בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:40 am
דורך יואליש
זיכער קען מען אלעמאל וויסן. מ'ברויך קוקן סטאטיסטיש, פרעצענטועל. וואס איך זאג איז אז מ'קען געבן אן אויבנאויף פארפירערישע נומבער.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 1:52 am
דורך עובדיה
יואליש האט געשריבן:
עובדיה האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:קיין איינס פון מיינע טשארטס צייגן טויט פעלער ביי יארגאנג. צווייטנס די קשיא איז געווען איבער א נומבער, נישט קיין פראצענטן. דריטענס, אמיקראן איז פיל מער קאנטעזשאס, ממילא פיל מער מענטשן ווערן אנגעשטעקט אין קאמפעריסאן צו פריערדיגע כוואליעס.

בילד

דא ווערט צוטיילט די צאל קאוויד טויט פעלער לויט די יארגאנג פון די באפעלקערונג, און ס'קומט אויס אז 75 פראצענט פון די טויטע זענען געווען ביי +65.

די קשיא איז געווען פארוואס מ'זעהט נישט אז די טעגליכע טויט צאל זאל שטארק אראפגיין, נאכדעם וואס רוב פון די באפעלקרונג און רובא דרובא פון די עלטערע באפעלקרונג וואס ליידן די מערסטע זענען שוין וואקסינירט, וואס דאס ברענגט אראפ די טשאנסן פון שטארבן מיט 13 מאל לויט די נומערן וואס [tag]העניך[/tag] האט דא געברענגט.


ביסט גערעכט איבער די טשארט. אבער ס'איז cumulative. ס'צייגט נישט פון ווען די טויט ראטע איז. א בעסערע פראגע וואלט אויב מ' קען זעהן א ברעקדאון פון לעצטענס.

איך וואלט געזאגט פארקערט, ווייל אז די קוקסט אויף יעצט קען זיין אז זיי מאכן נישט אויס אזא גרויסע פראצענט פון די טויטע, פשוט ווייל למעשה זענען אסאך א גרעסערע חלק פון זיי וואקסינירט, אבער אז די האסט די ארגינעלע נומבער וויפיהל זיי מאכן אויס אהן די וואקסינען קענסטו זעהן וויפיהל די וואקסינען טוען אויף.

יואליש האט געשריבן:אפי' דאן איז נישט אזוי גרויסע קשיא. אויב לאמיר זאגן אז אלע דריי הונדערט טויזענט טויטע אין לעצטע חדשים זענען פון העכער ניינציג, כל זמן ס' איז פארהאן 300k אומוואקסינירטע אין די עידזש גרופע, אפי' דאס איז די לעצטע עטליכע פראצענט, איז נישט קיין קשיא. כ'גיב אן עקסטרעמע משל צו מאכן די פאונט.

די קשיא איז גאר שטארק, אויב אין די חדשים פארדעם זענען אויך געווען דריי הונדערט טויזענט טויטע פון א באפעלקערונג וואס איז בכלל נישט געווען וואקסינירט, פארוואס איז ווייטער דא די זעלבע צאל טויטע פון אסאך א קלענערע צאל אומוואקסינירטע.

יואליש האט געשריבן:לגבי די לינק וואס דו פאוסט מיט א סטאטיסטיק פון קאנאדא. קודם העניך איז גערעכט. ס'איז א וועבסייט וואס פארשפרייט שקרים. כ'זעה אז זיי באקלאגן זיך אז "ביג טעק" ווי פעיפאל לאזט נישט דורך זייער טראנזאקציעס.

