן אינטענדעט ), אויסברוך אויף די חסידים שטותים והבלים, בערך אזוי אמת ווי ער הייסט בחורים גיין אין מיליטער, איך האב נישט מורא פון פיזישע פחד פון שרייען אדער פליקן, איך רעד פון יראת הרוממותדאס נעמט נישט אוועק אז ער איז א שטארקע מנהיג און פירט פעסט א גרויסע קהילה וואס ער האט אויפגעבויט, און מיט זיין גאנץ פיין קעפל געוויסט וויאזוי צי בויען די זאך ווי א גוטע CEO, אבער ביזן ראי לאותו איצטלא, איז פאלג מיר א גאנג
ווי גייט נאר דעם פאלקס ווערטל, ווער איז די גרעסטע צדיק הדור? דיין צווייטע אפציע 'נאך' דיין רבי'ן
העל איך דיר זאגן, אעך האב געהאט א תקופה וואס כ'האב געמאכט א בויקאט אויפן אייבערשטער, למעשה איז עס בכלל נישט גיט געוועין האב איך תשובה געטין ( מען קען עפנען א אנדערע אשכול וועיגן דעים) מיין נקודה איז אבער אז די סיבה פארוואס איך האלט פון אים איז נישט ווייל מיין טאטע האלט פון עים, פינקט פארקערט אז מיין טאטע האלט פון עים איז דווקא א סיבה איך זאל נישט האלטן פון עיםווי האט זיך די רב אמאל אויסגעדריקט אויף זיין אהרן מרדכי ''געמיינט האב איך אז די וועסט נעמען שכל פונעם טאטן און צדקות פונעם מאמען, אבער אויסגעשטעלט האט זיך, אז האסט גענימען שכל פון די מאמע און צדקות פונעם טאטען, נא, אזא פנים האט עס..''
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז אהרן מרדכי איז ראוי לאותו איצטלא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:11 am
דורך petrishke
און וואס איז מיט קאסאן-ב.פ. ? ער האט נאך עני טיים די אלע מעלות
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:32 am
דורך [NAMELESS]
לאמיר עס צונעמען.
ביי מיר איז יעדער בנש״ק׳ל עלול אויף נארסיסיזם און מאניפולאציע, אבער איך פאראורטייל קיינעם נישט בעפארן זען מיט די אייגענע אויגן.
א רבי וואס איז א זון פון א רבי איז חשוד אויף שלעכטע מידות און גאווה, אבער אין אסאך פעלער איז עס אנדערש. האדמו״ר מסקולען שליט״א און האדמו״ר מאמשינוב שליט״א יוכיחו.
א רבי וואס איז אליין געווארן א רבי דורכן נוצן ׳משפיע׳ ׳מחנך׳ מעטאדן, קען זיין א צדיק און קען זיין א בולוואן, אבער אסאך מאל זענען זיי גאר לויטערע מענטשן. הרב זילבערבערג שליט״א און הרב איטשע מאיר שליט״א יוכיחו.
ביי מיר איז דער גרעניץ ווי פאלגענד: עמיצער וואס איז נישט עקסטרעם, און האט נאך קיינמאל נישט וויי געטון קיין מענטש, ער איז ראוי לאותה איצטלא. א טייל פון העניכ׳ס ליסטע שטייט נישט אויס די תנאים.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:53 am
דורך היסטאריע
עמיצער וואס איז נישט עקסטרעם, און האט נאך קיינמאל נישט וויי געטון קיין מענטש, ער איז ראוי לאותה איצטלא.
ווי שטייט דאס?
אמאהל דארף מען יא וויי טוהן. און אמאהל דארף מען יא זיין עקסטרעם.
נישט יעדער וואס זעהט אויס ווי א נארסאסיסט איז, און נישט יעדער וואס מאכט א פנים ווי א צדיק איז.
בעצם איז מען דא דן אויף א זאך וואס איז זייער שווער צו וויסן.
אבער דאס זאגט מען דא איז זיכער, איינער וואס איז געווארען א רבי פין גארנישט, מוז עפעס האבן צו זיך, אז נישט וואלטן מענטשן נישט זיך צוגעקלעבט. און דאס מוז אויך נישט זיין.
אפילו רצ"מ פלעגט משפיע זיין און האלטען דרשות פאר די גאס, איינמאל ער האט געהאט גענוג חסידים האט ער אויפגעהערט, און איז געווארען א רבי כאילו ער האט עס בירושה.
