בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 3:31 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:ביטע....
#שמעקעדיג...
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 5:58 pm
דורך בן עיר
ווען מיין בעבי שמייכלט צו מיר, בפרט די ערשטע שמייכל
אנהייב ווען דאס קינד ווערט געבוירן פילט עס נאך פאר מיר אביסל פרעמד אבער איינמאל דאס קינד שמייכלט צוריק פיל איך א שטארקע קאנעקשאן
נשלח: זונטאג מערץ 27, 2022 9:26 pm
דורך פאר'ן דאווענען
ליינען א גוט שטיקל @ברוינשטיין אויף ק"ש
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: מאנטאג מערץ 28, 2022 3:38 am
דורך פאליטיקאנט
- אראפשיילן א בלעטל די צווי זייטן און איבערלאזן נאר א פערפעקט מיטן.
- קראצן די פיס ענדלאז מוצאי שבת.
- אונטערזינגען אין שאוער.
- די לעצטע פינף מינוט פון א 45 מינוטיגע התבודדות אין וואלד.
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 1:47 am
דורך pseudonym1
כ'האב היינט אריינגערוקט א באזיך צום באבען, און זי האט מיר געגעבן די ערשטע taste פון די פּסח cake וועלכע זי האט נארוואס געענדיגט באקן. אנקימענדיג אהיים, איז מיר איינגעפאלן א רשעותדיגע פּלאן. איך וואק אריין אין דיינינג ראם (וואס מהאט נארוואס פּסחדיג געמאכט) און איך פאנג אן צו עסן די cake פארנט פון מיין מאמע און שוועסטערס אויפן couch, מאכענדיג דערביי זיכער אז ווי מער ברעקלעך זאלן פאלן אויף די ערד. די קולות און צעקות פון זייער זייט, בשעת איך שטיי מיט א בלעכענעם פּנים ווי צו זאגן איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון מיר, האבן מיך געגעבן א נייעם באדייט צו דעים ווארט priceless.
(זארגסט ענק נישט, איך האב זיי נאך אפּאר סעקונדעס געזאגט אז עס איז פּסחדיג, און אפי' אויפגערייניגט די ברעקלעך, אבער זיי זענען געבליבן אויפגערעגט for some reason. גיי פארשטיי.)
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 8:03 pm
דורך ברוינשטיין
-דער גערויש פונעם גראָז שניידער פרייטאָג נאָכמיטאָג ביים אריינדרימלען.
-אייער לאָקשן
-שמעקן מיין פיאות נאָכן שאוער.
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 9:33 pm
דורך שמן למאור
אז מען האלט שוין אזוי ווייט אריין אונעם ספירה ציילן, אז מען דארף שוין נישט צירוקמישן דעם בלעטל פונעם קול יעקב סידור, צו זען וועליכע ספירות מען איז מתקן היינט
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 11:27 pm
דורך קהל'ס נער
זעהן ווי מעןפברובירט איינעם ציצישקן צי מערב דורכאויס ספירה, און יענער פרובירט נעבעך זיך ארויסצידרייען מיט תירוצים שונים ומשונים פארוואס ער קען נישט, אבי נישט מודה זיין אז ער קען נישט ציילן ספירה מיט א ברכה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 10:05 pm
דורך מתבודד
ארויסגיין פאר א ציגארעטלע צווייע ביינאכט נאך א שטילן וויכוח מיט'ן ווייב און ארויסהערן ווי מיין גוי’שען שכן הרג’עט זיך ארום מיט זיין ווייב אזש באלד גייט איינער פון זיי דארפן א אמבולאנס.
די relieving feeling אז למעשה האב איך יא שלום בית...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:20 am
דורך וואלווי
מתבודד האט געשריבן:ארויסגיין פאר א ציגארעטלע צווייע ביינאכט נאך א שטילן וויכוח מיט'ן ווייב און ארויסהערן ווי מיין גוי’שען שכן הרג’עט זיך ארום מיט זיין ווייב אזש באלד גייט איינער פון זיי דארפן א אמבולאנס.
די relieving feeling אז למעשה האב איך יא שלום בית...
