בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 10:17 am
דורך סבא דבהתא
עצי שטים האט געשריבן:
אין די ספרי קבלה שטייט קלאר יא אז עס איז געווען א צמצום לצורך בריאת העולם, און עס איז דא א קו וואס פירט די אור צום וועלט, בקיצור א גאנצע אריכות. אבער צו זאגן אז אלעס איז גאט איז כפירה. נאר וואס די בעש"ט האט געזאגט איז, אז אלעס איז "אלוקית" דהיינו א חלק אלוקי ממעל, נישט גאט אליין ח"ו, און אין דעם איז אויך דא א גרויסע מחלוקת פון די בעש"ט מיטן גר"א.
עכ"פ יא. די באשעפער האט באשאפן נשמות, וואס איז טאקע א חלק אלוקי ממעל, ומאן דנפח מתוכיה נפח. אבער עס איז א עקסטערע נשמה, וואס אויב זינדיגט ער קען ער כאפן פעטש.
בענין הצמצום אם הוא כפשוטו איז א מחלוקת בין המקובלים
דא קענסטו זען א שטיקל ביאור
למעשה האבן כמעט אלע ובתוכם הגר"א אנגענומען אז אליבא דאמת איז צמצום נישט כפשוטו די גאנצע מחלוקה איז נאר כלפי די מענטש וויאזוי ער זאל עס אנקוקען (עי' בספר תורת הגרא ומשנת החסידות מר' צבי אינפלד פרק ג מאמר ב)
עצי שטים האט געשריבן:עס זעט אויס ווי דו פארשטייסט נישט די ענין פון מלא כל הארץ כבודו, און דו נעמסט אהן אז דו ביסט גאט אליינס (רח"ל מהאי דעתא)
די פראבלעם פון מאכן פון א דבר גשמי אן אפגאט איז נאר ווען סקומט
מכח הישות דהיינו זאגן אז דער זאך/מענטש האט מכח עצמו אלוקית, אבער ווען סקומט
מביטול היש איז פארקערט מען זאגט אז דער זאך/מענטש איז בטל במציאות נגדו יתברך (וכל זה היה דרגת משה רבינו שאמר ונחנו מה כמבואר בספרים)
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 5:15 pm
דורך שמן למאור
סבא דבהתא האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:

די גאנצע נושא איז זייער שווער צו פארשטיין, און נאך שווערער מסביר צו זיין. אבער דאס איז קלאר אז אפילו אויב מען לערנט צמצום לאו כפשיטו, איז אבער פאקטיש געווען א צמצום. נישט פשט אז אונז דארפן בלויז אזוי טראכטן, נאר כלפינו איז טאקע געווען א צמצום.
אכ"פ צו זאגן אז אונז זענען ממש גאט איז כפירה. אדרבה ווער זאגט אזוי? ווער איז מחלק צעווישן אויב די גאט איז זיך מבטל פאר אונזער גאט אדער נישט? אויב ביק איך מיך צו די זון מיטן כוונה אז אלעס איז דאך גאט איז דאס נישט קיין עבודה זרה?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 5:27 pm
דורך סבא דבהתא
עצי שטים האט געשריבן:
אכ"פ צו זאגן אז אונז זענען ממש גאט איז כפירה. אדרבה ווער זאגט אזוי? ווער איז מחלק צעווישן אויב די גאט איז זיך מבטל פאר אונזער גאט אדער נישט? אויב ביק איך מיך צו די זון מיטן כוונה אז אלעס איז דאך גאט איז דאס נישט קיין עבודה זרה?
איינער וואס ביקט זיך צום זון ווייזט מיט דעם אז ער האלט די זון האט עפעס ממשת מכח היש ווייל אויב איז זיין כוונה אז די זון איז בעצם נאר אן אחיזת ענים און ער מיינט באמת דער חיות אלוקית שבו, דאן איז דאך די גאנצע בריאה אייניג איז פארוואס ביקסטיך פונקט צום זון?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 5:35 pm
דורך שמן למאור
סבא דבהתא האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:
אכ"פ צו זאגן אז אונז זענען ממש גאט איז כפירה. אדרבה ווער זאגט אזוי? ווער איז מחלק צעווישן אויב די גאט איז זיך מבטל פאר אונזער גאט אדער נישט? אויב ביק איך מיך צו די זון מיטן כוונה אז אלעס איז דאך גאט איז דאס נישט קיין עבודה זרה?
