בלאט 3 פון 4
Re: פלאפלערייען!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:39 pm
דורך ברוינשטיין
אמת, ר' איתמר איז גאנץ פיין, נישט נאר ווען ער רעדט פון ביזנעס, נאר אפילו ווען ער פארפארט אריין אין זייטיגע זאכן, רעדט ער קליג און צו די זאך.
אויך גלייך איך דער פאקט אז ער רעדט שנעל.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:13 am
דורך וואלווי
יאסל ראקאווער האט געשריבן:פרעכע גועל נפש פלאפערייען (א אשכול פאר זיך?) אין דער איד אויף סורפסייד. כאילו ס'איז אפענע יד השם א נקמה פאר האבן א ביעטש view. א שרעק און טאקע ממש פלאפערייען ווייל די שיינע נייע Saint Regis האטעל זיצט אויף א גוטע שטארקע פאונדאוציע און איז געפאקט מיט אידן וואך איין וואך אויס, און אפאר אלטע באבע'ס און סורפסייד זענען געשטארבן מיט אפאר הונדרעט גוים ווייל די אייבישטער וויל אונז ווייזען די אפענע יד השם. נעבעך demented.
די מינע גערעדאכטס, וואס אונז זעמיר אזוי צוגעוואוינט צו הערן פון די היינטיגע וועגווייזערס, שטעלט א שאטן אויף די עקלהאפטיגקייט פון די מײַנדסעט וואס האט זיך דעוועלאפט ביי די אינסולאר חרדישע ציבור. אפאר יאר צוריק ווען ס'זענען גע'רצח'ט געווארן דריי פרומע יונגע דורך טעראריסטן אין אר"י, האט "איינער" זיך אויפגעשטעלט פאר טויזענטער יודען און געמאכט זיכער אז מ'פארגעסט נישט אז די רציחות קומען מחמת די נרצחים און זייערע קרייזען אליינס. און guess why? יא, התגרות האומות...
ווען די בנין איז איינגעפאלן אין סורפסייד און ס'ליידער אומגעקומען אסאך מענטשן ובתוכם בני ברית, האט א חרדי'שע פאבליקאציע קודם אפגעאטעמט ווייל מ'האט געמיינט אז די קרבנות זענען אזעלכע "חב"ד" סארט יודן..
יעצט אז די קליין הייפעלע ברכים שלא כרעו לבעל זענען פוערים פה צו פארהאלטן די אומגעקומענע אויף זייערע עבירות חמורות ונסתרות, כלומר, ווען זיי וואלטן תשובה געטוהן און ממאס געווען די זומה'דיגע זומפ, וואלט מען נישט געדארפט גיין מיט שלעכטן פון א מיתה משונה בגלוי, ווער זאל זיך בכלל צוקראצן פון די דברי נבלה? ניטאמאל די מינימום אטענשאן באקומט עס.
די סארט אכזריות'דיגע שפראך האט זיין פאראלעל ביי די גרעסטע אנטיסעמיטן אין די וועלט. מהמפורסמים שבהם איז לואי פאראקאן ימ"ש וואס ניצט אויס זיין שטענדער און מייק, ביי א יעדע געלעגענהייט, צו קאכן און פארפירן אקעגן די Satan פון יודן און ווייסט אליינס צו זאגן אז גאט גייט זיך נוקם זיין אין זיי, און עוקר מן השורש זיין. דעם וועג פון רעדן איז גארנישט אנדערש ביי די עיני העדה ופליטת סופרים וואס זענען זיך מתלבש אין א רוח דרומית לקנא קנאת השם און מלמד חובה זיין אויף אייגענע יודישע ברידער, נישט סתם ברודער, נאר אויסגע'הרג'עטע ברידער. די אנטיסעמיטן וואלטן נישט געקענט אויפקומען מיט קיין בעסערס ר"ל.
ווי אזוי קען פאסירן אזאנס? נאך דערצו ביי יודן וואס שטאלצירן מיט זייער צדקה וחסד? ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס. נאר ס'דא א כלל אז צדקה מיט רשעות קען גיין האנט ביי האנט. אז מ'איז מגדל דורות אוועקצומאכן, באשרייען, און מבזה זיין די גאנצע פרומע וועלט, אנשים נשים וטף, רבנן ותלמידיהון, שוין צענדליגע יאר אין א צי, פארוואס, ווייל די גאות פון זיך אין די אייגענע געמיינדע קען בשום אופן נישט נעמען א בעקסיט צו א צווייטן, קען מען גרינדן וויפיל קרן'ס, קופות, גמ"ח'ן, און פרייע מקואות, אבער א מענטש בלייבט מען נישט אויב מ'קען טאנצן אויף יודיש בלוט מיט אזא אכזריות.
