בלאט 3 פון 10

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 2:45 pm
דורך היסטאריע
טראכטכמוני האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן: איך גלייך נישט צו מישן יענעמ'ס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.

פאנעטה האט מ'כלומר'שט אונטערגעשריבן א נאן-קאמפיט אגרימענט.

אויב אזוי איז ארויסגיין און עפענען א קאנקטרענט נאכדערצו מיטנעמען מיט זיך אלע שרייבער קען זיין אנגעקוקט וואו פונקט אזא טעאראריסטישע אקט.

איינמאל עס איז פעטגעשטעלט אז דאס איז אומלעגיטים (עכ"פ לדעת ריינער) איז דאך פשוט אז עס פאדערט זיך עקולים וכו' אלעס דעס אפצושטעלן.
פאנעטה איז שוין נישט געווען 5 יאר די ליגעל בעל הבית פון קינדליין ווען ער האט געפענט 100, די נאן קאמפיט איז געווען נאר פאר 3 יאר, יעצט מעג ער זיכער עפענען לכל הדעות.
נאן-קאמפיט איז דאכצעך אויף דריי יאר 'נאך ער פארלאזט' דעם אויסגאבע. קארעקט מי איף איים ראנג.
עס איז דא וועגן זיך ארויסצודרייען פון נאן קאמפיט.

אבער דער תירוץ אז זיין ווייב וכו', דאס איז לאקשען. ווי אויך נאך ער פארלאזט, און? ער האט נישט פארלאזט? קל וחומר אויב איז ער דארט.

מיט דעם, זעהט אויס אז זיין נישט אונטער שרייבען שטרי בירורין האט נישט געלאזט דער לאנדא אראפ נעמען דער עיקול.

אבער דער ריינער איז זייער שרעקעדיג, וויאזוי טוהן מענטשן ביזנעס מיט אים?

איך גלייב ער קומט באלד צוריק מיט א נייער אויסגאבע. א צווייטער קען עס עפענען, ער האט ממש נישט קיינער וואס איז אים גרייט צו געבן א נאמען? א לויער? וכו'?
זיין עקשנות צו לייגן הונדרעט אויף זיין אייגענע נאמען איז אויך אינטרעסאנט.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 4:42 pm
דורך בעל דרשן
נאכן ליינען ביידע בריוון איז קלאר אז פאנעט קומט ארויס די געווינער

די ערשטע זאך אז פאנעט דערמאנט נישט קיין נעמען - און ריינער יא
דעס ווייזט אז פאנעט איז די איידעלע און ער האט געזיכט שלום

פאנעט פארגינען זיי נישט קיין ר' !

און וואס ס'איז געווען צווישן זיי אינעוועניג איז שווער צו וויסן אבער פון וואס מ'זעט איז קלאר אז די יושר איז מיט פאנעט
פון דעם אליינס אז ריינער איז ארומגעלאפן צו די געשעפטן מיט טעראר ווייזט מיט וואספארא רשעות ער איז באשאנקן

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 6:57 pm
דורך שאלתיאל
ביי מיר אינדערהיים פלעגט מען קויפן אמאל קינדליין און אמאל הונדערט און איך פלעג אריינבליקן פון צייט צו צייט און איך מוז זאגן אז עס נישט קיין פארגלייך. הונדערט איז געווען א מעסטערפיס, עכט קאלירפול, רייך און אינטערסאנט אפילו פאר ערוואקסענע, ס'איז אויף אן אנדערע לעוועל פון קינדליין. חבל על דאבדין.

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 7:09 pm
דורך כרם זית
איך קען ביידע גראדע. איך הייב שוין אן צו גלייבן אין השגחה פרטית און אין מאמר רז''ל על דאטפך כו'. וד''ל.

נאר וואס געפעלט מיך די מערסטע איז די היפיקראטיע אז אין הונדרעט און אין קינדליין איז מען פארנומען ארויסצוהייבן די מתנזרים פון טכנלגיה און דא זיצט ער אויף טלרגרם. סאיז די זעלבע בחינה אנהייב פון זיין בריוו ''בחור'ל טו דיך א טובה און ליין דאס נישט''...