און ביי אלע גרויסע צדיקים לכל הדעות איז דא א בארג קשיות, ווייל א מענטש איז א מענטש מיט חסרונות.
און עס איז בעצם נישטא קיינער וואס איז באמת ראוי.
אפאר בעלזער דא זענען נעבעך ברעינוואשד אויף זייער רבי, אבער זיי וואלטען נישט סובל געוועהן צו זיין מיט אים אין איין שטוב פאר מער ווי צוויי שעה. דער מענטש איז דאך לא עלינו. און זיי גלייבען ווי קיען.
און אזוי איז יעדער רבי.
דער געדאנק פין א רבי, און וואס מען גלייבט אין אים איז א טעות מיסודו. נישטא א מענטש א שלם בכל מעלות.
וואס יא? עס איז דא מענטשען וואס קענען מיר געבען רוחניות, טיפערע השקפה. אויב איינער טוט דאס, איז ער ראוי פאר מיר. מוז נישט זיין פאר א צווייטער.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:23 am
דורך ערבי נחל
ברוינשטיין האט געשריבן:א סקרוך איז מיר פארלאפן אין די קישקעס, זעהנדיג ווי מען רירט צו אזא הייליגער איד, אפילו עס איז בדרך כבוד דארף מען נאך אלץ אבאכט גיבן.
מ'מיינט אמאל אז ס'איז נאר א ווערטל, א ווארט אהער, א ווארט אהין.
ס'איז גארנישט קיין וויץ.
אסאך האבן שוין געטון דעם טעות פון בארעדן ד'רב, און האבן ביטערליך חרטה געהאט אויף דעם, ביים סוף זענען זיי אלע געגאנען איבער בעטן ס'רב ווייל דער מצב ביי זיי האט נישט געטויגט.
רבותי, ס'איז א שפיל מיט פייער!
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
הרב ברוינשטיין טרעף מיך איין מענטש וואס איז אים געגאנגען איבער בעטען. טרעף מיך איין מענטש ביי די תש״מ פרשה וואס האט חרטה געהאט און אים געגאנגען איבער בעטען.
לויט וויפעל איך ווייס האט די בעלזער געשיקט מחילה צו א יעדעם א מנין צו די ציון און קרית יואל
אבער ער האט פארגעסען תוצומאכען זיין פלייש יאטקע און נישט עסען שחוטי חוץ און איבער בעטען די בית דין
און ער האט אויף פארגעסען צו שיקען א מנין צו פרעשבורג איבער צו בעטען די הייליגע חתם סופר וואס לא נהנה מהעולם הזה. אז ער האט געגעסען שטאפ גענץ א גאנצע טאג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:40 pm
דורך ברוינשטיין
אויב דו קלערסט אז דו האסט די ברייטע פלייצעס, קענעך דיר נישט אפהאלטן,
אבער קום נישט וויינען ווען זאכן הויבן אן גיין מיט די לינקע פיס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:01 pm
דורך סמבטיון
נישט איינער נאר צענדליגע זענען געקומען איבערבעטן, די ליסטע איז ברייט באקאנט.
אויב איינער דארף איינעם איבערבעטן דארף די עדה איבער בעטן בעלזער רב נישט פארקערט. נישט געטוהן קיין שום עוולה מיטן עפענען א אייגענע שחיטה פאר זיין עולם. כווייס סהאט ענק וויי געטוהן אז א יונגערמאנטשיקל פון 30 יאהר האט געהאט די גאטס און זיך אנגעפיפן אויף די סאקמערע טעראר מאשין און מאנאפאל איבער די וועלט און עס ציבלאזן ווי א זייפן בלאז, טאקע באקומען קאלטס און ווארעמס פאר דעם, אבער אלעס האט זיך געלוינט.. די מנין האט ער געשיקט ווייל ער קען זיך בייגן און אוועקגעבן פון זיך אנלייק איינער פון די צוויי היינטיגע סאטמערע רעבעס. און מפני השלום זיך צו קענען טרעפן מיט זיין שוואגער איז ער איינגעגאנגן אויף דעם , כאטש קענסט זיכער זיין אז דאס וואס ער האט געטוהן תש"מ וואלט ער נאכאמאל געטוהן היינט , ער האט פון גארנישט צוריק געצויגן, אגב מיין פעטער איז איינע פון די יודן וואס זענען ארויף צום ציון אין קרית יואל, כוועל דיר לאזן געסן אליינס וואס איז געזאגט געווארן דארט.
