בלאט 3 פון 3
Re: "בבליפא", נייע דאבעל אלבום פון ליפא שמעלצער
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 2:23 pm
דורך כרם זית
אויף די ניגון ''אביי ורבא'' האט דער פייטן מייסד געווען ''די אכט הונדרעט יאר גמרא וואס מ'האט דארט אין ישיבה שטודירט, ...מחלוקת אמוראים וואס מ'האט דארט געפירט''.
יעדע מאל וואס איך הער די ניגון קומט ארויף אין מיין קאפ אז עס וואלט געווען בעסער צו חורז זיין ''מחלוקת אמוראים וואס מ'האט דארט 'דעבאטירט'''. עס שטימט בעסער מיט די קאנטעסט 'שטודירט'.
קען זיין אז דער פייטן האט געהאלטן אז עס צו מגושם צו שרייבן סיי שטודירט און סיי דעבאטירט.
נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 2:38 pm
דורך טאמבל סאס
גראדע פרצופיהן איז אויך א שיינע ניגון האלט איך. ספעציעל די אינטרו און די צווייטע פראזע - כשם שפרצופיהן אינן שוות. חוץ די פּלאַפּקארייען וואס ווערט ערגער צום סוף פון די ניגון.. אה, און כ'האב יעצט באמערקט סובטייטלס אויף ספוטיפיי - וויטש איז ווערי קול!
נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 2:09 pm
דורך שאלתיאל
צפור בודד האט געשריבן:וואס איך האב אויבן געשריבן איז מהיכי תיתי ועל טעם וריח...
זיין ניגון מקווה איז אבער גרויליג. איך פארשטיי אז קען זיין ער וויל נישט רעדן פון דער אביוז וואס גייט פאר אין מקוואות. נאר אנהייבן א ניגון מיט "איך מוז האבן א מקווה" וואס יעדער פארשטייט אז ס'מיינט אז יענער האט געהאט א "דזירק" אדער א נאסער חלום און מיט א מעשה'לע פון דער סקווערער רבי מאכט ברעכן. ליפא, לאדיך אפ פון מקווה און קדושה [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווען מ'אביזט קינדער לינקס און רעכטס און ס'אינטערעסירט קיינעם . אז דו ווילסט רעדן צו בחורימ'לעך פון א מקווה זאג זיי אז זיי זאלן זיך דערפון דערווייטערן ווי פון א נבלה. און אז דו קענסט נישט איז שווייג!
https://open.spotify.com/track/33QBp1cB ... 4b332b4137
איך מוז דיר זאגן אז די האסט מיר שיעור אנגעשטעקט מיטן 'גרויל'...
אבער סיריעסלי, איך 'באזוך' וועכענטליך אין מקווה שוין א קנאפע צוואנציג יאר בערך, איך האב מיך שוין גע'טובל'ט אין צענדליגע מקוואות אין א שיינע פאר לענדער, שטעט און בתי מדרשים און איך האב זיך קיינמאל נישט באגעגנט מיט די ''אביוזן קינדער רעכטס און לינקס''.
יעצט פאר דו הייבסט אויף א וויי געשריי לאמיר צוענדיגן. ס'קלאר אז ס'געשעט אזוינע מעשיות ווי פעדאפילס נוצן אויס דעם סיטואציע צו טון שמוץ און מען דארף זיך באנוצן מיט אלע מיטלען אויסצוראטן די עקלהאפטיגע חזירים.
אבער פון דארט ביז אראפלייגן כאילו דאס גיין אין מקווה איז גאר א 'שמוציגע זאך' עד כדי כך אז אפילו א ניגון איבער מקווה מאכט 'ברעכן' דאס איז -אנטשולדיגט מיר זייער- הוילע קינדערישע לאזונגען. ס'הייבט נישט אן מאכן סענס.