ס'איז אויך די פילינג פון רעליף אז די קענסט ריפלעקטאן אויף שלום בית מיט א רוהיגערהייט אן זיין אינוואלווד אויף די מאמענט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 8:59 am
דורך חמול על מעשיך
די געפיל פון אזא זונטאג שפעט נאכמיטאג ווען די גאנצע שבת פעקל ליגט טיף אין די נוי יארק’ער אפלויף אינטערגרינד...
די אפענקייט פון שפאצירן מיט די טלית קטן אזוי 6’קסע פארטאגס ווען אלע סיסטאמאטישע מענטשען זענען נאך טיף צעווישן די פידזאמע אינעם דאכנע...
די ברייטקייט ווען מ’טרעפט א איד וואס ווייסט נישט קיין חילוק צעווישן מזרחים אין צדויקים, אה ב”ה איך בין ארויס פון דעם...
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 12:17 pm
דורך פרנס החודש
אויפזיין א גאנצע נאכט, צו שרייבן א college essay.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 1:13 pm
דורך מי ימצא
זיך איינרעדן אז מען קען שרייבן אויף קאווע שטיבל, און מיינען אז מאיז זייער באקוועם אין מענער שוהל אליין, און נאכן זעהן זעהן אז מען קען נישט פארנעמען די היט - הערט מען ווי די מאן רופט זיך אן ''וואס ווילסטו זיי זענען עכטע מענער, פארגעס נישט אז דו ביסט א פרוי. אז מען פארנעמט נישט די היץ גייט מען נישט אריין אין קאך.''
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 2:49 pm
דורך מתבודד
מי ימצא האט געשריבן:זיך איינרעדן אז מען קען שרייבן אויף קאווע שטיבל, און מיינען אז מאיז זייער באקוועם אין מענער שוהל אליין, און נאכן זעהן זעהן אז מען קען נישט פארנעמען די היט - הערט מען ווי די מאן רופט זיך אן ''וואס ווילסטו זיי זענען עכטע מענער, פארגעס נישט אז דו ביסט א פרוי. אז מען פארנעמט נישט די היץ גייט מען נישט אריין אין קאך.''
דאס גיבט דיר פארגעניגן? אדרבה דאן שרייב נאך.
אופס, כ’האף ס’נישט קיין היט...
___
זען אין רעסטוראנט ווי א אינגעלע ציילט אפ א באנטש פון קוואדערס נאר צו זען אז עס קלעקט נישט פאר זיין סלייס פיצא, און אים דערלאנגן א גלאטן פינעווער. אה, די אויפשיינענדע אויגן...
אריינשפאצירן אין עירפארט מיט קראקס און די ווייב מיטן סנוד (נישט שניעל ח”ו) און זען די קנאה’דיגע בליקן פון היימישע משפחות וואס האבן נישט די גאטס אדער שכל זיך צו מאכן באקוועם דאס לעבן...
שפאצירן רואיגערהייט צום ביהמ”ד שבת אינדערפרי צוועלף אזייגער מיט נאסע פיאות קעגן א שטראם הונגעריגע אידן וואס יאגן זיך אהיים...
אין ישיבה פלעגט די שפיץ תאווה זיין צו זיך אויפוועקן האלב איינס נאך כאפן א וותיקון און ארויסבליקן פון פענסטער זען די חבר לויפן אינעם רעגן כאפן א חצות מנין. די ויישן ויחלום שנית...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 4:21 pm
דורך גפן
-עפענען א פרישע פעקל נייע ציצית,
-ליינען א לאנגע נאוול ביכל און זיין ארויסגעטון פון דער וועלט,
-ארויסשפאצירן פון ביהמ"ד נאך א שעה לערנען
-זען אז מ'האט למעשה נישט געשפענדעט אזויפיל געלט אינעם שאפינג מאל
-אראפדרייען דעם תפילין רצועות, נאכ'ן דאווענען
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 6:34 pm
דורך צוזאמגעדרייט
דאס ערשטע שלינג "גרעיפ דזוס" פרייטאג צונאכטס.
