בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:25 am
דורך צקון לחש
וואס מען דארף באמת אדרעסירן בנוגע דאס טאנצן ביי אונזערע חתונות, איז פארוואס עפעס דארף אן עלעגאנטע פייערונג ווי א חתונה זיין ווי א צולאזטע צו'יוזש'טע נייט קלאב...
פארוואס זענען מיר נישט בשמחה מיט עלעגאנטע באלאנסירטע טענץ?
לכאו' קומט דאס טאקע צו ערפילן דעם צורך פון נייט קלאבס, אבער וואספארא פנים האט עס...
דארפן טאקע די חתן כלה און שושבינין ווערן אויסגע'הרג'עט און פארשוויצט?...
און די מוזיק באמבערן אזש טויב צו ווערן...
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:31 am
דורך קהל'ס נער
צקון לחש האט געשריבן:וואס מען דארף באמת אדרעסירן בנוגע דאס טאנצן ביי אונזערע חתונות, איז פארוואס עפעס דארף אן עלעגאנטע פייערונג ווי א חתונה זיין ווי א צולאזטע צו'יוזש'טע נייט קלאב...
פארוואס זענען מיר נישט בשמחה מיט עלעגאנטע באלאנסירטע טענץ?
לכאו' קומט דאס טאקע צו ערפילן דעם צורך פון נייט קלאבס, אבער וואספארא פנים האט עס...
דארפן טאקע די חתן כלה און שושבינין ווערן אויסגע'הרג'עט און פארשוויצט?...
און די מוזיק באמבערן אזש טויב צו ווערן...
העי! מיין איינציגסטע אאוטלעט, ווילסטו אויך צינעמען?!
היה לא תהיה.
ערנסט גערעדט, ווייל די גויים טאנצן שטאט מיינט נישט אז דאס איז די ריכטיגע אדער אום ריכטיגע וועיג פון טאנצן, זייער קולטור איז שטאטע טענץ, אינזער קולטור איז שנעלע טענץ, דעיס האט גארנישט מיטן סיסטעם ציטין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:31 am
דורך יאסל ראקאווער
זייט מיר
מוחל אבער טאנצען ווילסטו אויך קאנטראלירן? נישט גענוג מ'דארף טאנצען נאר וויאזוי צו טאנצען ווילסטו אויך. משוגע מכול וכול.
אויך צווישן דיינע שירות ליינט מען אז וואס ס'באדערט דיר אז we don't shape and mold אונזער אינגווארג מער און איינקלאנג מיט וויאזוי די האלטסט א בעסערע גאטשע דארף זיין. דאס איזַ סיסטעם ביזנעס ממש. ס'איז קלאר נישט דיין פראבלעם אז מ'שוויצט זיך אויס. ווייל די זאגסט אז זיי דארפן טאנצען ווי בייַ די הקפות. דעמאלס וועט דיר נישט באדערן. נעבעך. ביי די ווען ס'שטייט און חזל ואינו משמחו, האלטסטו אז חזל האבן פארשטאנען אזוי; כל הנהנה מסעודות חתן ואינו משמח את עצמו עובר בחמשה וכו'
אז די אינגווארג ווילען כשר'ע נייט קלאוב טענץ ווילן זיי עס. ווילסט עס אוועק נעמען? אפילו אזוי צו טראכטען איז נעבעך.
די קא-דעפענדענסי איז שרעקליך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:42 am
דורך מי אני
קהל'ס נער האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן:וואס מען דארף באמת אדרעסירן בנוגע דאס טאנצן ביי אונזערע חתונות, איז פארוואס עפעס דארף אן עלעגאנטע פייערונג ווי א חתונה זיין ווי א צולאזטע צו'יוזש'טע נייט קלאב...
פארוואס זענען מיר נישט בשמחה מיט עלעגאנטע באלאנסירטע טענץ?
לכאו' קומט דאס טאקע צו ערפילן דעם צורך פון נייט קלאבס, אבער וואספארא פנים האט עס...
דארפן טאקע די חתן כלה און שושבינין ווערן אויסגע'הרג'עט און פארשוויצט?...
און די מוזיק באמבערן אזש טויב צו ווערן...
העי! מיין איינציגסטע אאוטלעט, ווילסטו אויך צינעמען?!
היה לא תהיה.
דאס דערמאנט אין א וועג פון וואס [tag]קטלא קניא[/tag] האט
געשריבן:
אין אַ װעלט װי פֿאַרברענגן אױף שמחות פֿאַרנעמט דאָס פּלאַץ װאָס בײַ אַנדרע פֿאַרנעמט דער קינאָ, דער טעאַטער, דער קאָנצערט זאַל און אַנדרע פֿאַרװײַלונג צוזאַמגעשטעלט, און װי דער אײַנפֿאַכער מאָנאָטאָנישע לעבן דרײט זיך אַרום שבת און יום טובֿ, הכנסת ספֿר תורה'ס, הספּידים און אַ פֿײַער לעשער נישט הײַנט געדאַכט און נישט קײַן סאַך מער, פֿאַרשטײט זיך פֿאַרװאָס עלטערן חאַלעשן צו װערן באָבעס און זײדעס און פֿאַרװאָס בחורים פּײגערן אױפֿן שטרײַמל און מײדלעך אױפֿן גרױסן בױך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:03 am
דורך בת קול
אינטערעסאנט אז דו פרעגסט נישט פארוואס גוים טאנצן ביים חתונה.