כ'גיי נישט שפענדן צייט אויף איינער וואס איז בחזקת שקרן. אבער אלס חומר למחשבה איז כדי צו האלטן אין קאפ אז ווען א לאנד גרייכט גאר הויכע ציפערן מיט וואקסינאציע איז צום ערווארטן אז די נומבער פון טויטע זאל זיין מער צווישן די וואקסינירטע. און שקרנים נוצן דאס אויס פאר זייער פראפאגאנדע. מ'האט דאס געזעהן אין ישראל לעצטע יאר און שפעטער אין ענגלאנד. און דאס איז פשוט נומבערס. מיר ווייסן אז וואקסינען קענען נישט גאראטירן הונדערט פראצענט לעבן. איז משל דיך אויס אן עקסטרעמע משל. הונדערט פראצענט בירגער זענען וואקסינירטע, וויפיל פראצענט טויטע וועלן זיין פון די וואקסינירטע לאגער? 100%. וויפיל פראצענט טויטע פון די אומוואקסינירטע לאגער? 0%. איז עס שאכמאט פייזער? זיכער נישט.

יעצט משל דיך אויס אז איין פראווינץ אין קאנאדא איז 100 פראצענט וואקסינירטע. אלע אנדערע פראווינצן זענען 0% וואקסינירט. יעצט אין די ערשטע וואך פון נאוועמבער, אמיקראן רוקט זיך אן אין די וואקסינירטע פראווינץ און א וואך שפעטער אין די אומוואקסינירטע פראווינץ. וואס וועט זיין די סטאטיסטיק פאר די ערשטע וואך פון נאוועמבער?

אזוי קען מען זיך ארומשפילן. ממילא איז עס א fool's errand זיך מפלפל צו זיין איבער א סטאטיסטיק אויסגעדריקט דורך א מוחזק שקרן.

נאכאמאל איך ווייס טאקע נישט ווי קראנט זיי זענען, אבער זיי ברענגען טשארטס וואס ווייזן אז א ס'שטארבן א גרעסערע פראצענט פון די וואקסינירטע ווי פון די אומוואקסינירטע, דאס הייסט אז די וואקסינירטע מאכן אויס 70 פערצענט פון די טויטע, אינדערצייט וואס נאר 60 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען וואקסינירט. יעצט צו זאגן אז אמיקראן איז פונקט אנגעפאלן אויף א געגענט וואס האט אסאך א גרעסערע פראצענט וואקסינירטע איז נישט מסתבר, און איך גלייב נישט אז ס'איז בכלל דא געגענטער וואס האבן צופיהל מער ווי 60 פראצענט וואקסינירטע.

וואס ס'קען זיין איז אז וויבאלד ביי די עלטערע זענען דא אסאך מער וואקסינירטע און זיי זענען סתם אזוי א גרעסערע ריסק ממילא זענען דא ביי זיי מער טויטע, אבער דאס וועט פארשטייט זיך נישט שטימען מיט די אנגענימענע מיינונג אז די וואקסינין זענען אזוי שטארק אפעקטיוו.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 9:43 am
דורך יואליש
אויף דיין צווייטע קשיא, וועלכע באציט זיך צו די תמיה ווי קען זיין אז 300k שטארבן, לו יצוייר אז דאס קומט פון די עלטערע קאהארט מיט א קליינע פראצענט אומוואקסינירט, אויבנאויף וואלט איך געפרעגט איז נישט די פאקט אז מ'רעדט פון א פרישע וואריענט מ'קען נישט מדמה זיין עפלעך צו עפלעך. דאס איז כו"ע מודה אז ס'איז פיל מער קאנטעזשיעס און אז די אריגענעל וואקסין דעזאנט פאר אלפא איז פיל ווייניגער עפאקטיוו קעגן אינפאקציע פון אמיקראן. מיר רעדן פון צוויי באזונדערע עפאכעס.