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 9:15 pm
דורך בורו פארק
איך פארשטיי נישט פאנעט'ס טענה איבער דער שליש און שלום בית מאכער. קאורט האט צוריקגעשיקט צו דער שליש ווייל ס'איז א לעגאלע arbitration, און לכאורה איז עס געווען מיט א שטר וואס איז אויך מחייב על פי הלכה. ר' יוד ס'איז דא הלכות ווען מ'איז מקבל איינער צו זיין א מכריע איז עס אזוי ווי א בית דין. האסט געמיינט אדער געטראכט אנדרעש, סארי דאס איז דער חוק און הלכה.

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 11:12 pm
דורך שמעקעדיג
וואו קען מען ליינען דעם בריוו פון ריינער?

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 11:31 pm
דורך chosen people

נשלח: מאנטאג מאי 16, 2022 11:39 pm
דורך moneyminded
היסטאריע האט געשריבן:דער ריינער איז זייער שרעקעדיג, וויאזוי טוהן מענטשן ביזנעס מיט אים?

איך גלייב ער קומט באלד צוריק מיט א נייער אויסגאבע. א צווייטער קען עס עפענען, ער האט ממש נישט קיינער וואס איז אים גרייט צו געבן א נאמען? א לויער? וכו'?
זיין עקשנות צו לייגן הונדערט אויף זיין אייגענע נאמען איז אויך אינטרעסאנט.
באמת ווינדערט מיר דעס אויך, אבער די פאקט איז אז רובא דרובא היימישע סוקסעספולע ביזנעסלייט איז דא א מעשה אדער מעשיות ווי אזאנע פאנעטה מעשיות, נאר געווענליך געט יענער גלייך אויף אדער זיצט יארן אין דין תורה און ענדיגט אן די הויזן.

אפילו מיט א צווייטע נאמען וואלט ריינער יענעם נאכגעגאנגען, עס קען זיין ווען פאנעטה שפאצירט גלייך אווועק און געט אויף אויף ריינער און באשמיצט אים נישט און עפענט מיט א צווייטע נאמען אולי אז דעמאלס וואלט עס געארבעט, איך טרעף כסדר עלטערע אידן וואס דערציילן וויאזוי היימישע ראשי קהילה וכולי וואס זענען בא'גנב'עט געווארן פון סוקסעספולע ביזנעסעס וכדומה , די פאקט איז אז רוב מוצלחים איז פון א צווייטענס געלונגעקייט, איך רעד דייקא פון גרויסע גבירים פון פארצווייגטע געשעפטן.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 8:07 am
דורך היסטאריע
טיפיקעל שותפות פין שקר און שלימאזעל.

ריינער האלט אז דער עיקר איז ער, ווער דער שרייבערס זענען מאכט נישט אויס, מען קען פאר געלט באקומען אלעס.

פאנעט האלט, דער עיקר איז ער, ווייל אזוי געלונגען ווי ער איז נישטא.

ביידע מעגן נעמען א לעסען אין לעבן.

אפילו דער ערשטער פייט פין דער קאמיקס ביכל האט נישט געזאלט זיין.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
וויאזוי איך קוק עס אן איז ווי פאלגענד:

קינדליין איז בעצם געווען א דורכברוך אין היימישע ליין מאטריאל. די גרעסטע ראי׳ דערצו קען זיין, אז א מאדנע ווארט וואס האט געמאכט יעדן איינעם הייבן ברעמען ווען מען האט עס געזען אדווערטייזט אין אנהייב, איז היינט געווארן א געהעריגע ווארט אויף אידיש. אלע קינדער פון איבער אלע חרדי׳שע געגנטער איבער די וועלט פלעגן ארויסקוקן דערויף, און א נעץ פון מחנכים און שרייבערס האבן זיך געפונען אויף זייער פעיראול.