איינער וואס ביקט זיך צום זון ווייזט מיט דעם אז ער האלט די זון האט עפעס ממשת מכח היש ווייל אויב איז זיין כוונה אז די זון איז בעצם נאר אן אחיזת ענים און ער מיינט באמת דער חיות אלוקית שבו, דאן איז דאך די גאנצע בריאה אייניג איז פארוואס ביקסטיך פונקט צום זון?
פרעגסט א קשיא אויף א מעשה, אזוי טוט ער. ער האלט אז עס איז אים צו שווער צו דאווענען צו א גאט וואס ער קען נישט זען ממילא ביקט ער זיך צו די זון...
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 5:37 pm
דורך שמן למאור
אגב, ווער זאגט אז אלעס איז בלויז א אחיזת עינים?
איך, דיר, מיט קאווע שטיבל עקזיסטירן נישט באמת? סאו די באשעפער האט נישט באשאפן א וועלט? ס'נאר א אחיזת עינים?
אודאי איז עס א מציאות, נאר עס האט פשוט א כוח הרוחני וואס איז עס מהווה.
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 5:55 pm
דורך סבא דבהתא
ז"ל
חלקת מחוקק (מהאלשיך הק') על איוב א׳:כ״א:א
שידענו מספר הזוהר כי כאשר לצדיק תורתו ומצותיו נעשה לו לבושי הוד מהמעשה אל הרוח ומהמחשבה אל הנשמה בגן עדן של מעלה כן מהעונות נעשה לבוש חלאת טומאת העון שבהן תתלבש נפשו ובלבוש ההוא יצית אש גיהנם לצער הנפש עמו עד כלות כל החלאה ההיא ותשאר אחרי כן הנפש כנר ישן הניתן בכבשן עד כלות האש כל שמן הנדלק בנר ההוא שאם לא כן לא היה אש גיהנם שולפת בנפש קדושה חלק אלוה ממעל
איינער קען דעס מסביר זיין?
נשלח: מיטוואך יולי 06, 2022 6:02 pm
דורך סבא דבהתא
עצי שטים האט געשריבן:סבא דבהתא האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:
אכ"פ צו זאגן אז אונז זענען ממש גאט איז כפירה. אדרבה ווער זאגט אזוי? ווער איז מחלק צעווישן אויב די גאט איז זיך מבטל פאר אונזער גאט אדער נישט? אויב ביק איך מיך צו די זון מיטן כוונה אז אלעס איז דאך גאט איז דאס נישט קיין עבודה זרה?
איינער וואס ביקט זיך צום זון ווייזט מיט דעם אז ער האלט די זון האט עפעס ממשת מכח היש ווייל אויב איז זיין כוונה אז די זון איז בעצם נאר אן אחיזת ענים און ער מיינט באמת דער חיות אלוקית שבו, דאן איז דאך די גאנצע בריאה אייניג איז פארוואס ביקסטיך פונקט צום זון?
פרעגסט א קשיא אויף א מעשה, אזוי טוט ער. ער האלט אז עס איז אים צו שווער צו דאווענען צו א גאט וואס ער קען נישט זען ממילא ביקט ער זיך צו די זון...
למען האמת איז דאס זיך ביקן צום זון אסור פשוט ווייל דאס האט די תורה געאסערט אפי' כונתו לשמים
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 8:57 am
דורך היסטאריע
עצי
די פרעגסט א קשיא און מיט דעם ביסטו מכריח דיין טעזיע.
פרעגסט, אויב איז אלעס אלקות ממש, פארוואס איז אסור זיך צו ביקען צו דער זון? גוטע קשיא. וואס זאגסטו? איז א ראי' אז אונז און די זון זענען נישט אלקות ממש וכו'.
אויב אזוי פארוואס מעג מען מתפלל זיין צו ז"א?
אבער דיין קשיא האט נישט אזא גוטע תירוץ לפי האמת (לויט די מקובלים), דער תירוץ איז מער ווי סבא זאגט, ווייל דער אלקות האט גארנישט מיט דיר. קען דיר גארנישט געבן.
לאחר ככלות הכל, ווען דער רמב"ם שפעט אפ פין די מקובלים, זאגענדיג, זיי מאכן א רבוי אלקות, און דערנאך זענען זיי מסביר אז אלעס איז איינס, איז ער שטיקעל גערעכט. מקובלים נעמען אפאזיטע מושגים און זאגן ביידע, און פראבירן מיט משלים מגשר צו זיין. אנגעהויבען מיט אחדות און מיט יעדער זאך וואס זיי זאגן, וועסטו אייביג טרעפען אז עס איז שלא כפשוטו.