(ס'איז אן אינטערעסאנטער עקסערסייז אין קריטיקעל טינקינק צו צונעמען ווי די לאך ליגט אין א דאטא סעט צוזמאגעשטעלט דורך א פרינדזש אוטלעט אויסן צו פארשפרייטן אנטי וואקסין מיסאינפארמאציע. ס'פארדערט אבער צייט. אפשר וועל מיר דאס אונטערנעמען און אפשר נישט. אויב איך טוה דאס איז עס נישט ווייל כ'נעם ערענסט וואס זיי זאגן - הגם א שקרן קען פון מאל צו מאן זיך אנשטאלפערן אין אן אמת אויך - נאר פשוט ווייל ס'איז א טשאלענדזש וואס מ'ברויך אמאל נעמען בין יום ללילה צו האלטן די מוח פריש.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 9:49 am
דורך יואליש
צוריק צום שמעוס פון וואס הרג'עט אונזער ציבור. די נייע ריזן שטודיע וואס איז נעכטן ארויסגעקומען, אן אנאליז אויף 11 מיליאן וועטעראנען הילעכט נאך אפ און מאכט עס כמעט אומעגליך צו אוועקמאכן די קלעים אז מענטשן אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל און מאנסי שטארבן נאך יעצט אלעס א רעזולטאט פון זייער קאוויד אינפעקציע פון א יאר אדער צוויי יאר צוריק:

The results are “stunning … worse than I expected, for sure,” says Eric Topol, a cardiologist at Scripps Research. “All of these are very serious disorders. … If anybody ever thought that COVID was like the flu this should be one of the most powerful data sets to point out it’s not.” He adds that the new study “may be the most impressive Long Covid paper we have seen to date.”


https://www.science.org/content/article ... r-recovery

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:04 pm
דורך עובדיה
יואליש האט געשריבן:אויף דיין צווייטע קשיא, וועלכע באציט זיך צו די תמיה ווי קען זיין אז 300k שטארבן, לו יצוייר אז דאס קומט פון די עלטערע קאהארט מיט א קליינע פראצענט אומוואקסינירט, אויבנאויף וואלט איך געפרעגט איז נישט די פאקט אז מ'רעדט פון א פרישע וואריענט מ'קען נישט מדמה זיין עפלעך צו עפלעך. דאס איז כו"ע מודה אז ס'איז פיל מער קאנטעזשיעס און אז די אריגענעל וואקסין דעזאנט פאר אלפא איז פיל ווייניגער עפאקטיוו קעגן אינפאקציע פון אמיקראן. מיר רעדן פון צוויי באזונדערע עפאכעס.

(ס'איז אן אינטערעסאנטער עקסערסייז אין קריטיקעל טינקינק צו צונעמען ווי די לאך ליגט אין א דאטא סעט צוזמאגעשטעלט דורך א פרינדזש אוטלעט אויסן צו פארשפרייטן אנטי וואקסין מיסאינפארמאציע. ס'פארדערט אבער צייט. אפשר וועל מיר דאס אונטערנעמען און אפשר נישט. אויב איך טוה דאס איז עס נישט ווייל כ'נעם ערענסט וואס זיי זאגן - הגם א שקרן קען פון מאל צו מאן זיך אנשטאלפערן אין אן אמת אויך - נאר פשוט ווייל ס'איז א טשאלענדזש וואס מ'ברויך אמאל נעמען בין יום ללילה צו האלטן די מוח פריש.

איך האב שוין געשריבן וועגן דעם דא, לאמיך עס מער מסביר זיין, אז מ'נעמט די עלטערע באפעלקרונג וואס האט אויסגעמאכט 75 פראצענט פון די טויטע, און יעצט זענען 90 פראצענט פון זיי וואקסינירט, מיינט דאס אז בערך 67.5 פראצענט פון וויפיהל טויטע ס'וואלט ווען געדארפט זיין זענען יעצט וואקסינירט, און אויב די וואקסין ארבעט טאקע אויף אזא שטארקען פארנעם וואלט דאס געדארפט פארמינערן די טעגליכע טויט צאל מיט כאטש 50 פראצענט, (און נאכמער ווייל א גרויס חלק פון די אינגערע עולם וואס האבן אויסגעמאכט די איבריגע 25 פראצענט זענען אויך וואקסינירט). ביזדערווייל איז עס ממש בכלל נישט געפאלן, לויט דעם קומט אויס אז די נייע וועריענטס זענען כאטש 2 מאל אזוי שעדליך ווי די ארגעניעלע וויירוס, וואס דאס קען זיין אבער איז אודאי א גרויסע חידוש אז פונקט נאכן ענדיגן וואקסינירן רוב באפעלקרונג האט זיך דער ווירוס פארשטארקעט אויף אזא פארנעם אז מ'זאל בכלל נישט דערקענען א חילוק אז רוב עולם איז שוין וואקסינירט, נאכאמאל ס'קען זיין ס'איז טאקע אזוי אבער ס'איז נאכאלס אינטערסאנט עס ארויסצוברענגען.

