בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 8:28 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:מי יקום האט געשריבן:זאלט איר אלע זיין געזונט און שטארק.
הצלחה וברכה.
כ'האף אז ביסט נישט באגאנגען sueside
קהל'ס נער: דערווייל נאכנישט...! למען האמת. איך האב אויך געטראכט פון קאמיטן סואיסייד אויף קאווע שטיבל. מער ווי איין מאל. אבער אייביג ווען איך קום אן צום עק האביך נישט די גאטס צו דזשאמפן. א גאן האביך (נאך) נישט. און ווען יא, ווייס איך נישט וויאזוי מ'נוצט עס...לאל. אויב איך וועלל ליינען איבער די (קומענדיגע) סואיסיידס, אפשר וועלל איך מיך אויסלערנען...!
ביטע צוריק צו עפענען שבת אחים.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:12 am
דורך קאך_לעפל
פערזענליך, האבן מיר זייער ליב שבת אחים, ער גיבט זייער א סאך צו צום שטיבל. אפגעזען פון דעם אז ער איז א גרויזאמער באלשעוויק. מיר גלייבן שטארק אין די פרייהייטן וואס שבת אינאיינעם מיט זיינע קאמעראדן ווילן ברוטאל אוועקרויבן פון אונז מיט געוואלד.
מיר זענען אויסגעשפראכן קעגן באָטל מאַכן אנדערע פאר סיי וועלכע אורזאך אין די וועלט, ווי ס'איז די היינטיגע שטייגער פון שבת און זיינע קאמוניסטישע קאמאראדן, מיר אפעלירן פון טיפן הארצן אז די הנהלה זאל אים צוריק עפענען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:23 am
דורך קאך_לעפל
שבת, הארכט אויס א גוטער פריינט:
לייג אראפ דיין גאן, בייק דיך אונטער, און שרייב ווייטער מיט ליסטיקייט! מיר קוקן ארויס צו הערן מער איבער מארקסיזם און וויזניץ, הויפזעכליך פונעם אהבת ישראל, צו וועם דיין זיידע פון מארמאראש איז נאך געפארן...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:54 am
דורך רימון
דערווייל זעט מיר אויס ווי אונזער שבתל פירט זיך אויף ווי א גרויסע פאץ, נעמט נישט אחריות אויף זיינע מעשים און עקט אוט ווי א קאנטראל פריק.
שטויס נישט ווי א דור מועד און וויין נישט קאזאק הנגזל און פארשעם נישט די גאנצע או טי די וויזנשיצער געמיינדע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 10:25 am
דורך קורקלענד
זעהט אויס אז די קאווע שטיבל הנהלה האט אנגעהויבן ציען מער לינקס מיט אזא ליבעראלע סארט אינטערפערטאציע אויף די תקנות און אזויווי טוויטער און פעיסבוק וועלן די מעמבער'ס דארפן איינעמען א שטילקייט אויב ווילן זיי דא בלייבן.
דאס איז א פשוט'ע ביישפיל פון ליבעראלע ווס קאנסערוואטיוו. וואו דער קאנסערוואטיווע דארף אנצייגן וואו די געבראכענע תקנה ליגט באגראבן און דער ליבעראלע קען עס טרעפן בלויז אין געפיל ווי איידער און שריפט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 10:33 am
דורך היסטאריע
קורקלענד
ארויס פין חדר
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:04 am
דורך גוצא
מנהל האט געשריבן:קאווע שטיבל איז א פרומע וועבסייט געמאכט פאר חסידישע אידן
אמממ…. וואס מיינט א
פרומע וועבסייט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:20 am
דורך היכי דמי
טייערע שבת, איך בעט דיר לאז אונז נישט אפ.
אפילו איך ווייס אז איך לעב נישט די זעלבע לעבענסשטייגער ווי דיר, דאך האב איך זייער שטארק ליב דיין ווערק דא.
מיר דארפן דיר! דו גיבסט צו א געוויסע קאליר דא וואס קיין איינער קען נישט רעפלעיסן.
די באשפער האט דיר געשיקט א נסיון, און פייט עס די ריכטיגע וועג. דערשרעק זיך נישט, בלייב דא און שרייב ווייטער, און פרוביר זיך צו צושטעלן די מנהל המקום
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:23 am
דורך קאך_לעפל
גוצא האט געשריבן:מנהל האט געשריבן:קאווע שטיבל איז א פרומע וועבסייט געמאכט פאר חסידישע אידן
אמממ…. וואס מיינט א
פרומע וועבסייט?