פרעג איך דיר, דער צמצום איז דער ערשטער זאך סיי אין זוהר, סיי אין אר"י, און אויף דעם איז דא תורות און ספרים יא כפשוטו, נישט כפשוטו, און וואס איז מיט אלע פרצופים? און יעדע דקדוק קל, איז יא כפשוטו? פארוואס האט מען זיך אנגעכאפט אויף דער צמצום? נישטא קיין תירוץ אויף דעם.
אבער דער יסוד פין קבלה, אורות וכלים און התפשטות אלקות, מיינט אז אלעס האט אלקות, און דער כל יכול האט אזוי געמאכט, און מיט דעם אליין וואס מענטשען האבן בחירה זענען זיי געטער, און עס איז א בפירושע פסוק, והייתם כאלקים יודעי טוב ורע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 11:01 am
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:

זאגסט דאך גוט. פאר מען הייבט אהן לערנען סיי וועליכע ספר קבלה שטייט א גרויסע הקדמה אז מען זאל חלילה נישט אנעמען די זאכן כפשיטו, נאר אלעס איז משלים לשבר את האוזן.
און די אמת איז אז עס מוז זיין אזוי, ווייל אויב איז נישטא קיין גשמיות למעלה. דאן וויאזוי איז שייך צו זאגן אז עס איז פינקט ווי דא? די מציאות איז דאך אנדערש... נישטא קיין גוף, זכר נקיבה, גלגלים, עולמות, וכ' דאס איז אלעס משלים צו פארשטיין בערך די זאך, אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז עולם היצירה איז אזא רינדיכיגע פלאנעט צו וואס...
און אנדערע ווערטער, גאנץ קבלה איז לא כפשיטו. דהיינו עס איז נישט קיין גשמיות'דיגע זאכן וואס אונז קענען באמת פארשטיין. און די וואס האלטן צמצום כפשיטו האלטן אויך נישט חלילה אז גאט איז כביכול א ממשות און די צמצום מיינט אז עס איז געווארן א מקום פנוי גשמי.
די גאנצע מחלוקת פון צמצום כפשיטו או לאו, איז אויך נישט כפשיטו (אין אונזער שכל הגשמי) די מחלוקת איז פארשטייט זיך אין די רוחניות'דיגן זין צו איז געווען א צמצום אדער נישט,
גיי פארשטיי פינקטליך...
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 11:03 am
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:עצי
די פרעגסט א קשיא און מיט דעם ביסטו מכריח דיין טעזיע.
פרעגסט, אויב איז אלעס אלקות ממש, פארוואס איז אסור זיך צו ביקען צו דער זון? גוטע קשיא. וואס זאגסטו? איז א ראי' אז אונז און די זון זענען נישט אלקות ממש וכו'.
אויב אזוי פארוואס מעג מען מתפלל זיין צו ז"א?
איך מוטשע זיך שוין אפאר מינוט צו דערגיין וואס איז די ר"ת פון ז"א, אפשר שמועסטו אויס?
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 2:40 pm
דורך היסטאריע
עצי שטים האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:
לאחר ככלות הכל, ווען דער רמב"ם שפעט אפ פין די מקובלים, זאגענדיג, זיי מאכן א רבוי אלקות, און דערנאך זענען זיי מסביר אז אלעס איז איינס, איז ער שטיקעל גערעכט. מקובלים נעמען אפאזיטע מושגים און זאגן ביידע, און פראבירן מיט משלים מגשר צו זיין. אנגעהויבען מיט אחדות און מיט יעדער זאך וואס זיי זאגן, וועסטו אייביג טרעפען אז עס איז שלא כפשוטו.
פרעג איך דיר, דער צמצום איז דער ערשטער זאך סיי אין זוהר, סיי אין אר"י, און אויף דעם איז דא תורות און ספרים יא כפשוטו, נישט כפשוטו, און וואס איז מיט אלע פרצופים? און יעדע דקדוק קל, איז יא כפשוטו? פארוואס האט מען זיך אנגעכאפט אויף דער צמצום? נישטא קיין תירוץ אויף דעם.