זעהט אויס דו פארשטייסט אליין אז עס קומט פשוט פון שמחה, און עס איז נאטורלעך אזוי אויסצוגעבן די געפילן.
נאר וואס דען, איך פארשטיי נישט פונקטלעך די שמחה פון אונזערע חתונות.
איך פלעג ווערן זייער מרוגש ווען די חתן כלה פלעגן אריינקומען צום טאנצן, און עוד ישמע האט אנגעהויבן שפילן.
היינט זינקט מיין הארץ איין ווען איך זעה די יונגע צומישטע ציטערידיגע מיידל אריינקומען, וואס ציטערט פון וואס קומט נאכן חתונה, און איז מחונך געווארן מיט די רשעותדיגע מהלך, אז זי מוז זיך לאזן רעיפן די נאכט פון די חתונה דורך א מאן וואס איז גענצליך פרעמד צו איר.
און יעדער טאנצט צו איר עקידה. וואס קען זיין מער איראניש ווי דעם.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:10 am
דורך מי אני
דאס האב איך געשריבן
אין אנהויב אין מיין צווייטן פאראגראף [עמפאסיס יעצט צוגעלייגט]:
מי אני האט געשריבן:הגם די שאלה איז אויך שווער אויף אלע קולטורן איז אבער אויף די סעקולארע וועלט [גוים אדער פרייע] וואלט מען געקענט זאגן אז ער און זי פרייען זיך אויף מאכן אפיציעל דעם בונד צווישן די צוויי אשר אהבה נפשם מקדם. דאס קען מען פארשטייט זיך נישט זאגן אויף אונזער געזעלשאפט וואו די חתן כלה בדרך כלל קענען זיך בעצם ניטאמאל בכלל.
ולגבי די חלק הרעיפּ איז דאס א סמך צו מיין געדאנק אז דאס אלעס ארום שמחת החתונה איז א קולטוראלע סאציאלע קאַנסטראָקט וואס דאס איז פאר זיי קובע די רעאליטעט ממש. והיינו, ווייל ווי [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] איז
מעורר איז די טראמא פון רעיפּ מקושר מיט די קאנטעקסט און אומשטענדן וכו' וכו' וואס נעמט דאס ארום. ביי ליל החתונה, הגם מ'קען עס באטראכטן ווי א (כעין) רעיפּ כנ"ל, איז אבער די סאציאלע/קולטוראלישע וכו' עקספּעקטעישאנס פון איר און וואס זי שעירט מיט אנדערע פון איר געזעלשפט לגבי דעם, דאס איז טאקע קובע (פאר איר און די ארומיגע) אז דאס איז נישט בעצם קיין רעיפּ און דעריבער טאקע נישט אזוי ווייט טראָמעטיק פאר איר; עכ"פ נישט ווי א "געהעריגע" רעיפּ במובן הפשוט.
(לכאורה בכלל דאס צו פארגלייכן און צו זאגן אזוי וואלט לכאורה געווען אן אינסאָלט און א פאטש אין פנים פאר א פרוי וואס איז ל"ע טאקע א וויקטים פון רעיפּ, ואפילו א וויקטים פון געהעריגע מעריטעל רעיפּ.
בנוסף לזה האט מיין ווייב מיר מעורר געווען נאכ'ן דאס ליינען אז אויב רעכענט מען דאס ווי "רעיפּ" קען עס אויך פונקט אזוי באטראכטן ווערן ווי א רעווערס רעיפּ - דער חתן איז פונקט אזוי מוכרח דערצו דורך (זיין עסאָמפּשען אויף/איבער) איר די כלה. הגם מ'קען מחלק זיין אז פאר אים איז עס תענוג און נישט א פיזישע צער ווי פאר איר מחמת הבתולים דעמאלטס, וממילא איז זי (מער) געצוואונגען ווי ער.
וכמובן אויב זאגט זי "ניין", אדער איז נישט מרוצה, איז דאך אסור לו לבעול, ועיין באו"ח סימן רמ סעיף ג ובמ"א שם ס"ק ז.)צב"ש מיין ווייב האט אסאך מער ענדזשויט די יום החתונה ווי מיר (סיי דעמאלטס און סיי און רעטראָספּעקט) און איז געווען אסאך רואיגער ווי מיר בנוגע הבעילה. און איך גלייב אז דאס איז, עכ"פ א חלק דערפון, צוליב דעם אז זי איז געווען אסאך מער פאר"סיסטעמ"ט ווי איך, והיינו אין די סאציאלע עקספּעקטעישאנס און עסאָמפּשענס דערין לגבי דעם וכנ"ל.