#רישעסדיג-קאַלט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 6:59 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א פולער נאכטמאל, אפירנעמען א שוויציגן סעלצער און אויפמאכן, אנפילן א הויכער שמאלער גלאז און פארטרינקען דעם גאזיגן פליסיגקייט אין איין שלונג.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 8:09 pm
דורך מתבודד
יהורם האט געשריבן:נאך א פולער נאכטמאל, אפירנעמען א שוויציגן סעלצער און אויפמאכן, אנפילן א הויכער שמאלער גלאז און פארטרינקען דעם גאזיגן פליסיגקייט אין איין שלונג.
איך בין דיר דן לכף זכות אז האסט פשוט נישט געהאט קיין ביר...
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 12:18 am
דורך וואלווי
מיין פארגעניגן.
נעמען דאס:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:דאס ערשטע שלינג "גרעיפ דזוס" פרייטאג צונאכטס.
#רישעסדיג-קאַלט
און צוזאם שטעלן מיט דאס.
יהורם האט געשריבן:נאך א פולער נאכטמאל, אפירנעמען א שוויציגן סעלצער און אויפמאכן, אנפילן א הויכער שמאלער גלאז און פארטרינקען דעם גאזיגן פליסיגקייט אין איין שלונג.
איין כוס. איין שלונג. איין לחיים.
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 12:55 am
דורך דער גאלדענער אדלער
נישט זיך ברויכן אויפוועקן אין מיטן די נאכט פאר א קטונתי, נאר אויב שוין יא זאל עס זיין פאר פיר אזייגער און זיך תיכף נאכדעם צוריק אריין ווארפן אין בעט פאר'ן צווייטען און בעסערן שלאף.
זיך ארויסקוילערן פון בעט, אריין פאר א הייסן טוש.
די ערשטע זופ ווארעמע שפרענג וואסער אינדערפרי באלד נאכן הייסן טוש.
ארויסציען דעם הולצערנעם (פימזען האלץ ווי מ'האט עס גערופן אין חדר) פונעם פלאש בוירבאן.
צו פעסן @וואלווי'ס 1998 סובארו אויפן גארדן סטעיט.
צו גרעבצן נאכ'ן טרינקן כשר לפסח סאראטאגא ווישי וואסער (ס'נאך דא צו באקומען??)
אריין צו גראבן אין הארטע קאטשאניו מיט א ראפאגאש סאוערדאו רינדל.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 2:19 am
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ארויסציען דעם הולצערנעם (פימזען האלץ ווי מ'האט עס גערופן אין חדר) פונעם פלאש בוירבאן.
היבש א פארגעניגען, אפשר דעוועלאפ א פארגעניגען צו ארויסרוקען ליידיגע בוירבאן באטלעך. ס'איז נאך בעסער ווי רוקען דעקלעך
צו פעסן @וואלווי'ס 1998 סובארו אויפן גארדן סטעיט.
אז די פארגעניגסט זיך מיט די בוירבאן, זיי מוחל לאז וויסען ווען דו פארסט ארויף אויפן גארדען סטעיט,און איך וועל אנשטאט דעם נעמען די גאסן
צו גרעבצן נאכ'ן טרינקן כשר לפסח סאראטאגא ווישי וואסער (ס'נאך דא צו באקומען??)
אויב דיין בארבאן וויל זיך דאך מגלגל זיין אומוויסענדיג אויף די גארדן סטעיט, פליז פעס מיך וואס שנעלער, אזוי וועל איך נישט דארפן מיט האלטן דעם דאזיגען פארגעניגען
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 2:31 am
דורך וואלווי
אראפ רייסן א דירט ראוד און זען דעם זאמד וואלקאן אינ'ם רער-וויו שפיגל
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 7:18 am
דורך דיכטער
ווען איך בין שפעט צו דער ארבעט איך איך זע אז מיין באלעבוס'ס קאר איז נישט אין דער פארקינג לאט.
ווען מיין טעלעפאונ'ס בעטארי שטארבט פונקט אינמיטן רעדן מיט מיין ווייב.
ווען איך שטיי אויף צופרי און איך זע אזא טעסט פון מיין עמפלויער:
"sorry, internet's down, IT guy is coming later afternoon"
דער ארגאזעם פון קראצן דער אויער מיט אן ear bud
ווען דער קרעמל ווארפט זיך פון מיין דשויק טאטעלי אומגעראכטן