ס'גייט מיט רבינו תם גאטקעס, און נעמען מיט א האלב-גלעזעל וואסער אין הכנות בודקע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 12:11 pm
דורך היסטאריע
נאך א מזל פארען אויפקלערן.
געמיינט האב איך ער רעדט פין פרום, ר"ת פין ראפשיצער.
Re: פארוואס האט מען מיך אויסגעשפארט? (שבת אחים)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 6:33 pm
דורך פאליטיקאנט
כ'מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'פארשטיי און עגרי מיט דריי זייטן אויפאיינמאל.
שבת אחים, די מנהל, און קורקלענד.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 7:01 pm
דורך מי יקום
מנהל האט געשריבן:כ'מיין אז כ'האב זייער קלאר געמאכט וואס דא איז פארגעקומען סיי צו דיר פריוואט, און סיי אין
דעם אשכול.
די האסט געהאלטן אין איין שרייבן אז זוהר הק' איז נתחבר געווארן דורך הרב די ליאון בזמן הראשונים. דאס איז קעגן וואס איז אנגענומען ביי חרדישע אידן. קאווע שטיבל איז א פרומע וועבסייט געמאכט פאר חסידישע אידן, און מ'קען דא אויף אלעם דן זיין אינערהאלב די גרעניצן פון אידישקייט. יא, ס'איז דא א פלאץ צו רעדן וועגן די היסטאריע פון דעם זוהר, און ס'איז טאקע דא א
גרויסע אשכול איבער דעם אין די "העמק דבר" פארום. אבער די קענסט נישט שרייבן אזעלכע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס איין מאל און נאכאמאל אין א אשכול וואס איז נישט מיוחד פאר דעם, וואס איז אין די פארברענגען פארום.
אפשר האסטו אנדערע צילן ווי די הנהלה פון קאווע שטיבל. מיר זענען נישט דא צו "אויפקלערן" אידן און איבעראל אריינשטיפן יעדע מין קאנטראווערסיעלע זאך. מיר זענען דא צו זיין א פלאטפארמע ווי מ'קען שרייבן פון אלעמען אין א תורה'דיגע גייסט. אבער מ'קען נישט אין יעדן אשכול ארומגיין נידלען און שטעכן. אז די פארשטייסט דאס נישט ביסטו לכאורה נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ.
כ'האב דיר שיינערהייט געבעטן אז די זאלסט אויפהערן. אויב די האסט נישט פארשטאנען פארוואס איך בעט עס האסטו געקענט פרעגן פריוואט און זיך פראבירט מסביר זיין פארוואס די האלטסט אנדערש. אבער די האסט מחליט געוועהן צו נעמען א אנדערע דירעקשאן מיך צו זאגן א גוטן פורים און אנפייפן. איז וואס דארף איך יעצט טוהן? שטיין אויף די וואך 24/6 צו פארמעקן יעדעס מאל די שרייבסט עס נאכאמאל? אזויווי שיין בעטן העלפט נישט האב איך נישט געהאט קיין ברירה נאר דיר אויסצושפארן פאר איין וואך, אז קודם כל ווייס איך אז דורך די וואך דארף איך נישט מורא האבן אז די גייסט ווייטער שרייבן אזוי קאנטראווערסיאל, און האפענטליך וועט עס זיין א לעקציע אויף ווייטער.
בכלל איז א פליאה עצומה ווי די מאכסט דיך ווי די כאפסט נישט פון וועמען איך רעד אין
דעם הודעה ווי איך האב בפירוש ציטירט דיינע פרעכע רייד ווען איך האב דיר שיין געבעטן וואס די דארפסט אויפהערן.
אשר על כן, זיי מוחל און שטעל דיך צו צו דעם פלאץ און צו די תקנות דא, און צו וואס א מנהל בעט דיר. אז די קענסט עס נישט טוהן איז דא נישט דיין פלאץ.
האסט מיר שיינערהייט געבעטן?
כהאב באקומען איין אימעיל מיט א קשיא פון דיר. און כהאב דיר גענטפערט.
דער קנאי די חתם סופר האט געמעגט אזוי האלטן??? און איך און דו נישט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 7:02 pm
דורך מי יקום
איש את רעהו האט געשריבן:ער האט אפגעשפעט פון די וואס היטן זיך פון הוצז''ל
נאר געוואלט צולייגן א קלייניקייט.