ולכאורה היינו טעמא נמי פארוואס (עכ"פ ווי עס זעהט אויס) זענען א גרויס חלק חתנים וכלות "אויף א היי און אין די וואלקענעס" (היפך טראמא) נאך די חתונה בתוך השבעת ימי המשתה - דאס איז די קאַנסטראָקט און עסאָמפּשען אויף די סארט קאנטעקסט פון זייער געזעלשאפט און דערפאר איז דאס טאקע די רעאליטעט פאר זיי דעמאלטס.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 12:42 pm
דורך בת קול
אין מיין אפיניען איז עס פונקט אזוי הארבע ווי מעריטאל רעיפ כאטש די מיידלעך ווייסן אז זייערע מענער קענען פילן זייער שלעכט דערוועגן און ווילן נישט באמת וויי טוהן.
די עצם געדאנק אז מען פראגראמט אז מען מעג נישט זאגן ניין, קלאפט רוב מאל אויס מיט געפערליכע תוצאות.
קען זיין דיין ווייב איז בכלל געווען מער אויפגעקלערט און אפען צו די געדאנק שוין פאר א שטיק צייט פריער.
פאר א מיידל וואס ווייסט פון גארנישט צו זאגן, איז דאס א געפערליכע טראומא וואס האט נישט קיין זין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 1:55 pm
דורך טשעסטער
מען טאנצט און מען פריידט זיך ווייל מ'פרייט זיך אז די דורות ציען זיך ווייטער!
מיט דעם וואס מ'שטעלט צוזאם היינט נאכט דאס נייע פארפאלק עפענט מען דעם טיר פאר א פרישע משפחה אין כלל ישראל!
די גמרא זאגט (נדה יג:) אמר רבי יוסי, אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף, קומט אויס אז מיט יעדע קינד וואס ווערט געבוירן ווערט נתקרב ביאת המשיח במהרה בימינו' און די שליסל דערצו איז די חתונה נאכט!
איינע פון די סגולות צו האבן הצלחה אין סיי וועלכע ענין איז, אז די התחלה פון די זאך זאל זיין פרייליך און גוטמוטיג, און ווי מזאגט 'מיט די רעכטע פיס'. ממילא ביי א חתונה וואו ס'איז די התחלה מאכט מען א מצב פון שמחה כדי ס'זאל זיין א שטוב מיט שמחה און מ'זאל זיין צופרידען איינער פונעם צווייטן.
די מציאות איז אז 95 % איז דער חתן און כלה פרייליך חתונה צו האבן (די תורה זאגט שוין אז "לא טוב היות האדם לבדו"). ממילא טאנצן די חבירים זיך מיטצופרייען מיט זייער חבר'ס/חברטע'ס שמחה.
איינע פון די גרויסע מצוות איז טאקע צו אויסלויבן די כלה פארן חתן "אומרים לפניו כלה נאה וחסידה", כדי די חתן זאל באקומען א גוטע בליק אויף איר. בדרך כלל ווען מ'באמערקט שפעטער חסרונות (אזויווי יעדע מענטש פארמאגט מעלות און חסרונות זייט די חטא הקדמון), טראכט מען צוריק אבער יענער און יענער האבן דאך געזאגט וואספארא גוטע מידות צו גוטע הארץ אדער וכו', זי האט, סאוי קומט דאך אויס אז אנדערע זענען ארגער.... נו לאמיר שוין בלייבן מיט דעם!...
כהיום יום ווען מטאנצט איז עס אין א געוויסע בחינה ווי זאגן כלה נאה וחסידה, די חתן טראכט, אויב בין איך חלילה אריינגעפאלן פארוואס פרייען זיך מיינע חבירים? אלא מאי מוז זיין אז איך האב באקומען א גוטס! וכה"ג אצל הכלה!
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 2:50 pm
דורך קהל'ס נער
אפשר בלייבן טאקע 95% חתונה געהאט, אבער פארדעם טאנצט מען?! מען וואלט געדארפט זיצען שבעה פאר דעם, דו ווייסט וויפיל פון די ווילן זיך גט'ן נאר זיי קענען נישט מפני "הלחץ זו הפיער פרעשיר" אדער אימעדזש צי אנדערע נארישע סיבות.
גערעכט לא טוב היות האדם לבדו, אבער האסט פארגעסן א אנדערע פסוק "ומוצא אני את האשה מר ממות" אז איינער איז אין א שלעכטע מעריזדש איז עס ערגער פון טויט (אריין אין סוסייד אשכול)
אפילו אויב די זיווג גייט זיך יא אויסקימען טאנצט מען נישט פאר די קינדער, ווען יא וואלט מען געדארפט מאכן די טראסק ווען מען געבוירט די קינד.
בקיצור די אלע פשעטלעך זענען גיט פאר די עלטער פעטער זאל נערווירן די עולם ביי זיין שבע ברכות דרשה, אבער מיטן מציאות האט עס קיין קשר ניט.
אגב פרוביר ציגיין צי א חתן און עים זאגן "כלה נ** וחסידה".....