די שרעק איז יעצט שוין נישט פון ווי ס'נעמט זיך אזא מין אכזריות, נאר דאס אז אפילו אזא אוממענטשליכע אכזריות'דיגע סטעיטמענט גליטשט אריין און ארויס פון איין אויער צום צווייטן, און ניטאמאל קיין חרדי'שע עפ"ל ווערט געהערט, דאס איז שוין עפעס וואס דארף רחמים מרובים.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 10:15 pm
דורך היסטאריע
געהערט היינט אין מקוה
גוים האבען קאוויד, אידען האבן פלו
Re: פלאפלערייען!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 10:27 pm
דורך ברוינשטיין
אויך זיך געפרעגלט אין מקוה און געהערט עטליכע פלאפלען.
די גוים טענה'ן דאך אז מענטשן קומען פון מאלפעס, טאקע דערפאר שעצן זיי אזוי שטארק חיות.
דער צווייטער האט פרובירט אריינצומישן דאס אז שווארצערס זעהן אויס ווי מאנקיס, אבער ער האט זיך נישט געקענט ארויסברענגן. אדער האט ער נישט געהאט וואס צו זאגן, אבער דאך פרובירט ארויסצוגעבן זיין קלוגשאפט מיטן בליציגן איינפאל אז שווארצערס זעהן אויס ווי מאלפעס
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 11:51 pm
דורך berlbalaguleh
בן גוריון (די ימ"ש,שר"י און עפ"ל עמיר איבערלאזן פאר הרב ישראל מ. סופר) האט אמאל געזאגט..."פארוואס האביך פיינט די אראבער? ווייל זיי זעהען אויס ווי די פרענקן...לאל...!
נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:03 am
דורך תוהו ובוהו
berlbalaguleh האט געשריבן:בן גוריון (די ימ"ש,שר"י און עפ"ל עמיר איבערלאזן פאר הרב ישראל מ. סופר) האט אמאל געזאגט..."פארוואס האביך פיינט די אראבער? ווייל זיי זעהען אויס ווי די פרענקן...לאל...!
מ'זאגט דאס נאך בשם חיים נחמן ביאליק, און ס'איז באמת א טעות און ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט (עיין
כאן)
נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 12:22 am
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו: אבער בן גוריון האט עס יא געזאגט. מער ווי איינמאל. ער איז געווען באוואוסט מיט זיין לויזע צונג. ער האט (טראץ זיין אזוי גערופענע חכמה) גערעדט א סאך שטותים. ספעציעל בענייני אמונה וכפירה. למשל ער האט געזאגט אז די ניסים פון מדינת ישראל זענען געווען גרעסער ווי די ניסים פון יציאת מצרים... רבי ישראל מעם וואלט שוין געזאגט עפרא לפומיה. אבער אין אמת'ן איז עס דאך הוילע שטותים. ער אליין האט דאך אויך נישט געהאלטן אזוי... נאר זיין לויזע צונג האט איהם געמאכט א שם פאר אן אפיקורס און להכעיס'ניק. א סאך ערגער ווי ער איז באמת געווען...!
מ'זאגט נאך אויף משה דיין דער הויפט גענעראל ביי די זעקס טאג מלחמה. אז ווען מ'האט איהם געפרעגט..."האלוקים היה בצד שלכם?"... האט ער ברוב טיפשותו געענטפערט..."אנחנו היינו בצד האלוקים"...! מ'קען אבער מלמד זכות זיין אז ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין א פרייען, להכעיס'דיגן קיבוץ, דגניה ב' וואו די מעמבערס האבן זיך בארימט אז זיי זענען די ערשטע וואו מ'האט נישט געמאכט קיין ברית מילה פאר די יונגלעך וועלכע זענען געבוירן דארט.
Re: פלאפלערייען!
נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 9:59 am
דורך ברוינשטיין
איינער ווייסט פון א עפפ פאר א פאון, וואס איז געמאכט צי שרייבן ארטיקלען וכדו'?
איך זיך איינס וואס איז סיי פריי פון אפצאל, און סיי די דאקומענטן האלטן זיך אויף מיין אי מעיל. (גוגל דאַקס וואלט געווען גוט?) שכוח
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:30 am
דורך נפה
איך זע נישט קיין פראבלעם מיט גוגל דאקס
נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 3:00 pm
דורך קהל'ס נער
פארוואס הייסט פערדקראפט (horsepower), פערדקראפט?
