בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:45 pm
דורך שמעקעדיג
נישט געוואוסט אז די מגילה איז א קליינע זאך...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:27 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט געוואוסט אז די מגילה איז א קליינע זאך...


י"א שיטין איז געווענליך א קליינע סייז....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 4:04 pm
דורך שמן למאור
עס שטייט אין די מגילה, 'ונחתום בטבעת המלך אין להשיב'
שטעלט זיך די קשיא, וויאזוי פיט אריין די בעקער (נחתום) אין די רינגל פונעם קעניג?
וויאזוי פיט א בעקער (וואס איז געווענליך צו דער פעשליכער זייט) אריין אין אזא קליינע לאך?

עס איז אזא שווערע קשיא אז די מגילה אליין זאגט אויף דעם 'אין להשיב' עס האט נישט קיין גוטע תירץ...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 4:07 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 8:04 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!


גוגל מגילת אסתר י"א שיטין.
_______

די גמ' וואלט בעצם יא געהאט בילדער אין די בעק, נאר אלס אכשר דרא קען מען נישט האבן בילדער פון נשים אין סדר נשים.

וואס זאל מען טוהן, די רוב ש'ס פרינטערס זענען חרדים.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 1:12 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!


נאך א מזל ס'נישט דא קיין פיקטשערס. ווי אזוי וואלט אויסגעזען די ציור פון מצא בה ערות דבר...?

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 1:18 am
דורך דער גאלדענער אדלער
לויט ווי די משנה רעכענט דארט אויס איינע פון זאכן, מקדיח תבשילו, וואלט מען ווען געגענט מאלן א בילד ווי זי דערלאנגט עם א פארברענטע פעינעצ'ל אדער א אפגעברענטע פארשווארצטע טשולענט וכדומה

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:03 am
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!


נאך א מזל ס'נישט דא קיין פיקטשערס. ווי אזוי וואלט אויסגעזען די ציור פון מצא בה ערות דבר...?


:lol:
ופרשו את השמלה, ס'גייט זיין הייסע נייעס, אזוי ווי ביי א חליצה מאכט מען א גאנצע מצב מענטשן קימען קיקען, לכאורה איז געוועין א מעמד פרישת השמלה, היסטאריקער זאגן אז דער עולם איז אהיימגעגאנגען אנגעווארעמט פונעם מעמד ;)

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:23 am
דורך וואלווי
מ'איז געווען אינטערן רושם ביז אין די גאר שפעטע נאכט שעות...

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 1:26 pm
דורך היסטאריע
ופרשו את השמלה וואלט אויסגעזעהן מיט דער זעלבע אינטרעסאנטקייט ווי דער רב וואס באקוקט די גאטשעס. געקוקט געדרייט אהער און אהין, און אויפגעפלאמט, בתולים!!!! און אויב נישט, קעטשאפ!!!!!

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 1:30 pm
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:ופרשו את השמלה וואלט אויסגעזעהן מיט דער זעלבע אינטרעסאנטקייט ווי דער רב וואס באקוקט די גאטשעס. געקוקט געדרייט אהער און אהין, און אויפגעפלאמט, בתולים!!!! און אויב נישט, קעטשאפ!!!!!


אדער ווי מהר"א ציט ארויף די טייץ אויפן האנט צי זעין אויב ס'איז דורכזיכטיג.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 9:26 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אין פרשת שלח שטייט... ויעפילו לעלות ההרה.

פרעגט איין עם הארץ זיין חבר, ווי אזוי פאלט מען ארויף אויף א בארג?

ענטפערט ער, עס איז נאר א דג'אוק

פון ווי ווייסטו? פרעגט ער ווידער.

עס איז בפירוש א רש"י, אויף דער פסוק ויעפילו לעלות ההרה זאגט רש"י לשון חוזק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: איך מיין טאקע דארט ביי דעם ענין זאגט רש"י לשון חוזק אונגר"ש בלע"ז...!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:07 pm
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא: איך מיין טאקע דארט ביי דעם ענין זאגט רש"י לשון חוזק אונגר"ש בלע"ז...!


יא יא איך האב עס יעצט נאךגעקוקט

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:33 pm
דורך שמן למאור
עס שטייט אין די מגילה, אז אחשורוש האט געהערט די בשורה פון 'איש צר ואויב המן הרע הזה' איז ער ארויסגעגאנגען זיך בארוהיגן,
ווען ער צוריקגעקומען און געזען 'המן נופל על המיטה' האט ער געזאגט 'הגם לכבוש את המלכה עמי בבית'.

שטעלט זיך די קשיא, לכאורה המן איז דאך נאר א יחיד, און כיבוש יחיד לא שמיה כיבוש?

ועוד קשה, עס שטייט אין יורה דעה, אז כדי עפעס זאל ווערן אסור דורך כבוש מוז עס זיין מעת לעת, און דא איז דאך אחשורוש נאר ארויס אויף עטליכע מינוט?