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:04 pm
דורך טשעסטער
[quote="קהל'ס נער"]
אפשר בלייבן טאקע 95% חתונה געהאט, אבער פארדעים טאנצט מען?! מען וואלט געדארפט זיצען שבעה פאר דעים, די ווייסט וויפיל פון דעים ווילן זיך גט'ן נאר זיי קענען נישט מפני "הלחץ זו הפיער פרעשיר" אדער אימעדזש צי אנדערע נארישע סיבות.
נישט אמת!
ממילא
גערעכט לא טוב היות האדם לבדו, אבער האסט פארגעסן א אנדערע פסוק "ומוצא אני את האשה מר ממות" אז איינער איז אין א שלעכטע מעריזדש איז עס ערגער פון טויט (אריין אין סוסייד אשכול)
'מצא' או 'מוצא' האט מען געפרעגט, ס'ווענט זיך אויב ס'איז שכינה שרוי' ביניהם וואס דאן איז עס 'מצא' א גוטע זאך
אפילו אויב די זיווג גייט זיך יא אויסקימען טאנצט מען נישט פאר די קינדער, ווען יא וואלט מען געדארפט מאכן די טראסק ווען מען געבוירט די קינד.
האבן מיר שוין געשריבן אז מגייט בתר ההתחלה
בקיצור די אלע פשעטלעך זענען גיט פאר די עלטער פעטער זאל נערווירן די עולם ביי זיין שבע ברכות דרשה, אבער מיטן מציאות האט עס קיין קשר ניט.
עס האט יא א קשר - און אויב ער נערווירט דיר מיט דברי תורה מוזטו אים נישט אויסהערן - קענטס טראכטן פון דיין ביזנעס בשעת די דרשה.
אגב פרוביר ציגיין צי א חתן און עים זאגן "כלה נ** וחסידה".....
קענסט אים זאגן אז דו הערסט אז ער האט געטראפן אזוינס און אזאלעכס... וכו' ולמצוה גדולה יחשב יעדע גוט ווארט וואס מ'זאגט פאר א חתן אויף א כלה אדער פארקערט[/quote]
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:06 pm
דורך מי אני
בת קול האט געשריבן:אין מיין אפיניען איז עס פונקט אזוי הארבע ווי מעריטאל רעיפ כאטש די מיידלעך ווייסן אז זייערע מענער קענען פילן זייער שלעכט דערוועגן און ווילן נישט באמת וויי טוהן.
די עצם געדאנק אז מען פראגראמט אז מען מעג נישט זאגן ניין, קלאפט רוב מאל אויס מיט געפערליכע תוצאות.
קען זיין דיין ווייב איז בכלל געווען מער אויפגעקלערט און אפען צו די געדאנק שוין פאר א שטיק צייט פריער.
פאר א מיידל וואס ווייסט פון גארנישט צו זאגן, איז דאס א געפערליכע טראומא וואס האט נישט קיין זין.
נו, אין אזא פאל איז דאך דאס ניתן צו עמפּיריש אויפווייזן. והיינו, אויב זענען רוב כלות אין אונזער געמיינדע
נישט טראמאטיזירט נאכדעם איז דאן לכאורה דאס
נישט בגדר מעריטעל רעיפּ. און דאס איז לכאורה טאקע מהאי טעמא: די גאנצע געצווינגענקייט דערצו (אָננעמענדיג/עסיוּמינג אז עס איז טאקע אזוי) איז מכח סאציאלע נאָרמס, און די אונטערליגענדע שׁעירד סאציאלע עסאָמפּשענס און עטיטוּד(ס) דערצו מאכט אז דאס איז טאקע נישט טראָמעטיק מהאי טעמא. (ועכ״כ אז טאמער איז פארקערט און דער חתן טוהט עס
נישט וועט זי מעגליך פונקט אזוי האבן טענות, און טאקע
נאר מכח די עסאָמפּשענס.) פארשטייט זיך אז עס זענען דא אַוּטלייערס ואפילו עכ״כ וואו די חתן באצווינגט איר טאקע ממש, וואס איז טאקע מעריטעל רעיפּ לכל הדעות (ולהלכה). מאידך גיסא טאמער זענען טאקע רוב כלות טראמאטיזירט איז דאס טאקע בגדר (עכ״פ עקסידענטעל) מעריטעל רעיפּ.
איך בין אבער פולקאם מודה אז ס׳פעהלט אויס אסאך בעסערע **** עד אין אונזער געזעלשאפט מכח אסאך טעמים און דאס איז אויך איינע פון זיי.
נ.ב. מיין ווייב איז געוואור געווארן צום ערשטן מאל פון געשלעכטליכע באציאונגען וחיי המין צוויי וואכן פאר די חתונה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:13 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
אין מיינע אויגן איז עס א אווענט וואס מען אנערט דעם חתן און כלה. א בחינה ווי די באללן פון די אלטע פריצים.
ביי די חתונה סעלעברירט מען בעיקר די נאנטשאפט פון די געזעלשאפט צו די חתן כלה, און דאס איז אפילו נניח אז ביידע ווארטן שוין פאר די בעילה און דער עולם פרייט זיך מיט זייער שמחה איז ווייטער די חלק וואס דער עולם באשיינט די נאכט א סטעיטמענט פון פריינטשאפט און דאס איז די סיבה פארוואס מען טאנצט, צו ארויסווייזן נאנטשאפט און פריינטשאפט מחמת איזה סיבה שהיא.