אבער דער יסוד פין קבלה, אורות וכלים און התפשטות אלקות, מיינט אז אלעס האט אלקות, און דער כל יכול האט אזוי געמאכט, און מיט דעם אליין וואס מענטשען האבן בחירה זענען זיי געטער, און עס איז א בפירושע פסוק, והייתם כאלקים יודעי טוב ורע.
זאגסט דאך גוט. פאר מען הייבט אהן לערנען סיי וועליכע ספר קבלה שטייט א גרויסע הקדמה אז מען זאל חלילה נישט אנעמען די זאכן כפשיטו, נאר אלעס איז משלים לשבר את האוזן.
און די אמת איז אז עס מוז זיין אזוי, ווייל אויב איז נישטא קיין גשמיות למעלה. דאן וויאזוי איז שייך צו זאגן אז עס איז פינקט ווי דא? די מציאות איז דאך אנדערש... נישטא קיין גוף, זכר נקיבה, גלגלים, עולמות, וכ' דאס איז אלעס משלים צו פארשטיין בערך די זאך, אבער קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז עולם היצירה איז אזא רינדיכיגע פלאנעט צו וואס...
און אנדערע ווערטער, גאנץ קבלה איז לא כפשיטו. דהיינו עס איז נישט קיין גשמיות'דיגע זאכן וואס אונז קענען באמת פארשטיין. און די וואס האלטן צמצום כפשיטו האלטן אויך נישט חלילה אז גאט איז כביכול א ממשות און די צמצום מיינט אז עס איז געווארן א מקום פנוי גשמי.
די גאנצע מחלוקת פון צמצום כפשיטו או לאו, איז אויך נישט כפשיטו (אין אונזער שכל הגשמי) די מחלוקת איז פארשטייט זיך אין די רוחניות'דיגן זין צו איז געווען א צמצום אדער נישט,
גיי פארשטיי פינקטליך..
בקיצור דיין הבנה אין כפשוטו איז נישט פשוט, אם ריק הוא מכם.
אבער ביסט נישט גערעכט, נישט אלע האלטען אז אלעס איז שלא כפשוטו, דער לשם האלט מיין איך אז קבלה איז דער נמשל, נישט דער משל. און די וואס האלטען צמצום כפשוטו, לערנען יא אזוי, און זיי האלטען אז עס איז געוועהן א צמצום ממש , און עס איז מער מסתבר אויך, דער פראבלעם איז נאר ווען א מקובל זעהט זיך מעדיטעיטען דער צמצום, קען יאר נישט ממחיש זיין אזא דמיון ווי א מקום ריק פין דער בורא. און דארט הייבט זיך אהן דער מחלוקת.
און די אלע הקדמות וואס ווארענען, איז אלעס גארנישט, ווייל ווען מען לערנט קבלה זעהט מען אז די הקדמות שטימען נישט מיט דער למעשה וואס שטייט. די הקדמות זענען נאר דארט פאר די קינדער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 9:39 pm
דורך Nanach
עצי שטים האט געשריבן:איך מוטשע זיך שוין אפאר מינוט צו דערגיין וואס איז די ר"ת פון ז"א, אפשר שמועסטו אויס?
זעיר אנפין
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 9:44 pm
דורך Nanach
היסטאריע האט געשריבן:עצי
די פרעגסט א קשיא און מיט דעם ביסטו מכריח דיין טעזיע.
פרעגסט, אויב איז אלעס אלקות ממש, פארוואס איז אסור זיך צו ביקען צו דער זון? גוטע קשיא. וואס זאגסטו? איז א ראי' אז אונז און די זון זענען נישט אלקות ממש וכו'.
אויב אזוי פארוואס מעג מען מתפלל זיין צו ז"א?
מען מעג טאקע נישט, און איינער וואס איז מתפלל צו ז”א איז א עובד עבודה זרה (לי ולא למידותי)
ווען מען איז מתפלל איז מען מתפלל צו עצמיות. די מקובלים זענען נאר מסביר אז די תפילה גייט ארויף צו ז”א וואס איז ממשיך וכו’ אדער אדער דורך די תפילה ווערט א יחוד פון או”א וכדו’.
אבער נישט אז די תפילה איז צו די בחינה
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 10:21 pm
דורך היסטאריע
טראכט וואס דו זאגסט. מתפלל צו עצמיות פין ז"א, (די מקובלים רופען עס, א"ס בתוך הספירות). אפשר זאל מען מתפלל זיין און זיך בוקען צו אין סוף בתוך השמש? (א אויבער חכם וואלט געזאגט אז שמש איז ז"א כידוע, והיינו הך).