די תירוץ איז, אז וועגן דעם שטייט הגם לכבוש את המלכה 'עמי' בבית, מיטן מלך, וואס אין מלך בלא עם, ממילא איז עס שוין א כיבוש רבים

און מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די צווייטע קשיא, ווייל אז עס איז דא מלך (זאלץ) ווערט כבוש סאך שנעלער (משיתחיל להרתיח, ונקטו הפוסקים שהוא י''ח מינוט)
אויב אזוי האט געקענט זיין א כיבוש אין די צייט.

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:40 pm
דורך שמן למאור
עס איז דא א סתירה אין די מגילה,
איין פלאץ שטייט 'ותמתו בערה בו' אז די שוויגער פון אחשורוש האט געהייסן, מרס 'בערה בו'
און א צווייטע פסוק שטייט, וחמת המלך 'שככה' אז זי האט גאר געהייסן מרס 'שככה'

די תירוץ איז, אז די מגילה זאגט דאך שוין אז, 'ושתי עשתה 'משתי' נשים', זי איז געווען געמאכט פון צוויי פרויען, אויב אזוי איז דא צוויי שוויגערס...

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:43 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:עס שטייט אין די מגילה, אז אחשורוש האט געהערט די בשורה פון 'איש צר ואויב המן הרע הזה' איז ער ארויסגעגאנגען זיך בארוהיגן,
ווען ער צוריקגעקומען און געזען 'המן נופל על המיטה' האט ער געזאגט 'הגם לכבוש את המלכה עמי בבית'.

שטעלט זיך די קשיא, לכאורה המן איז דאך נאר א יחיד, און כיבוש יחיד לא שמיה כיבוש?

ועוד קשה, עס שטייט אין יורה דעה, אז כדי עפעס זאל ווערן אסור דורך כבוש מוז עס זיין מעת לעת, און דא איז דאך אחשורוש נאר ארויס אויף עטליכע מינוט?

די תירוץ איז, אז וועגן דעם שטייט הגם לכבוש את המלכה 'עמי' בבית, מיטן מלך, וואס אין מלך בלא עם, ממילא איז עס שוין א כיבוש רבים

און מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די צווייטע קשיא, ווייל אז עס איז דא מלך (זאלץ) ווערט כבוש סאך שנעלער (משיתחיל להרתיח, ונקטו הפוסקים שהוא י''ח מינוט)
אויב אזוי האט געקענט זיין א כיבוש אין די צייט.

הייליגע נייעס.
ס'אייגענס?

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 1:01 pm
דורך שמן למאור
געהערט פון איינעם

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 2:02 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שטים האט געשריבן:געהערט פון איינעם

עצי שיטים: איך האב געהערט אז אין א שטעטל נישט ווייט פון שיבויגען, אין וויסקאנסין זוכט מען א פורים רב. דער לאנגיעריגער רב זיכרוינע ליבראכעה איז ל"ע ול"ע נפטר געווארן. נאכ'ן זיך איבערעסן מיט די פרישע האלאפטצעס וואס זיין רביצין זיכרונה לבראכעה האט געמאכט לכבוד פורים תשפ"ב...! זי האט אריינגעלייגט א ביסל מער פעפער ווי די פאפא רעסיפי בוק האט פארלאנגט. און דאס האט אויסגעציפט דעם רבינ'ס מאגן...א פרייליכן פורים (קטן)...!

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 5:38 pm
דורך שמן למאור
יעדע עיבור געבוירט א קטן,
וואס פארא קטן געבוירט א שנת העיבור?
א פורים קטן....

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 5:54 pm
דורך וואלווי
וועגען דעם ווארט מען דרייסיג טעג ביז מ'פייערט א פורים גדול ווייל ביז דעמאלס איז ער נאכנישט א בר קיימא

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 6:07 pm
דורך yesiknow
וואלווי האט געשריבן:מ'איז געווען אינטערן רושם ביז אין די גאר שפעטע נאכט שעות...

וועלוועל זעץ זיך לערנען וועסטו זעהן אז דאס איז נישט ממש ליטערלי אין דא צופאלט דיין ווירטעל חלום דמיון הרהורים והוא רחום יכפר

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 3:16 am
דורך berlbalaguleh
רש"י ברענגט..."אמר ר' שמעון בר יוחאי, הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב.. די גמ' זאגט אויך (ערגעץ. איך בין זיכער.)...מנוח עם הארץ היה... שנא' וילך מנוח אחרי אשתו...! אויך שטייט אין מגילת איכה א פסוק...ולא מצאה מנוח לכף רגלה...מ'קען אפשר זאגן עפ"י דרש. אז די אידן קלאגן (אין איכה) אז זיי האבן נישט געטראפן קיין איין גוי וואס איז אן עם הארץ (א מנוח). אלע גויים ווייסן פון די הלכה אז עשיו שונא ליעקב ...!