איך טראכט קען זיין דער רעדע איז דא פון א וויקטים פון אזא מעשה און דערפאר איז די גאנצע נושא סענסעטיוו און טראומאטיש, דאס מאכט שוין אביסל מער סענס, דאן וואלט איך שטארק רעקאמענדירט א פסיכאלאגישע באהאנדלונג, א שאד צו בלייבן 'ברעכן'..
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
כ׳פארשטיי נישט. דו ווילסט זיך ווייקן מיטן בלויזן לייב אויף א טעגליכן שטייגער, און ער דארף זיך גיין טעראפירן?
נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 2:24 pm
דורך שאלתיאל
יהורם האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:וואס איך האב אויבן געשריבן איז מהיכי תיתי ועל טעם וריח...
זיין ניגון מקווה איז אבער גרויליג. איך פארשטיי אז קען זיין ער וויל נישט רעדן פון דער אביוז וואס גייט פאר אין מקוואות. נאר אנהייבן א ניגון מיט "איך מוז האבן א מקווה" וואס יעדער פארשטייט אז ס'מיינט אז יענער האט געהאט א "דזירק" אדער א נאסער חלום און מיט א מעשה'לע פון דער סקווערער רבי מאכט ברעכן. ליפא, לאדיך אפ פון מקווה און קדושה [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווען מ'אביזט קינדער לינקס און רעכטס און ס'אינטערעסירט קיינעם . אז דו ווילסט רעדן צו בחורימ'לעך פון א מקווה זאג זיי אז זיי זאלן זיך דערפון דערווייטערן ווי פון א נבלה. און אז דו קענסט נישט איז שווייג!
https://open.spotify.com/track/33QBp1cB ... 4b332b4137
איך מוז דיר זאגן אז די האסט מיר שיעור אנגעשטעקט מיטן 'גרויל'...
אבער סיריעסלי, איך 'באזוך' וועכענטליך אין מקווה שוין א קנאפע צוואנציג יאר בערך, איך האב מיך שוין געטובל'ט אין צענדליגע מקוואות אין א שיינע פאר לענדער, שטעט און בתי מדרשים און איך האב זיך קיינמאל נישט באגעגנט מיט די ''אביוזן קינדער רעכטס און לינקס''.
יעצט פאר די הייבסט אויף א וויי געשריי לאמיר צוענדיגן. ס'קלאר אז ס'געשעט אזוינע מעשיות ווי פעדאפילס נוצן אויס דעם סיטואציע צו טון שמוץ און מען דארף זיך באנוצן מיט אלע מיטלען אויסצוראטן די עקלהאפטיגע חזירים.
אבער פון דארט ביז אראפלייגן כאילו דאס גיין אין מקווה איז גאר א 'שמוציגע זאך' עד כדאי כך אז אפילו א ניגון איבער מקווה מאכט 'ברעכן' דאס איז -אנטשולדיגט מיר זייער- הוילע קינדערישע לאזונגען. ס'הייבט נישט אן מאכן סענס.
איך טראכט קען זיין דער רעדע איז דא פון א וויקטים פון אזא מעשה און דערפאר איז די גאנצע נושא סענסעטיוו און טראומאטיש, דאס מאכט שוין אביסל מער סענס, דאן וואלט איך שטאארק רעקאמענדירט א פסיכאלאגישע באהאנדלונג, אשאד צו בלייבן 'ברעכן'..
כ׳פארשטיי נישט. דו ווילסט זיך ווייקן מיטן בלויזן לייב אויף א טעגליכן שטייגער, און ער דארף זיך גיין טעראפירן?
קיינער
דארף גארנישט. פרידאם פאר עווריאן. אבער אויב ער 'איבלט' זיך פון הערן א ניגון איבער די 'שמוציגע' זאך וואס הייסט זיך טובל'ן אין מקווה אדער וואטעווער די רופסט עס דעמאלט
רעקאמענדיר איך אים מיט גרויס רחמנות זיך גיין באהאנדלען.