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 10:31 pm
דורך סבא דבהתא
באמת וואלט מען טאקע געמעגט ווען נישט די תורה אסר'ט עס, וכידוע מדברי הרמב"ם האבן די ערשטע עובדי השמש געדינט מיטן חשבון אז מ'דארף חולק כבוד זיין צו גאטס צבא השמים
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 11:11 pm
דורך Nanach
היסטאריע האט געשריבן:טראכט וואס דו זאגסט. מתפלל צו עצמיות פין ז"א, (די מקובלים רופען עס, א"ס בתוך הספירות). אפשר זאל מען מתפלל זיין און זיך בוקען צו אין סוף בתוך השמש? (א אויבער חכם וואלט געזאגט אז שמש איז ז"א כידוע, והיינו הך).
ווען איך האב געזאגט עצמיות האב איך נישט גערעדט פון עצמיות בתוך ז”א. איך האב גערעדט פון עצמיות אין די שפראך פון חב”ד, אדער ווי די מקובלים רופן עס א”ס.
און דאס אז עס ווערט נמשך פון ז”א איז א לימוד
משל למה הדבר דומה, שיקסט א בריוו צום פרעזידענט אז דו דארפסט געלט פאר... איז די בריוו אדרעסירט צום פרעזידענט.
אבער באופן ידיעה בעלמא וועל איך דיר זאגן אז עס וועט געליינט ווערן ביי סעקרעטערי פלוני וואס וועט עס איבערגעבן פארן פינאנץ מיניסטער וואס וועט שיקן די געלט.
אבער נאך אלץ שיקסטו דעם בריוו צום פרעזידענט. און אויב דו וועסט שיקן די זעלבע בריוו צום סעקרעטערי אדער פינאנץ מיניסטער דירעקט וועט עס ווערן פארעכענט ווי חוצפה און דו וועסט נישט באקומען גארנישט, וויבאלד זיי האבן נישט קיין כח פאר זיך.
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 11:41 pm
דורך היסטאריע
זייט אייך מער מסביר. וואס ענטפערסטו?
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 11:44 pm
דורך סבא דבהתא
דער שמועס האט זיך אביסל אוועקגעצויגן פונעם עיקר
למעשה, קען מען רעקאנסיילן שכר ועונש און בחירה מיט די שיטה פון אין עוד מלבדו אפס זולתו ממש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 11:54 pm
דורך Nanach
היסטאריע האט געשריבן:זייט אייך מער מסביר. וואס ענטפערסטו?
וואספארא נקודה האסטו נישט פארשטאנען
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 8:15 am
דורך היסטאריע
Nanach האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:זייט אייך מער מסביר. וואס ענטפערסטו?
וואספארא נקודה האסטו נישט פארשטאנען
נישט קיין ווארט.
טאמער מיינסטו צו זאגן אז א"ס בתוך ז"א איז נאר א פאסט-טרעגער, האסטו געמאכט א ריבוי, און איך געדענק נישט אז אפילו איינער זאל אזוי האלטן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 11:34 pm
דורך קאסא גראנדע
עצי שטים האט געשריבן:"גיהנם". דאס איז די פלאץ וואס יעדער האט מורא פון, אפילו די גרעסטע צדיקים פלעגן וויינען אז זיי וועלן דארטן אנקומען פריער אדער שפעטער, און הגם אז ביי די תלמידי בעש"ט האט מען ווייניגער עוסק געווען אין דעם ווייל עס קען ברענגען צו עצבות, דאך אבער גלייבט מען אין דעם באמונה שלימה, און עס איז גאר די עלעפטע אני מאמין וואס יעדע איד איז מחויב צו גלייבן.
"אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו".
יעדער האט זיך אין זיין מחשבה שוין פון קינדווייז אהן א בערך'דיגע בילד וויאזוי עס זעט דארטן אויס אינעם גיהנם, איינער האט די בילד פון א ברענעדיגע הייסע פייער, איינער האט זיך גוט אויסגע'משל'ט די כף הקלע וכדומה, בקיצור ס'איז בכלל נישט קיין פאן דארטן, ווער רעדט נאך ווען מען קוקט אריין אינעם ראשית חכמה ווי ער לייגט אראפ די גיהנם של שלג און של אש!! ס'כאפט א פחד!!!