ואגב, צו רחמנות האבן אויף די צומישטע מיידל איז סעלפיש סימפאטיע, רוב בחורים גייען פונקט אזוי דורך טראומא און אפילו שווערער פון די מיידלעך, זיי זענען געצוואונגענע תליינים
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:55 pm
דורך קידוש
איך האב היינט נאכט א חתונה פון א נאנטע קרוב אין די עולם האט מיר ארויסגענומען די טעם צו טאנצען,
איך האב מורא אז בשעת'ן מאכט די זיידע שפאציר ביים ערשטע טאנץ וועט מיין מוח זיין פארנומען צו חקרנ'ן צו איך מעג בכלל טאנצען יעצט לשיטת @בת קול אז מ'גרייט זיך יעצט אויף א הימעלשרייענדיגע פארברעכען
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:01 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
בת קול האט געשריבן:אין מיין אפיניען איז עס פונקט אזוי הארבע ווי מעריטאל רעיפ כאטש די מיידלעך ווייסן אז זייערע מענער קענען פילן זייער שלעכט דערוועגן און ווילן נישט באמת וויי טוהן.
די עצם געדאנק אז מען פראגראמט אז מען מעג נישט זאגן ניין, קלאפט רוב מאל אויס מיט געפערליכע תוצאות.
קען זיין דיין ווייב איז בכלל געווען מער אויפגעקלערט און אפען צו די געדאנק שוין פאר א שטיק צייט פריער.
פאר א מיידל וואס ווייסט פון גארנישט צו זאגן, איז דאס א געפערליכע טראומא וואס האט נישט קיין זין.
איך פארשטיי נישט @ בת קול,
שטייט בפירוש אין די תנאים "ונשאלה את פיה ואמרה הן!"
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:27 pm
דורך זרחי
רבותי קריכטס אראפ פון בוים אין חלום לאנד און גייטס צוריק צו ריאליטעיט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 6:46 pm
דורך מי אני
אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:
1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך
2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה). עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״
די ביידע פאקטארן זענען אויסדרוקליך נישט דא ביי רעיפּ אדער מעריטאל רעיפּ. והא ראיה אז עס איז נישט עולה על הדעת צו קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״סעקשועל עסאָלט״.
טא, פארוואס איז ״טראמא״ דאס קובע אלס מעריטאל רעיפּ? די טראמא איז לכאורה פשוט פון דאס פעהלער אין אונזער געזעלשאפט׳ס **** עד אין דאס׳ן זיי צוגרייטן בכלל צו געשלעכטליכע באציאונגען, וואס גייט דאך קעגן די געדאנק פון צניעות און פּרוּדישקייט מיט וואס זיי זענען אויפגעצויגן געווארן מיט ביז אהער. אבער ביז מעריטאל רעיפּ איז פאלג מיר א גאנג.
איך ווידערהאל אז צו פארגלייכן ליל החתונה ביי חרדים צו מעריטאל רעיפּ איז, לענ״ד, א חוצפה, בגידה, און אינסענסיטיוויטי צו די פרויען וואס האבן דאס ליידער יא מיטגעמאכט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:03 pm
דורך קהל'ס נער
זרחי האט געשריבן:רבותי קריכטס אראפ פון בוים אין חלום לאנד און גייטס צוריק צו ריאליטעיט.
זעיט אויס אז האסט געסקיפט א עקסיט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:52 pm
דורך בת קול
מי אני האט געשריבן:אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:
1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך
2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה). עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״
די ביידע פאקטארן זענען אויסדרוקליך נישט דא ביי רעיפּ אדער מעריטאל רעיפּ. והא ראיה אז עס איז נישט עולה על הדעת צו קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״סעקשועל עסאָלט״.
טא, פארוואס איז ״טראמא״ דאס קובע אלס מעריטאל רעיפּ? די טראמא איז לכאורה פשוט פון דאס פעהלער אין אונזער געזעלשאפט׳ס **** עד אין דאס׳ן זיי צוגרייטן בכלל צו געשלעכטליכע באציאונגען, וואס גייט דאך קעגן די געדאנק פון צניעות און פּרוּדישקייט מיט וואס זיי זענען אויפגעצויגן געווארן מיט ביז אהער. אבער ביז מעריטאל רעיפּ איז פאלג מיר א גאנג.
איך ווידערהאל אז צו פארגלייכן ליל החתונה ביי חרדים צו מעריטאל רעיפּ איז, לענ״ד, א חוצפה, בגידה, און אינסענסיטיוויטי צו די פרויען וואס האבן דאס ליידער יא מיטגעמאכט.
וויאזוי איז דאס נישט רעיפ, ווען זיי ווייסן נישט פון קאנסענט, רעיפ אדער אז מען מעג בכלל זאגן ניין?
די גאנצע וועזן אירע שרייט ניין, נאר זי ווייסט זי מעג עס נישט ארויסזאגן, די עקספיריענס איז רעיפ, א גוטע **** עד אדער נישט.