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2022 11:34 pm
דורך קאצקע ציקער
Wow
ליפא שמעלצער עפענט זיך אויף זיין הארץ וואס ער איז אריבער אין זיין לעבן זייער שטארק!
https://youtu.be/2Fz2v9f07Ks
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2022 6:28 pm
דורך שאלתיאל
!Amazing ליפא אינספייערט מיך יעדער מאל פון פריש. לאנגנער איז זייער גוט, אגב ער פלעגט אנפירן מיט די Meaningfull peaple podcast צוזאמען מיט נוחי גארדאן און ער האט עס אפגעלאזט אינטערסאנט פארוואס.
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2022 6:31 pm
דורך קאצקע ציקער
שאלתיאל האט געשריבן:!Amazing ליפא אינספייערט מיך יעדער מאל פון פריש. לאנגנער איז אויך זייער גוט, אגב ער פלעגט אנפירן מיט די Meaningfull peaple podcast צוזאמען מיט נוחי גארדאן און ער האט עס אפגעלאזט אינטערסאנט פארוואס.
I guess ער האט צופיל גערעדט און נישט געלאזט זיין קרבן זיך ארויסברענגען האט עים נחי פארשיקט...
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2022 9:45 pm
דורך באהעלפער
ס'אמת אז ביי זיין יונגסטער זונס בר מצוה קומט א סורפרייז?
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2022 1:35 pm
דורך טאמבל סאס
קאצקע ציקער האט געשריבן:Wow
ליפא שמעלצער עפענט זיך אויף זיין הארץ וואס ער איז אריבער אין זיין לעבן זייער שטארק!
https://youtu.be/2Fz2v9f07Ks
כ'האב נישט געהערט די גאנצע אבער דער פרעזענטער הערט זיך אביסל פלאטשיג (עמיצער וואס צאלט צו טוהן דער ארבעט). ער פרובירט צו איבערפרעגן ליפא וואס האט אים געפירט צו מאכן דער "שטות" און וואס האט אים געפירט "תשובה" צוטוהן וכו'. איך מיין אבער אז ליפא דרייט זיך קונצליך ארויס און איך באקום דער אימפרעשאן פון ליפא אז ער איז אויסן דא צופארציילן איבער א סארט עקזיסטירנדע קאנספיראציע פון א כנופיה גבירים (מסתמא די זעלבע וואס האבן אים געטשעפעט אין חדר) וואס באיקאטירן אים ווען ער גייט ווי כאילו אט"ד און הייבן אים צוריק אויף ווען ער סטאַפט גיין אין קאלירטע בגדים.
נאר צוליב וואס ער איז אן איש ציבור און גיבט די אינגווארג א שלעכטע עקזעמפל.
ס'איז א בושה, ווייל איך האב געמיינט אז ס'איז כאטש יא דא אפאר ארטיסטס ביי אונז וואס קענען זיך אויסהאלטן אליינס, אהנע דזשודזשמענט.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 12:04 am
דורך מרדכי מרדכי
דאס איז פון די בר מצווה פון היינט נאכט
איך האף אז עס קומט ארויס פארן פאבליק
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 1:18 am
דורך טאמבל סאס
א ווארט וואס זיי דארפן צו זאגן יעדן אינדערפרי ספעלן זיי נישט גוט.. מיי גאד! ומחכמתך זאגט מען..
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 10:24 am
דורך צקון לחש
טאמבל סאס האט געשריבן:א ווארט וואס זיי דארפן צו זאגן יעדן אינדערפרי ספעלן זיי נישט גוט.. מיי גאד! ומחכמתך זאגט מען..
דערמאנט פון "בני מלאכים הם", pluralism (כאטש דא איז עס טאקע סתם א טעות... לכאורה).
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 10:27 am
דורך צקון לחש
.
נשלח: מאנטאג יוני 06, 2022 10:44 pm
דורך שמן למאור
די מוזיק ווידיא אויף אביי ורבא איז נארוואס ארויס לאויר העולם
https://youtu.be/H8VoPv4FDeM