מיר איז אייביג שווער געווען די עצם עקזיסטענץ פונעם גיהנם, און לאמיר עס מסביר זיין מיט א הקדמה קצרה:
דער באשעפער האט באשאפן א גאנצע וועלט מיט מענטשן, אין אלעס וואס איז דא אין איר, פארוואס? וואס האט אים אויסגעפעלט די גאנצע זאך? שטייט אין די ספרים, אז היות די באשעפער איז כל כלו טוב און ער איז תכלית הטוב, און דרך הטוב להטיב, און ער האט דאך נישט געהאט צו וועמען משפיע צו זיין טוב, האט ער באשאפן נשמות וואס ער וועט צו זיי קענען משפיע זיין טוב, אבער סתם צו געבן פאר נשמות גוטס איז נישט געווען קיין מהלך ווייל עס וואלט געווען נהמא דכסיפא, עס איז נישט די זעלבע צו באקומען א טובה, ווי באקומען באצאלט פאר עפעס וואס מען האט זיך ערליך פארדינט, ממילא האט ג-ט ברוך הוא באשאפן א וועלט מיט תאוות און נסיונות, און געגעבן פאר די אידן רמ"ח עשין און שס"ה לאווין, אזוי וועט ער קענען געבן נאך די הונדערט און צוואנציג די פארדינטע שכר פאר די נשמות וואס האבן זיך עס פארדינט.
(איי שטעלט זיך די קשיא, ער איז דאך א כל יכול, קען ער דאך מאכן אז נהמא דכסיפא זאל יא גאר טעיסטן גוט, און א"כ מה לו להצרה הזאת פון באשאפן די וועלט? איך האב אמאל געהערט א תירוץ אויף דעם וואס איך האב נישט פארשטאנען, אדרבה איך ווארט נאך אויף א ציפרידנשטעלדן ענטפער, די עולם איז מכובד..)
יעצט כדי אז די אידן זאלן טאקע היטן די מצוות, און נישט זיך אנפייפן אויף די סיסטעם, און נאכגיין שרירות לבם, האט מען געמוזט איינשטעלן א גיהנם, א פלאץ פון ליידן, וואס ווער עס וועט נישט פאלגן, וועט אנקומען דארטן,
יעצט לכאורה איז עס בלויז א סטראשע מיטל, אז מען זאל יא זיך האלטן גוט, ווייל ווי געזאגט אויבן איז נישט די ציל צו געבן יסורים, עס איז דאך נאר דרך הטוב להטיב, נאר עס איז בלויז געמאכט צו שטופן די עולם זיך צו האלטן גוט,
למעשה אויב מען מעג זאגן, איז עס גאנץ א שטארקע פלאפ, לויט די בלו פרינט וואס איך האב פריער פארגעלייגט, וויאזוי וואלט די וועלט געדארפט אויסקוקן?
די גוים זאלן אלע זיך ברעכן און זיין וואויל, און ערליך איינהאלטן די שבע מצות בני נח, און די אידן זאלן אלע זיין צדיקים, קיינמאל עובר זיין עבירות, און אויב יא, זאל מען גלייך תשובה טון, אזוי אז לכה"פ רוב וועלט זאל אנקומען גלייך אין גן עדן אריין, ווי די באשעפער וועט קענען גראד ערפילן זיין לאנג ערווארטעטע וואונטש פון געבן גוטס,
למעשה... א פייג.. רוב וועלט לאכט זיך אויס פון ג-ט, אפילו די גלויביגע זענען אנגעפיקעוועט מיט עבירות, איך מיין אז מען קען זאגן מיט א רוהיגע געוויסן אז די גיהנם איז פול, נא... איז דאך אלעס א פלאפ, דער באשעפער מוז גיין טאג טעגליך קעגן זיין רצון פון להטיב און געבן צרות יגון ואנחה פאר די אלע רשעים, נא.. וואס גייט דא פאר?
בין איך אויפגעקומען מיט א טעאריע, און איך וויל הערן וואס די עולם האט צו זאגן אויף דעם:
בעצם איז נישטא קיין גיהנם!!! וואס? כופר! יא, די באשעפער וויל און האט געהייסן גלייבן אז עס איז יא דא אזא פלאץ בלויז כדי אז מען זאל יא זיין גוט אין זיך פארדינען די ערליך פארדינטע שכר, אבער אז איינער איז כל ימיו געווען א רשע גייט אים דען די באשעפער שטראפן? עס איז דאך קעגן זיין טבע, העכסטנס איז ער אים מוחל אין גיבט אים נאך א שאנס, דאס וואלט די תכלית הטוב געטון, נישט אזוי?