די פשוטע ענטפער איז ווייל אזויפיל קראפט האט א פערד.
אבער ס'איז נישט אמת, א פערד האט אין אלגעמיין 15 פערדקראפט.
און נאך איז שווער, א אלגעמיינע מענטש האט איין פערדקראפט (1.2 למען הפונקטליכקייט) מילא וואלט עס געדארפט צי הייסן מענטשקראפט (humanpower)?
נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: למען הידיעה. 746 וואטטס איז א הארספאוער. די גרויסע מאטארן אין די פאבריקן ווערן געמאסטן לויט הארס פאוער...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 12:02 am
דורך תרמב
סאיז דא א מעשה וואס איך קלער אז ס'קומט דא אין די אשכול, אלץ אין די צייט פון פסח פארציילט מען די מעשה מיטן בארדיטשובער זי"ע אז ער האט געזוכט א שטיקל חמץ און נישט געקענט טרעפן אבער פון די קאנטראבאנד האט ער געטראפן איבער גענוג, און מ'פירט אלץ אויס די מעשה אז ברוך ה' ביי אונז אידן וועט מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ, די אויספיר פלעגט מיר אלץ נערוועז מאכן, וואס הייסט מ'טרעפט נישט, ס'איז דאך דא מיליאנען אידן וואס ווייסן נישט פון קיין פסח צו זאגן, און מ'קען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ, אתמהה...?
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 12:56 am
דורך וואלווי
די מעשה'לעך פון בארדיטשוב ער רב זענען נישט literally, זיי זענען מליצות אויף כלל ישראל. אפילו אם תאמר אז ס'איז עכטע מעשיות, דאך איז זיין קאמענט באופן מליצה, און נישט מ'זאל פסק'נען דערפון צו מ'מעג יא אדער נישט שמירן רעדער מיט טו"ת. די זעלבע איז מיט רוב נישט שומתו"מ, ס'פרעגט נישט אפ די מליצה וואס איז געזאגט געווערן אין עפעס א פארקינג לאט אין בערדיטשעוו.
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 6:27 am
דורך שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט דיין קשיא, אז מען ווייסט נישט ווייסט מען דאך נישט! ביודעה ומכירה קאמינא... מען רעדט דאך אויב ווייסט מען יא, איז מען מורא'דיג נזהר אפילו פון א משהו חמץ, משא"כ קאנטראבאנד טוט מען במזיד פארלעצן.
אבל אי קשיא הכי קשיא. קאנטראבאנד האסטו געקענט טרעפן ביי אידן אויכעט... זעהט אויס עס איז א חילוק צו דער באשעפער אסר'ט עפעס צו די רעגירונג, איינס איז הייליג און די צווייטע פייפט מען אריין...
נאר ווי וואלווי האט שוין מסביר געווען בטוב טעם, עס מיינט נישט אלץ ליטערעלי, עס איז מער די לימוד זכות און כוונה אונטער דעם, ווי אידן זענען ערליך און דינען השי"ת בלב שלם אן קיין דריידעלעך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 7:09 am
דורך היסטאריע
קהל'ס נער האט געשריבן:פארוואס הייסט פערדקראפט (horsepower), פערדקראפט?
די פשוטע ענטפער איז ווייל אזויפיל קראפט האט א פערד.
אבער ס'איז נישט אמת, א פערד האט אין אלגעמיין 15 פערדקראפט.
און נאך איז שווער, א אלגעמיינע מענטש האט איין פערדקראפט (1.2 למען הפונקטליכקייט) מילא וואלט עס געדארפט צי הייסן מענטשקראפט (humanpower)?
איז דער תירוץ זייער פשוט.
א מענטש האט שכל, און מיט שכל קען נוצען הונדרעטער פערד צו טוהן זאכען פין כח, קומט אויס אז מענטשען קראפט איז ענדלאזע, נאר דער מענטש וואס האט שכל ווי א פערד, ער ארבעט מיט כח אהן שכל, איז ממילא זיין שיעור פין כח ווערט אנגערופען פערד-קראפט. ודוק
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 7:24 am
דורך וואלווי
נאך מער פשוטער תירוץ:
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 7:59 am
דורך אלבערט איינשטיין
וואלווי האט געשריבן:נאך מער פשוטער תירוץ:
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
גייט אבער צוריק צו די קשיא. פארוואס ווען די קאר וואס מ'האט ערפינדן וואס האט געהאט 120 hp גערופן הונדערט צוואנציג פערדן קראפט ווען מ'וואלט עס רואיג געקענט רופן 8 פערדן קראפט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:09 am
דורך וואלווי
גערעכט, כ'האב נישט גוט אפגעלערנט די שאלה.