(און צו גוט קען עס נישט זיין אויב מען האט קיינמאל געלערנט איבער קאנסענט.)
וויפיל פעלער זענען דא פון כלות וואס האבן יא געשריגן "הער אויף, עס טוהט וויי" און די פרישע חתן ווייסט נישט פון קיין מעשיות, נאר אז זיין מדריך האט אים געזאגט ער זאל איר נישט פאלגן?
איך קען נאך גענוג פעלער פון פרויען וואס ווילן נישט/ האבן נישט הנאה/ אדער האבן גאר פיזישע ווייטאג, און זיי ווייסן נישט עד היום צו זאגן ניין.
דאס אליין ברענגט געווענטליך אז די פראבלעם זאל נישט קענען געלייזט ווערן, ווייל צומאל דארף מען נאר א ברעיק עס צו קענען solven.
כ'בין גענצליך פארפארן דא. אנטשולדיגט פאר interrupten דיין אשכול.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:13 pm
דורך תוהו ובוהו
מי אני האט געשריבן:אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:
1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך
אפילו קענסט אים נישט רופן א רעיפיסט קען זי נאך אלס ווערן גערעיפט, פונקט ווי א מאן וואס צומאל הייבט נישט אן צו פארשטיין אז ער בא'עוול'ט א פרוי איז זי נאך אלס גערעיפט געווארן.
מי אני האט געשריבן:2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה).
רעיפ איז אפשר א גרויס ווארט לשבר את האוזן.
אבער איך וואלט עס פארגליכן צום קאנסענט וואס איז פארהאן אין א **** קאלט, מ'פראגמירט אריין פון אלס קליין קינד אז מ'דארף טוהן וואס מ'הייסט און וואס יעדער טוט, און צוויי וואכן פאר די חתונה לערנט מען אויס אז דאס דארף מען יעצט טון, א ניין פאלט זיי ניטאמאל ביי.
מי אני האט געשריבן:עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״
ווי קומט אריין לעגאל?!
מי אני האט געשריבן:נו, אין אזא פאל איז דאך דאס ניתן צו עמפּיריש אויפווייזן. והיינו, אויב זענען רוב כלות אין אונזער געמיינדע נישט טראמאטיזירט נאכדעם איז דאן לכאורה דאס נישט בגדר מעריטעל רעיפּ.
כ'זעה נישט ווי רוב קומט דא אריין אדער זאל זיין א קובע.
ס'גענוג צו זאגן אז אונזער סיסטעם ערלויבט און איז גורם אז א געוויסע פראצענט (נישט קיין נפק"מ ווי סאך) זאלן אריבערגיין אן עקספריענס פון [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז.
מי אני האט געשריבן:בנוסף לזה האט מיין ווייב מיר מעורר געווען נאכ'ן דאס ליינען אז אויב רעכענט מען דאס ווי "רעיפּ" קען עס אויך פונקט אזוי באטראכטן ווערן ווי א רעווערס רעיפּ - דער חתן איז פונקט אזוי מוכרח דערצו דורך (זיין עסאָמפּשען אויף/איבער) איר די כלה.
100%
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:39 pm
דורך בת קול
תוהו ובוהו האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:

זייער גוט צונומען.
און נאר צוצולייגן אז רוב טערעפיסטן וואס ארבייטן מיט אזעלכע פעלער קוקן עס יא אן ווי רעיפ און ארבייטן דעראויף accordingly.
דאס מיינט נישט אז דער מאן איז א רעיפיסט. ער איז פונקט אזוי א וויקטים.
עס איז אנדערש ווי רעיפ וואס איז אן assault אבער ביידע ווערן גערעכנט ווי רעיפ אין די סייקעלאדשיקעל וועלט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:53 pm
דורך מי אני
בת קול האט געשריבן:וויאזוי איז דאס נישט רעיפ, ווען זיי ווייסן נישט פון קאנסענט, רעיפ אדער אז מען מעג בכלל זאגן ניין?
די גאנצע וועזן אירע שרייט ניין, נאר זי ווייסט זי מעג עס נישט ארויסזאגן, די עקספיריענס איז רעיפ, א גוטע **** עד אדער נישט.
(און צו גוט קען עס נישט זיין אויב מען האט קיינמאל געלערנט איבער קאנסענט.)
צו זאגן אז ״עס הייסט נישט קאָנסענט״ ווייל זי ווייסט נישט צו זאגן ״ניין״ איז א לומדות דאס צו מאכן ״רעיפּ״ ווען למעשה איז זי מרוצה דערצו און דאס וויל זי למעשה. ווי געזאגט איז עס עכ״כ אז אויב דער חתן וועט זאגן ״ניין״ וועט זי זיך לכאורה פיהלן באקריוודעט. עס דארף אויך אָננעמען, כדי דאס צו באצייכענען אלס ״רעיפּ״, אז זי ״וואלט ווען״ געזאגט ״ניין״. א שווערע ארגומענט און די בּוּרדען אָוו פּרוּף איז אויף דעם וואס באשולדיגט דאס אלס ״רעיפּ״. און דאס איז שוין אויך אויב נעמט מען אָן אז זי ווייסט טאקע נישט אז זי קען זאגן ״ניין״. ווי מ׳זעהט שפעטער זאגסטו דאך אז זי זאגט ״ניין״ ווען עס טוהט איר וויי.