(נ.ב. דאס וואס איך פרעג האט גארנישט מיטן מפוקפק'דיגן לינק פון די דאטע פון קאנאדע וואס איך געברענגט אויבן, דאס אלעס איז פון דאטע וואס יעדער האט).

Re: וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 9:53 am
דורך אונטער חכם
יואליש האט געשריבן:אויף דיין צווייטע קשיא, וועלכע באציט זיך צו די תמיה ווי קען זיין אז 300k שטארבן, לו יצוייר אז דאס קומט פון די עלטערע קאהארט מיט א קליינע פראצענט אומוואקסינירט, אויבנאויף וואלט איך געפרעגט איז נישט די פאקט אז מ'רעדט פון א פרישע וואריענט מ'קען נישט מדמה זיין עפלעך צו עפלעך. דאס איז כו"ע מודה אז ס'איז פיל מער קאנטעזשיעס און אז די אריגענעל וואקסין דעזאנט פאר אלפא איז פיל ווייניגער עפאקטיוו קעגן אינפאקציע פון אמיקראן. מיר רעדן פון צוויי באזונדערע עפאכעס.

(ס'איז אן אינטערעסאנטער עקסערסייז אין קריטיקעל טינקינק צו צונעמען ווי די לאך ליגט אין א דאטא סעט צוזמאגעשטעלט דורך א פרינדזש אוטלעט אויסן צו פארשפרייטן אנטי וואקסין מיסאינפארמאציע. ס'פארדערט אבער צייט. אפשר וועל מיר דאס אונטערנעמען און אפשר נישט. אויב איך טוה דאס איז עס נישט ווייל כ'נעם ערענסט וואס זיי זאגן - הגם א שקרן קען פון מאל צו מאן זיך אנשטאלפערן אין אן אמת אויך - נאר פשוט ווייל ס'איז א טשאלענדזש וואס מ'ברויך אמאל נעמען בין יום ללילה צו האלטן די מוח פריש.
ביי דעם פאל פעלט נישט אויס קיין קריטיקעל טינקינג, עס איז א פשוט'ע ליגנט, די עכטע וואקסינעישאן ראטע אין קאנאדע איז איבער אכציג פראצענט, און ביי עלטערע מענטשן איז עס איבער ניינציג פראצענט.
https://health-infobase.canada.ca/covid ... -coverage/

Screenshot_20220213-093232.jpg



דאס איז אבער יא אמת אז די גאווערמענט טשארט וואס זיי ברענגען איז היבש מיסליעדינג, ווייל עס הייבט אן רעכענען פון דעצעמבער ווען 99% קאנאדער זענען נאכנישט געווען וואקסינירט, אבער די גאווערמענט דארט געט אויך ארויס אן עדזשאסטעד נאמבער וואס ווייזט נאכאלץ אז וואקסינירטע זענען 80% ווייניגער לייקלי צו שטארבן פון קאוויד, טאקע היבש שוואכער ווי סי די סי נאמבערס אבער נאכאלץ זייער שטארק.

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 3:55 pm
דורך פרייוויליג
קורקלענד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:קאוויד מאכט נאך ליידער חורבנות, אבער וואקסינען העלפן ב"ה.

פון אקטאבער ביז נאוועמבער זענען יעדע וואך געשטארבן פון קאוויד:
78 פון יעדע מיליאן אומוואקסינירטע;
6 פון יעדע מיליאן וואקסינירטע;
1 פון יעדע מיליאן מיט בוסטערס.