און צום לעצט, איך ווייק מיר שוין 30 יאהר צום גוטן אין בעלזא אויב איינער איז געברעינוואשט זענען עס די סאטמערע וואס האבן אפגעקויפט די אלע שקרים און לגיונות אויף בעלזער רב די אלע יאהרן און אויפגעצויגן א דור וואס האט פיינט יעדע ערליכע יוד וואס האט זיך נישט אינטערגעבויגן אינטער די אויסגעלאפענע שיטה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:12 pm
דורך לאמיר זאגן
ווען איינער נעמט איבער אן עקזיסטירנדע חסידות/פארטיי, זענען דא גרויסע שאנסן אז ער איז נישט ראוי. פשוט וויבאלד ער איז אויפגענומען געווארן צוליב זיין זיין דער עלטסטער זון/זון פון דעם פריערדיגן אדמו"ר, און נישט צוליב זיין מהות אדער גדלות.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:24 pm
דורך berlbalaguleh
ערבי נחל האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:א סקרוך איז מיר פארלאפן אין די קישקעס, זעהנדיג ווי מען רירט צו אזא הייליגער איד, אפילו עס איז בדרך כבוד דארף מען נאך אלץ אבאכט גיבן.
מ'מיינט אמאל אז ס'איז נאר א ווערטל, א ווארט אהער, א ווארט אהין.
ס'איז גארנישט קיין וויץ.
אסאך האבן שוין געטון דעם טעות פון בארעדן ד'רב, און האבן ביטערליך חרטה געהאט אויף דעם, ביים סוף זענען זיי אלע געגאנען איבער בעטן ס'רב ווייל דער מצב ביי זיי האט נישט געטויגט.
רבותי, ס'איז א שפיל מיט פייער!
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
הרב ברוינשטיין טרעף מיך איין מענטש וואס איז אים געגאנגען איבער בעטען. טרעף מיך איין מענטש ביי די תש״מ פרשה וואס האט חרטה געהאט און אים געגאנגען איבער בעטען.
לויט וויפעל איך ווייס האט די בעלזער געשיקט מחילה צו א יעדעם א מנין צו די ציון און קרית יואל
אבער ער האט פארגעסען תוצומאכען זיין פלייש יאטקע און נישט עסען שחוטי חוץ און איבער בעטען די בית דין
און ער האט אויף פארגעסען צו שיקען א מנין צו פרעשבורג איבער צו בעטען די הייליגע חתם סופר וואס לא נהנה מהעולם הזה. אז ער האט געגעסען שטאפ גענץ א גאנצע טאג
ערבי נחל: איך ווילל נישט פארדרייען די נושא האשכול. אבער איך פרעג ביי דיר...וואספארא שחוטי חוץ איז דא געווען? דו רעדסט נישט פון א בית דין וואס מוטשעט זיך אהערצושטעללן כשר פלייש און איינער (א יחיד אדער קהילה) קומט און כאפט איהם אויס און מאכט איהם שאדן. ביים בד"צ העדה החרדית איז דא נאר איין זאך וואס שטייט פאר זייערע אויגן...געלט. געלט. און נאכאמאל געלט. דו טראכטסט נישט אז דער בעלזא רב שליט"א האט געהאט א (גוטן) טעם פארוואס ער האט מחליט געווען צו מאכן אן אייגענע שחיטה...?! ואכמ"ל. איך גיי יעצט נישט אריין אין די נושא...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:56 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: איך בין מסכים מיט דיר אויף (כמעט) א יעדע זאך וואס דו זאגסט...! איך געדענק נאך אויך די סומאטאכע וואס האטציך אפגעטון ווען דער בעלזא רב שליט"א איז געקומען באזוכן דא אין אמעריקע, אין יאר תש"מ...! איך האב עס נישט פארגעסן. איך ווילל נישט אריינגיין טיפער אין די פרשה, ווייל איך שפיר אז מיינע ראקעטס (די וועלכע שמעקעדיג און שמעון וואלף האבן נישט ליעב.) צינדן זיך אן...און אט אט גייען זיי ארויסשיסן...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 2:00 pm
דורך סמבטיון
לאמער צוריק דרייען די רעסלן צו וואס די אשכול איז געווידמעט.