דאס אלעס איז צום פארדאנקען פאר מענדל הערש פאנעטה, ער האט זיך נישט געלאזט פארקויפן פאר ביליג, און ער האט געפאדערט די מאקסימום און איז געווען גרייט צו צאלן אסאך, אבי אז עס זאל ארויסקומען א מאגאזין פון הויכן קאליבער. אנשטאט עפענען א פשוט׳ער מאגאזין האט ער עס געמאכט פאר א גאנצע עסק, די ׳קינדליין׳ אפיס איז געווען דער טרוים פון יעדן קינד, א פיש טאנק וואס ער האט באשריבן יעדע וואך, אויסטיילן די קאריקאטורן צווישן די קינדער דורך פארשידענע וועגן, צוזאמענארבעט מיט מוסדות התורה, דאס איז געווען ממש א מאסיווע פראיעקט וואס האט זעלבסטפארשטענדליך געברענגט אסאך געלט זייענדיג די סאמע מערסט פארקויפטע מאגאזין אויף אידיש. א דיסטריביוטער האט מיר אמאל געזאגט אז זיי האבן פארקויפט איבער אמעריקע כמעט טאפלט וויפיל דער מאמענט האט פארקויפט וועכנטליך. פישל שעכטער, לייבוש לאנגער, יאיר וויינשטאק, גדי פאלאק, און נאך, די אלע זענען געווען נעמען וואס האבן פיגורירט אין קינדליין, און קיינער האט נישט געקענט זיך ערלויבן אזעלכע טייערע מענטשן אין זייערע קינדער מאגאזינען.

יעצט מיט די מערכה איז ארויסגעקומען ריינער׳ס נאמען צו די פובליק, אפיציעל האט קיינער פון דער גאס אפילו נישט געוואוסט אז ער איז דער געלט שותף. אבער זינט פאנעטה האט זיך מיט אים צושלאגן האט יעדער איינער מיטאמאל געהערט פון אים, און הערשט דאן האבן מענטשן אנגעהויבן כאפן וואס פארא גוטע ביזנעס די קינדליין איז געווען.

אבער מענדל הערש פאנעטה מאכט לדעתי א גרויסע טעות מיטן זיך ביליג מאכן אויף סאושעל מידיא, איך האלט אז ער וואלט ווען געדארפט ענדערש שווייגן ווייטער, אדער ארויסגעבן זיין זייט אויף א פראפעסיאנאלער פארנעם. אבער וואס קען מען ערווארטן פון עמיצן וואס זיין גאנצע טאלאנט און ארבעט פון יארן לאנג האט ער אנגעוואוירן אין א מערכה מיטן געלט שותף וואס שיינט צו זיין א גבר אלים, דאס אליין מאכט מיר קלערן אז ער איז גערעכט אין די פרשה, כאטש וואס איך האב נישט קיין השגה וואס עס איז באמת פארגעקומען הינטער די קוליסן. אויף אזויפיל איז זיכער אז טעראר האט געוואונען, און ווי איינער האט אויבן געשריגן איז דאס פאר זיך אליין אויך א בכי׳ לדורות. מיר האבן געמיינט אז מען האלט שוין ווייטער ווי דעם.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 1:18 pm
דורך מר. קלונימוס
יהורם האט געשריבן:
. א דיסטריביוטער האט מיר אמאל געזאגט אז זיי האבן פארקויפט איבער אמעריקע כמעט טאפלט וויפיל דער מאמענט האט פארקויפט וועכנטליך.
דאס איז שוואכע נייעס ווייל דער מאמענט איז אין קינדלינס שטארקע צייטן בכלל נישט געווען אזוי אויפגעכאפט. (היינט איז מאמענט יא מער) איך האב געמיינט אז קינדליין פלעגט ריקן סך מער ווי דאס.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 2:15 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
מאמענט און קינדליין ציען א אנדערע קלייענטעל און סאיז נישט גערעכט זיי צו קאמפערן.