אבער מאכן א נשמה בראטן פאר גארנישט, וואס האט ער פון דעם? איי וועט מען גלייך שרייען, עס איז בלויז אויסצולייטערן די נשמה, גיוו מי א ברעיק, די כל יכול האט נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי אויסצולייטערן א פארפלעקטע נשמה, בלויז מיטן גיין קעגן זיין "דרך הטוב להטיב",
איך ווארט אז די עולם זאל זיך אנרופן ווייל כ'בין אליינס נאכנישט קלאר אין אלעס, און אדרבה לאמיר עס דורכקאכן בדיבוק חברים.
דאס
https://youtu.be/-H7lhtzlVms וועט דיר נאכן אסאך קלארער. אבער וועסט ווערן מער קלארער ביים הערן נאך פון זיינע דרשות
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 12:10 am
דורך שמן למאור
קאסא גראנדע האט געשריבן:
דאס
https://youtu.be/-H7lhtzlVms וועט דיר מאכן אסאך קלארער. אבער וועסט ווערן מער קלארער ביים הערן נאך פון זיינע דרשות
ער רירט דא בכלל נישט אהן מיין קשיא איבער וויאזוי גיהנם מאכט בכלל סענס פאר א כל יכול וואס איז א גוטער. און אז זיין גאנצע פלאן פון דרך הטוב להטיב גייט נישט ווי געפלאנט נאך וואס רוב וועלט קומט למעשה אהן צו גיהנם.
ער וויקלט אויף גאר א צווייטע שאלה; פארוואס ווערט כמעט נישט דערמאנט און גאנץ תנ"ך די מושג פון גיהנם?
אין די תורה טרעפט מען נאר עונשים אויף די וועלט.
הִשָּׁמְרוּ לָכֶם, פֶּן יִפְתֶּה לְבַבְכֶם; וְסַרְתֶּם, וַעֲבַדְתֶּם אֱלֹקים אֲחֵרִים, וְהִשְׁתַּחֲוִיתֶם, לָהֶם. וְחָרָה אַף-ה' בָּכֶם, וְעָצַר אֶת-הַשָּׁמַיִם וְלֹא-יִהְיֶה מָטָר, וְהָאֲדָמָה, לֹא תִתֵּן אֶת-יְבוּלָהּ; וַאֲבַדְתֶּם מְהֵרָה, מֵעַל הָאָרֶץ הַטֹּבָה, אֲשֶׁר ה', נֹתֵן לָכֶם
און אויף דעם ענטפערט ער גראדע א שוואכע תריץ.. אז היות גאט רעדט דא וויל ער נישט רעדן פון עונשים אויף יענע וועלט ווייל דאס וועט נישט העלפן פאר א מענטש זיך צו פארבעסערן אויף די וועלט (אינטערסאנט אז היינט ניצט מען 'נאר' די גיהנם סטראשע. איך האב נאכנישט געהערט איינעם סטראשען "זיי א ערליכע איד, אז נישט וועסטו ליידן אויף די וועלט" וועסט נישט האבן קיין געלט, פרנסה, געזונט וכ'... ווייל די מציאות ווייזט ליידער נישט אזוי.. וכמבואר
באשכול זה)
עס איז ליידער דא גאנצעטע שטעט און ארץ ישראל וואס זענען פריי אינגאנצן, און עס איז בכלל נישטא דארטן קיין עצירת גשמים אדער א הינגער.
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:07 am
דורך קאסא גראנדע
עצי שטים האט געשריבן:קאסא גראנדע האט געשריבן:
דאס
https://youtu.be/-H7lhtzlVms וועט דיר מאכן אסאך קלארער. אבער וועסט ווערן מער קלארער ביים הערן נאך פון זיינע דרשות
ער רירט דא בכלל נישט אהן מיין קשיא איבער וויאזוי גיהנם מאכט בכלל סענס פאר א כל יכול וואס איז א גוטער. און אז זיין גאנצע פלאן פון דרך הטוב להטיב גייט נישט ווי געפלאנט נאך וואס רוב וועלט קומט למעשה אהן צו גיהנם.
איך האב קלאר געשריבן אז דו זאלסט אויסהערן נאך פון זיינע שיעורים וועלן שוין די אלע זאכן מאכן סענץ און ווערן פארענטפערט.