איך האב נאר געזאגט מיין דעה אז בעלזע רב איז ראוי דעטס איט, יעצט קען מען גיין צו אנדערע קאנדידאטן, סעדא געניג און איך האלט באמת אזוי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 2:18 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: איך בין מסכים מיט דיר אויף (כמעט) א יעדע זאך וואס דו זאגסט...! איך געדענק נאך אויך די סומאטאכע וואס האטציך אפגעטון ווען דער בעלזא רב שליט"א איז געקומען באזוכן דא אין אמעריקע, אין יאר תש"מ...! איך האב עס נישט פארגעסן. איך ווילל נישט אריינגיין טיפער אין די פרשה, ווייל איך שפיר אז מיינע ראקעטס (די וועלכע שמעקעדיג און שמעון וואלף האבן נישט ליעב.) צינדן זיך אן...און אט אט גייען זיי ארויסשיסן...!
אדלער און בעלעגלה
אן אריינגיין אין שולדיג/אומשולדיג, וויל איך פאררעכטן א טעות
בעלזער רב איז געקומען קיין אמעריקע תשמ"א א יאר נאכן טערארזירן, פאוני קאולס און פיצא דעליוועריס פאר דעם מנחת יצחק, אויך געקאלט שב"ק אויף זיין ספעציעלע פיקוח נפש ליין, און שיעור געהארגעט אהרן משה שווארץ
זיין באקאנטע דרשה איז געווען תשמ"ב, א יאר שפעטער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:25 pm
דורך berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: גערעכט. ס'איז געווען תשמ"א לפ"ק...איבער די אנדערע מעשים טובים וואס דו פארציילסט אז די רעבע אליינס בכבודו ובעצמו האט געטון, וועיס איך נישט. מ'קען נישט נעמען א האלבע מעשה און משפט'ן. וואס האט דער צד השני (אדער ראשון) געטון אין די צייט? געזיצן מיט פארלייגטע הענט אין די ארבל פון זיין פוטער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:31 pm
דורך סמבטיון
קאסט מיר א לאך, די סאטמערע זענען געווען גאר די נרדפים , א בעלזער וואס איז אריבער יענע צייטן אין מאה שערים איז קוים ארויס מיטן לעבן, די גאנצע בעלזע עולם האט אפגעפיצט פון דעם עיר הנדחת וויליאמסבורג יענע יאהר, אבער די סאטמערע זענען גאר די נרדפים, כמיין דיין פלאץ איז טאקע אין ווילנא.
כוועל איבער חזרן מיין בקשה נישט צו פארצימסן דעם אשכול , כמיין סדארף זיין אפאר אשכולות איבער די מערכה פון בעלזא אין סאטמער לאמער האלטן דעם אשכול צום נושא.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:07 pm
דורך petrishke
סמבטיון האט געשריבן:קאסט מיר א לאך, די סאטמערע זענען געווען גאר די נרדפים , א בעלזער וואס איז אריבער יענע צייטן אין מאה שערים איז קוים ארויס מיטן לעבן, די גאנצע בעלזע עולם האט אפגעפיצט פון דעם עיר הנדחת וויליאמסבורג יענע יאהר, אבער די סאטמערע זענען גאר די נרדפים, כמיין דיין פלאץ איז טאקע אין ווילנא.
כוועל איבער חזרן מיין בקשה נישט צו פארצימסן דעם אשכול , כמיין סדארף זיין אפאר אשכולות איבער די מערכה פון בעלזא אין סאטמער לאמער האלטן דעם אשכול צום נושא.
מיין מאמע פלעגט זאגן; ביידע זענען ווערד פעטש
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 10:47 pm
דורך שבת אחים
נישט געליינט די גאנצע אשכול. און מעגליך אז אסאך פון די רבנים וואס איר דערמאנט דא זענען טאקע ראוי לאותה איצטלא.
אבער אויב זוכט איר א אמתע ערליכע איד וואס איז נישט פאבריצירט געווארן דורך די גרויסע פירמעס קענט איר אריינלייגן אין די ליסטע הגה”צ רבי משה יהודא אליעזר שלמה שנעבאלג אדמו”ר מטשערנאוויץ.
א גאון. חכם, בעל מידות, ערליכע מענטש, אמתע מענטש, פריינטליכער מענטש. געשמאקער מענטש, מיינט נאר גוטס, פארשטייט צו די מענטשהייט, זוכט נישט רייך צו ווערן, זוכט נישט קיין כבוד, איש השלום, וכו׳