ליין מאטריאל פאר קינדער איז כמעט א סטאנדארט אין איעדע אידישע הויז ווידער אידישע מאגאזינען פאר עדאולטס איז נישט קיין נחלת הכלל און דאס איז חוץ וואב מאמענט ווערט אויפגענומען מיט חשד ביים עקסטרעם פרומען ציבור משא"כ קינדליין. כוואלט נישט געזאגט אז סהאט עפעס מיט קוואליטעט.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 3:28 pm
דורך קורקלענד
טאקע דאס איז געווען די חידוש פון פאנעט. פאר קינדליין זענען קינדער מאגאזינען נישט געווען קיין נחלת הכלל. מען שטעלט עס נישט צו צו דער מאמענט דווקא. נאר אין די היסטאריע פון אידישע אויסגאבעס איז נאכנישט געווען אזא סאקסעס ווי די קינדליין.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 4:24 pm
דורך היסטאריע
עס דערמאנט דער מעשה פין דער קאשטקע וואס האט געלייגט גאלדענע אייער.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 6:31 pm
דורך בת קול
היסטאריע האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן: איך גלייך נישט צו מישן יענעמ'ס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.

פאנעטה האט מ'כלומר'שט אונטערגעשריבן א נאן-קאמפיט אגרימענט.

אויב אזוי איז ארויסגיין און עפענען א קאנקטרענט נאכדערצו מיטנעמען מיט זיך אלע שרייבער קען זיין אנגעקוקט וואו פונקט אזא טעאראריסטישע אקט.

איינמאל עס איז פעטגעשטעלט אז דאס איז אומלעגיטים (עכ"פ לדעת ריינער) איז דאך פשוט אז עס פאדערט זיך עקולים וכו' אלעס דעס אפצושטעלן.
פאנעטה איז שוין נישט געווען 5 יאר די ליגעל בעל הבית פון קינדליין ווען ער האט געפענט 100, די נאן קאמפיט איז געווען נאר פאר 3 יאר, יעצט מעג ער זיכער עפענען לכל הדעות.
נאן-קאמפיט איז דאכצעך אויף דריי יאר 'נאך ער פארלאזט' דעם אויסגאבע. קארעקט מי איף איים ראנג.
עס איז דא וועגן זיך ארויסצודרייען פון נאן קאמפיט.

אבער דער תירוץ אז זיין ווייב וכו', דאס איז לאקשען. ווי אויך נאך ער פארלאזט, און? ער האט נישט פארלאזט? קל וחומר אויב איז ער דארט.

מיט דעם, זעהט אויס אז זיין נישט אונטער שרייבען שטרי בירורין האט נישט געלאזט דער לאנדא אראפ נעמען דער עיקול.

אבער דער ריינער איז זייער שרעקעדיג, וויאזוי טוהן מענטשן ביזנעס מיט אים?

איך גלייב ער קומט באלד צוריק מיט א נייער אויסגאבע. א צווייטער קען עס עפענען, ער האט ממש נישט קיינער וואס איז אים גרייט צו געבן א נאמען? א לויער? וכו'?
זיין עקשנות צו לייגן הונדרעט אויף זיין אייגענע נאמען איז אויך אינטרעסאנט.
סתם אזוי איז די נאן קאמפיט שטותים.
רוב ביזנעסער מאכן אינטערשרייבן א נאן קאמפיט. כמעט וואס מען הערט נישט זיי זאלן זיך שטעלן דעראויף למעשה.

די לעגאלע לעכער קענען אויסזעהן נאריש, אבער עס איז נאך אזוי גוט ווי די נארישע איינפאל פון א נאן קאמפיט.
אויב איינער גייט מיט דיר אין קאמפאטישען, וואס א חילוק אויב עס איז אריבער אינצווישן 2 יאר צו 5?
וויאזוי העלפט עס דעם ביזנעס?

די מארקעט איז געווען גענוג גרויס אז זיי ביידע זאלן מאכן געלט.
ממש א שאד ווי ביידע האבן פארפאטשקעט דא.

