איי עם ריעלי סארי אויב ס׳האט אויסגעזען ווי כ׳האב זיך באצויגן ספעציעל צו עפעס א תגובה דיינער, דער אמת איז אבער אז איך רעד פון מיר אליין ס׳גאנצע צייט. איך בין אדורך עפעס... (איינע אדער מערערע פון די 5 זאכן וואס כ׳האב אויסגערעכנט אין אן אנדערן אשכול) און ס׳האט גענומען יארן ביז כ׳האב אנערקענט די קאנסקווענצן פון יענעם עפיזאד...
און בנוגע דיין טענה אז דער עיקר איז אויפצובויען די רילעישנשיפ אין שטוב, אט דאס איז טאקע מיין נקודה. איך האב זיך היפש געמועטשעט מיט דעם נושא, נאר פון ווען איך האב אנגעהויבן כאפן דעם חילוק פון א רילעישנשיפ וואסיז געבויעט אויף קאנעקטן און משפיע זיין פארן שותף און א רילעישן ווי מ'איז בעיקר אינטערסירט הנאה צו האבן פון בשר ודגים האבן זיך זאכן גענומען ריקן אויף די ריכטיגע רעלסן...