די ערשטע רעגירונגען זענען געווען זייער לינק, סוציאליסטיש און אנטי דת להכעיסניקעס, די איינציגסטע סיבה פארוואס בן גוריון האט געלאזט די רבנות אלץ בעל הבית אויף גיטין קידושין גירות וכדומה, איז ווייל מען האט איהם מייעץ געווען אז "ווארף זיי דאס זיי גייען ממילא באלד אונטער גיין" און ממילא לוינט זיך נישט צו טשעפען עיקרי הדת וואס קענען גורם זיין א מלחמה.moody האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 22, 2022 12:07 pm פאר די מדינה איז נתייסד געווארן איז געווען גוטע סיבות צו קלערען אז מ"י גייט זיין א פלאץ ווי ממשלה גייט רודפ'ן דת און פרומע אידן,
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז באופן כללי איז די חשש געווען לבטלה (און גאר פארקערט ואכ"מ),
אבער ביי סאטמאר'ע רב ואנשי בריתו איז איז די חשש, אפגעזעהן פונעם מציאות, פארבליבען לעבעדיג און שפרידילדיג,
ע"כ ווי עס מאכט זיך נאר עפעס א "גזירה" בשייכת מיט חרדים כאפט מען זיך ארויף דערויף ווייל "זעהט דאך קלאר" אז דעס וואס שרייט שוין 100 יאר איז קלאר אמת, דלא כהלינקע וכו'
לגבי מירון האבען זיי גראדע די ערשטע יאר געוואלט אוועקנעמען די חזקה פון באיאן און עס איבער געבען פאר די רב הראשי מטעם המדינה, עס איז נאך דא די דאקיומענטען פון דעמאלטס ווי באיאנער חסידים בעטען זיך און ווייזען אויף אז עס איז א חזקה משנים קדמוניות - געדרוקט און איינע פון די ספרי משכנות הרועים - באיאן ע"י רד"ב רבינוביץ
דאס רעפלעקטירט בכלל נישט מיין מיינונג לגבי ארץ ישראל איז לאמיר נישט פארדרייען מיינע ווערטער אדער די נושא