אין אמתן אריין בין איך שטארק מחשיב celibacy און יעדע זאך וואס א מענטש טוט צו צוברעכן די תאוות- self-restraint.
פארקערט לדעתי די מענטשען וואס לעבן נישט אין קיין תאוות עוה״ז זענען די העכסטע מדריגה פון די מענטשהייט.
אבער דאס איז נאר געזאגט געווארן ווען די מענטש אליינס קומט אן צו די החלטה אז ער וויל לעבן אזא לעבן. נישט ווען מ׳דערשרעקט זיי און מ׳האקט זיי אין קאפ אז דאס איז די גרעסטע עבירה. און מ׳גייט פארדעם קיינמאל נישט ארויסגיין פון גיהונים.
און אזויווי איך האב געשריבן פריער מ׳קען נישט פארלאנגן אז יעדער זאל זיין א העכערע מענטש. יעדער זאל זיין א רבי ר׳ אלימלך און רבי ר׳ זושע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 7:19 pm
דורך שפילער
מי יקום האט געשריבן:מנהל האט געשריבן:כ'מיין אז כ'האב זייער קלאר געמאכט וואס דא איז פארגעקומען סיי צו דיר פריוואט, און סיי אין
דעם אשכול.
די האסט געהאלטן אין איין שרייבן אז זוהר הק' איז נתחבר געווארן דורך הרב די ליאון בזמן הראשונים. דאס איז קעגן וואס איז אנגענומען ביי חרדישע אידן. קאווע שטיבל איז א פרומע וועבסייט געמאכט פאר חסידישע אידן, און מ'קען דא אויף אלעם דן זיין אינערהאלב די גרעניצן פון אידישקייט. יא, ס'איז דא א פלאץ צו רעדן וועגן די היסטאריע פון דעם זוהר, און ס'איז טאקע דא א
גרויסע אשכול איבער דעם אין די "העמק דבר" פארום. אבער די קענסט נישט שרייבן אזעלכע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס איין מאל און נאכאמאל אין א אשכול וואס איז נישט מיוחד פאר דעם, וואס איז אין די פארברענגען פארום.
אפשר האסטו אנדערע צילן ווי די הנהלה פון קאווע שטיבל. מיר זענען נישט דא צו "אויפקלערן" אידן און איבעראל אריינשטיפן יעדע מין קאנטראווערסיעלע זאך. מיר זענען דא צו זיין א פלאטפארמע ווי מ'קען שרייבן פון אלעמען אין א תורה'דיגע גייסט. אבער מ'קען נישט אין יעדן אשכול ארומגיין נידלען און שטעכן. אז די פארשטייסט דאס נישט ביסטו לכאורה נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ.
כ'האב דיר שיינערהייט געבעטן אז די זאלסט אויפהערן. אויב די האסט נישט פארשטאנען פארוואס איך בעט עס האסטו געקענט פרעגן פריוואט און זיך פראבירט מסביר זיין פארוואס די האלטסט אנדערש. אבער די האסט מחליט געוועהן צו נעמען א אנדערע דירעקשאן מיך צו זאגן א גוטן פורים און אנפייפן. איז וואס דארף איך יעצט טוהן? שטיין אויף די וואך 24/6 צו פארמעקן יעדעס מאל די שרייבסט עס נאכאמאל? אזויווי שיין בעטן העלפט נישט האב איך נישט געהאט קיין ברירה נאר דיר אויסצושפארן פאר איין וואך, אז קודם כל ווייס איך אז דורך די וואך דארף איך נישט מורא האבן אז די גייסט ווייטער שרייבן אזוי קאנטראווערסיאל, און האפענטליך וועט עס זיין א לעקציע אויף ווייטער.
בכלל איז א פליאה עצומה ווי די מאכסט דיך ווי די כאפסט נישט פון וועמען איך רעד אין
דעם הודעה ווי איך האב בפירוש ציטירט דיינע פרעכע רייד ווען איך האב דיר שיין געבעטן וואס די דארפסט אויפהערן.
אשר על כן, זיי מוחל און שטעל דיך צו צו דעם פלאץ און צו די תקנות דא, און צו וואס א מנהל בעט דיר. אז די קענסט עס נישט טוהן איז דא נישט דיין פלאץ.
האסט מיר שיינערהייט געבעטן?
כהאב באקומען איין אימעיל מיט א קשיא פון דיר. און כהאב דיר גענטפערט.
דער קנאי די חתם סופר האט געמעגט אזוי האלטן??? און איך און דו נישט?
ווי זאגט עס דער חתם סופר?