אבער נאכ'ן גוגעל'ן, זעה איך אז די פופצען פערד-קראפט איז
מאקסימום פערדקראפ פער פערד, דאס מיינט אז די
בעיסיס פאר מעסטן פערד-קראפט קען נאך אלס זיין איינס פאר איינס.
[tag]אלבערט איינשטיין[/tag] וואלט דאס געמעגט וויסען אן גוגל...
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:38 am
דורך אלבערט איינשטיין
איך וואלט מיר נישט צו געגליכן צו אלבערט איינשטיין מיט קלוגשאפט. אפשר מיט די שיינקייט.
ווי די באקאנטע לעגענדע פון א שיינע מיידל א סלעב איז צוגעגאנגען צו אלבערט איינשטיין און געפרעגט צי ער וויל חתונה האבן מיט איר אזוי וועט מען בויען קלוגע און שיינע קינדער (ווייל זי איז שיין און ער קלוג),
האט ער צוריק געענטפערט. וויאזוי ביסטו זיכער. אפשר וועט זיין קינדער אזוי שיין ווי מיר און קלוג ווי דיר.
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 11:52 pm
דורך berlbalaguleh
מ'זאגט נאך דאס ווערטל (געזעהן אין אידישן אוצר). אז א רב וואס האט געהאט א זוהן וועלכער איז געווען אן עילוי. אבער פיזיש זייער שוואך. ער האט אייביג אוועקגעחלש'ט. האט געטון א שידוך מיט א פראסטן מענטשנ'ס טאכטער. אויף די פארוואונדערונג פון א יעדן האט ער געזאגט..."לאמיר צו ווארטן א ביסל"... ווען ס'איז למזל געבוירן א יונגל האט מען תיכף געזעהן אז דאס קינד איז זייער שוואך, פיזיש. און א חכם ווי די מאמע. האטציך אמאל, דער זיידע (אין פארביטערטקייט) אויסגעדרוקט..."ווען איך האב געטון דעם שידוך האביך געמיינט אז דאס קינד וועט האבן די מאמע'ס כח און דעם טאטנ'ס מח. דערווייל זעה איך פארקערט. ער האט דעם טאטנ'ס כח. און די מאמע'ס מח...!
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 12:06 am
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:איז דער תירוץ זייער פשוט.
א מענטש האט שכל, און מיט שכל קען נוצען הונדערטער פערד צו טוהן זאכען פון כח, קומט אויס אז מענטשן קראפט איז ענדלאז, נאר דער מענטש וואס האט שכל ווי א פערד, ער ארבעט מיט כח אהן שכל, איז ממילא זיין שיעור פין כח ווערט אנגערופען פערד-קראפט. ודו"ק
היסטאריע: דאס גייט אריין אין די חקירה פון גברא אדער חפצא. די אנדערע מאן דאמרים (דא) האלטן אז ס'איז "חפצא", און דו זאגסט אז ס'איז "גברא" (דשזשאברא, אויף אראביש)...!
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 6:43 am
דורך אלבערט איינשטיין
עפעס ענדליך איז צו די סוגיא פון ידו און כוחו און כוחו כוחו. למשל געהאט איינמאל געווען שבת ביינאכט ביי א שלום זכר געווען עטליכע אנגעטרינקע חברים און די לעקטער האט זיך אויסגעלאשן בטעות. זייער 'שנעל איז עס געווארן צוריק אנגעצינדן מיט די היתר פון כוחו כוחו פטור, ווען א מענטשליכע דאמינא עפעקט האט גורם געווען די לייט זאל זיך אנצינדן...
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 2:11 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:נאך מער פשוטער תירוץ:
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
ועוד. אמאל האט מען געטון ארבעט מיט בהמות, אקסן און אייזלען, אבער די פערד זענען געווען דער "קעדילעק" פון די בהמות. זיי האבן געארבעט שנעל און מיט כח, נישט אזוי ווי אקסן, וועלכע ארבעטן זייער שטאאט, אדער אייזלעך, וועלכע האבן נישט קיין סאך כח...!