און סתם אזוי לפי דעם דארף דאך אויסצוקומען אז זייער חיי המין צוזאמען איז כסדר מעריטעל רעיפּ. א שווערע ארגומענט. חוץ טאמער זאגט מען אז נאר בליל החתונה האלטן זיי אז זיי קענען נישט זאגן ״ניין״. אויך א שווערע ארגומענט.
בת קול האט געשריבן:וויפיל פעלער זענען דא פון כלות וואס האבן יא געשריגן "הער אויף, עס טוהט וויי" און די פרישע חתן ווייסט נישט פון קיין מעשיות, נאר אז זיין מדריך האט אים געזאגט ער זאל איר נישט פאלגן?
הא׳מיר גערעדט אז אונז רעדן נישט ווען עס איז בפירוש קעגן הלכה. און א מדריך וואס לערענט אזוי אויס דארף מען מעביר זיין פון א הלכה׳דיגן שטאנדפונקט. און איז דאס טאקע א רוב?
איך האב געהאט א שטארק פרומען מדריך און ער האט פשוט געזאגט אז מ׳דארף זיך גרייטן אז עס טוהט איר וויי און צוגיין דערצו מיט שכל מיט׳ן איר מרצה זיין. דאס איז ווי אזוי עס גייט צו ביי יעדן; גוים און אידן צוגלייך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:04 pm
דורך מי אני
תוהו ובוהו האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:אחרי עיון שוב קען מען טענה׳ן אז אפילו טאמער איז יא דא טראמא קען מען נאך אלס לכאורה נישט רופן און קלאסיפיצירן ליל החתונה ביי חרדים אלס ״רעיפּ״. דאס איז מכח ווייל ביי רובא דרובא דרובא איז:
1). קיין מעלעוואָלענט אינטענט מצד דעם חתן דעם ״רעיפּיסט״ לגמרי נישט דא. פארקערט גאר - ער קען גאר זיין א רחמנות אויך
אפילו קענסט אים נישט רופן א רעיפיסט קען זי נאך אלס ווערן גערעיפט, פונקט ווי א מאן וואס צומאל הייבט נישט אן צו פארשטיין אז ער בא'עוול'ט א פרוי איז זי נאך אלס גערעיפט געווארן.
מי אני האט געשריבן:2). פון איר זייט דא קאָנסענט. טאקע מכח אינדאַקרינעישאן ואפילו בטעות אבער פארט קאָנסענט (מ׳רעדט דאך ווען ס׳איז נישטא קיין הלכה׳דיגע פראבלעם: זי זאגט נישט ״ניין״ וכדומה).
רעיפ איז אפשר א גרויס ווארט לשבר את האוזן.
אבער איך וואלט עס פארגליכן צום קאנסענט וואס איז פארהאן אין א **** קאלט, מ'פראגמירט אריין פון אלס קליין קינד אז מ'דארף טוהן וואס מ'הייסט און וואס יעדער טוט, און צוויי וואכן פאר די חתונה לערנט מען אויס אז דאס דארף מען יעצט טון, א ניין פאלט זיי ניטאמאל ביי.
מי אני האט געשריבן:עכ״פ פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז דאס לכאורה זיכער בגדר ״קאָנסענט״
ווי קומט אריין לעגאל?!
מי אני האט געשריבן:נו, אין אזא פאל איז דאך דאס ניתן צו עמפּיריש אויפווייזן. והיינו, אויב זענען רוב כלות אין אונזער געמיינדע נישט טראמאטיזירט נאכדעם איז דאן לכאורה דאס נישט בגדר מעריטעל רעיפּ.
כ'זעה נישט ווי רוב קומט דא אריין אדער זאל זיין א קובע.
ס'גענוג צו זאגן אז אונזער סיסטעם ערלויבט און איז גורם אז א געוויסע פראצענט (נישט קיין נפק"מ ווי סאך) זאלן אריבערגיין אן עקספריענס פון [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז.
מי אני האט געשריבן:בנוסף לזה האט מיין ווייב מיר מעורר געווען נאכ'ן דאס ליינען אז אויב רעכענט מען דאס ווי "רעיפּ" קען עס אויך פונקט אזוי באטראכטן ווערן ווי א רעווערס רעיפּ - דער חתן איז פונקט אזוי מוכרח דערצו דורך (זיין עסאָמפּשען אויף/איבער) איר די כלה.
100%
איך האב צאמגעשטעלט
ביידע תנאים וואס אויב זיי ביידע פעהלן קען עס בשו״א נישט ווערן גערופן ״רעיפּ״. און דאס איז וואס איך טענה: ״רעיפּ״ איז א געוואלדיגע שטארקע ווארט און words matter (ואפילו **** קאָלט איז לכאורה א פאלשע עקוויוועלענס וד״ל). און דעריבער קומט אריין א לעגאלע דעפיניציע צו מסביר זיין אז דא איז אויסדרוקליך נישטא קיין קרימינאלע אקט; מצד דעם יחיד זיכער נישט. א ״נישט קרימינאלע רעיפּ״ איז לכאורה א סתירה מיניה וביה.