פון וואו זענען דו נומערן? כ׳וואלט עס זייער געוואלט נוצן אין א וויכוח כ׳ערווארט שפעטער היינט ביי א וואכנאכט 8-)

https://twitter.com/Yascha_Mounk/status ... 9969758214

פון וואנעט נעמט יענער די דאזיגע ציפערן?


ס'דא פאר יעדעם מוציא'ס. די נומערס איז נאר פאר מענטשן וואס ווילן דאס גלייבן. עס מאכט זיכער היבש לייכטער אויפן געוויסן פאר די וואקסינירטע.

טיף אריין ביים ענדע פון די קומענדע סענטרי וועט מען זיך נאך טענהען אויב די וואקסין איז עפל דזשאס, א פּלאסיבא עפעקט, א פראטעטייפ אויף די מענטשהייט, אדער א ישועה מן השמים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 8:28 pm
דורך יין שרף
או יש לומר איפכא, אז יעדע טויטפאל איז דאך אטאמאטיש געווען דו טו קאוויד, נישט קיין חילוק אויב מען איז געשטארבן פון א עקסידענט אדער הארץ אטאקע. ממילא איינס די טויט ציפערן איז נידריגער געווארן, אטאמאטיש פאלן די קאוויד נומערן...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 03, 2022 10:29 pm
דורך תנחום
די מלאך המוות איז יעצט פארנומען אין אוקריינע.

מלאך המוות מה לי הכא מה לי התם שוין איינמאל...

נשלח: פרייטאג מערץ 04, 2022 8:43 am
דורך הקטן
העניך האט געשריבן:א פלא'דיגע זאך אז אין די לעצטע וואכן זייט די אלגעמיינע קאוויד ציפערן אין לאנד האבן זיך שטארק גענידערט, האבן די נפטרים בלעטער פון די היימישע צייטונגען אויך אנגעפאנגען ווערן היבש שיטערער.

אויב זאל דאס זיין דער פאקט דאן
זעט אויס ס'האט נישט גארנישט איינגעלייגט מיט מאסקס\טעסטס און אימיאזעשען - וואס אינזער ציבור האט נישט גענימען ערענסט נישט אמאל און נישט היינט



תנחום איז מיר גראדע יא געפאלן נאך וואס איך האב פארשטאנען וואס ליגט אינטער זיין דשאק איך בין נישט זיכער ער האט צי דעם מכוון געווען
און יין שרף האט אויך געענפערט צי דער זאך

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 10:00 am
דורך יָדוֹרָש
מענטשן פאלן ווי פליגן. אין די לעצטע פאר טעג זענען אוועק א צאל אינגע מענטשן פון צװישן אונז. וואס גייט דא פאר און וואס קען מען טון דערצו?

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 11:10 am
דורך [NAMELESS]
מען קען גארנישט טון דערצו. ס׳מערסטע איז א וואקסין און א תפילה צו גאט.

Re: וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 11:01 pm
דורך אונטער חכם
העניך האט געשריבן:א פלא'דיגע זאך אז אין די לעצטע וואכן זייט די אלגעמיינע קאוויד ציפערן אין לאנד האבן זיך שטארק גענידערט, האבן די נפטרים בלעטער פון די היימישע צייטונגען אויך אנגעפאנגען ווערן היבש שיטערער.
האלטסט נאך חשבון אויף די נאמבערס אין די איד יעדע וואך?

איך מיין עס איז שוין צייט פאר אן אפדעיט מיט די פונקטליכע נאמבערס די לעצטע איינס אהאלב יאר.

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 6:10 am
דורך היסטאריע
יהורם האט געשריבן:מען קען גארנישט טון דערצו. ס׳מערסטע איז א וואקסין און א תפילה צו גאט.


און די מאסקעס נישט פארגעסן.

נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 2:41 pm
דורך יעקב מענטש
און די לעצטע חודש האבן א קנאפע 3 מנינים קינדער געבענטשטע משפחות פארלוירן איינע פון די עלטערן, ה"י