רייינער איז פארמועסט געווארן, און פאנעט גייט מען שוין נישט געטרויען.
ס'איז דא יעצט א space אין די מארקעט פאר ווער עס וויל זיך צוכאפן דערצו.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 9:18 pm
דורך [NAMELESS]
די רבי קומט היינט ארויף לייוו אויף אינסטערגראם...
האט ער טאקע נישט קיין גוטע יועצים? איי מין אויב האט עם ריינער באגראבן מאכט ער זיך אליינס די סתימת הגולל...

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 10:08 pm
דורך קהל'ס נער
מענדל הערש פאנעט וועט היינט אויפנעמען די עולם לייוו אויף אינסטעגראם אום 11 אזייגער, ער זאגט אז מען קען פרעיגן וואס מען וויל אפילו בייסיגע שאלות.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2022 11:16 pm
דורך ליפא
עמעזאן האט געשריבן:די רבי קומט היינט ארויף לייוו אויף אינסטערגראם...
האט ער טאקע נישט קיין גוטע יועצים? איי מין אויב האט עם ריינער באגראבן מאכט ער זיך אליינס די סתימת הגולל...
גראדע קומט אריין זייער קאנווינסינג און קלאר קאלעקטיוו און מענטשליך.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:15 am
דורך אינגערמאנטשיקל
נוח האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:די רבי קומט היינט ארויף לייוו אויף אינסטערגראם...
האט ער טאקע נישט קיין גוטע יועצים? איי מין אויב האט עם ריינער באגראבן מאכט ער זיך אליינס די סתימת הגולל...
גראדע קומט אריין זייער קאנווינסינג און קלאר קאלעקטיוו און מענטשליך.
מיר קאנווינצט ער נישט דערווייל. ער האלט אין איין זאגן אז ער "האט פרוף" ער "גייט ברענגען אפענע באווייזן", אבער די זאכן קומען קיינמאל נישט אהן. ריינער האט ארויסגעגעבן א גאנצע קונטרס מיט עקיוזעישאנס. כ'וויל זען ווי פאנעט נעמט א שורה פון יענעם קונטרס און ווייזט אויף מיט קלארע ראיות אז ס'איז פרעכע ליגענט.
If he will give out the documents he claims he has, you will be convinced?

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:24 am
דורך היסטאריע
מסכים
פאנעטה איז סטופיד.
יעצט ווייל ער האט געקוויט, און דער עולם האט רחמנות, זאל ער זיין שטיל. ער גייט גארנישט פארדינען מיט רעדן נאך.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:38 am
דורך קהל'ס נער
ער טוט דוקא זייער קלוג,
ער געווינט דעם דעת הקהל דורך זיין דעם נרדף.
ער איז מבטל דעם עיקול דורך נעמען בי"ד בית יוסף אין קאורט.
ער מוז האבן די דעת הקהל אויף זיין זייט אויף נישט צי זיין קיין שייגעץ פארן נעמען א בי"ד אין קאורט.
אין ער איז צוריק קאפעליטש מאכער.

לכאורה איז דאס זיין סטראטעגיע.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:43 am
דורך פערינא
דער עולם זאגט טעראר האט געווינען. אבער איך זאג אז אמת טעראר האט געווינען, אבער אויב פאנעטה געווינט ווען וואלט אויך טעראר געווינען. מילא דארף מען קוקען ווער איז די ערשטע טעראריסט. דאס איז פאנעטה. ער האט אנגעפאנגען מיט שטיק. האסט טענות גיי אין קאורט. אה, האסט געוואלט כאפן אלעס אויף א געריבענע אופן. יענער איז מער געריבן.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2022 12:48 am
דורך קידוש
איך פלעג זיין גאר א שטארקע שטיצער פון קינדליין דערנאך הונדרעט,
די חלל גייט זיך שטארק דערקענען,
אבער ר' מענדל הירש, ביטע נישט אינסטעגרעם לייוו, די פארברענסט די בריקן צו מוסדות צוזאמארבעט.

און צום טעראר קאמפיין: יעדע מענטש האט זיין טאג....