די מערסטע וואס דו קענסט זאגן איז אז די געזעלשאפט איז נישט געזונט בנוגע איר געשלעכטליכע מהלך. וממילא קומט יא אריין רוב ורובא דרובא: מ׳וויל דאך טענה׳ן אז אט דאס איז די פועל יוצא פון די מהלך אין דעם פון די געזעלשאפט. אז ס׳איז מער א מועט שוואכט עס היפש אפ די טענה - די מהלך דערצו אין די סעקולארע וועלט קען מען אויך טענה׳ן איז גורם א פראצענט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] עביוּז (על הכלל כולו); די באקאנטע
רעיפּ קולטור. פארפירט מען אזוי קעגן דעם ווי קעגן דעם? אויב יא דארף דאס טאקע זיין אייניג פּראפּארציאנאל צו די פראצענטן.
עס איז א היפשע חילוק פון ארבעטן דערויף ״ווי כאילו״ א רעיפּ אלס די טראמא וואס איז דא דערין, ווי דאס קלאסיפיצירן אלס ״רעיפּ״. ופשוט היא לענ״ד.
לסיכום: ״רעיפּ״ איז א סארט סעקשועל עסאָלט, ופשוט היא לענ״ד אז דאס איז נישטא ביי דעם על הכלל כולו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 12:50 am
דורך בת קול
מי אני האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:וויאזוי איז דאס נישט רעיפ, ווען זיי ווייסן נישט פון קאנסענט, רעיפ אדער אז מען מעג בכלל זאגן ניין?
די גאנצע וועזן אירע שרייט ניין, נאר זי ווייסט זי מעג עס נישט ארויסזאגן, די עקספיריענס איז רעיפ, א גוטע **** עד אדער נישט.
(און צו גוט קען עס נישט זיין אויב מען האט קיינמאל געלערנט איבער קאנסענט.)
צו זאגן אז ״עס הייסט נישט קאָנסענט״ ווייל זי ווייסט נישט צו זאגן ״ניין״ איז א לומדות דאס צו מאכן ״רעיפּ״ ווען למעשה איז זי מרוצה דערצו און דאס וויל זי למעשה. ווי געזאגט איז עס עכ״כ אז אויב דער חתן וועט זאגן ״ניין״ וועט זי זיך לכאורה פיהלן באקריוודעט. עס דארף אויך אָננעמען, כדי דאס צו באצייכענען אלס ״רעיפּ״, אז זי ״וואלט ווען״ געזאגט ״ניין״. א שווערע ארגומענט און די בּוּרדען אָוו פּרוּף איז אויף דעם וואס באשולדיגט דאס אלס ״רעיפּ״. און דאס איז שוין אויך אויב נעמט מען אָן אז זי ווייסט טאקע נישט אז זי קען זאגן ״ניין״. ווי מ׳זעהט שפעטער זאגסטו דאך אז זי זאגט ״ניין״ ווען עס טוהט איר וויי.
און סתם אזוי לפי דעם דארף דאך אויסצוקומען אז זייער חיי המין צוזאמען איז כסדר מעריטעל רעיפּ. א שווערע ארגומענט. חוץ טאמער זאגט מען אז נאר בליל החתונה האלטן זיי אז זיי קענען נישט זאגן ״ניין״. אויך א שווערע ארגומענט.
בת קול האט געשריבן:וויפיל פעלער זענען דא פון כלות וואס האבן יא געשריגן "הער אויף, עס טוהט וויי" און די פרישע חתן ווייסט נישט פון קיין מעשיות, נאר אז זיין מדריך האט אים געזאגט ער זאל איר נישט פאלגן?
הא׳מיר גערעדט אז אונז רעדן נישט ווען עס איז בפירוש קעגן הלכה. און א מדריך וואס לערענט אזוי אויס דארף מען מעביר זיין פון א הלכה׳דיגן שטאנדפונקט. און איז דאס טאקע א רוב?
איך האב געהאט א שטארק פרומען מדריך און ער האט פשוט געזאגט אז מ׳דארף זיך גרייטן אז עס טוהט איר וויי און צוגיין דערצו מיט שכל מיט׳ן איר מרצה זיין. דאס איז ווי אזוי עס גייט צו ביי יעדן; גוים און אידן צוגלייך.
אויב וויל זי נישט סיי וועלכע אנדערע נאכט און מיינט זי האט נישט די רעכט צו זאגן ניין- איז עס פונקט אזוי מעריטאל רעיפ די אנדערע נעכט.
איך האב נאר ארויף געברענגט די ליל החתונה, ווייל מען רעדט דא פון די ליל החתונה.
די פראבלעם מיט וואס דער מדריך לערנט איז אז ער דערציילט נאר איבער ניצן די שכל א.ד.ג. און ער דערציילט נישט אז אויב זאגט זי ניין איז ניין.
No ifs buts or ands.