בלאט 3 פון 3
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 11:53 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
יעצט איז מיר איינגעפאלען א גידאנק אז מ'קען ארויפלייגען אויף סאטמאר שמור את יום השבת
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2022 7:35 pm
דורך תרמב
עצי שיטים ס'איז הערליך דיין ווערק!
איך קען נישט פארשטיין דעם עולם וואס זענען ביזי פרעגן און זיך טענה'ן, איינער איז געקומען און אפגעשריבן א גוטע זיסע פאעזיע, ס'איז גוט, פאני, געשמאק? לאך, געב א לייק אדער א קאמפלימענט און גיי ווייטער, ס'איז אזוי ווי א ווערטל, ס'איז גוט ס'איז פאני, געלאכט, נעקסט קעיס, פארוואס דארף מען פרעגן קלאץ קשיות אויף יעדן שורה, ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נישט אהער, נישט אהין, ער וואלט געדארפט שרייבן די רבי, יענע רבי, די מצווה, יענע עבירה, וואס א חילוק די קליינע דעטאלן? דאס מאכט שוין נישט אויס, ס'איז א גוטע קאנסעפט, אז איין שורה געפעלט דיר נישט, טויש עס ביי דיר אינדערהיים ווען דו זינגסט עס מיט דיינע קינדער ביי די סעודה צווישן ברכו און כתר, טויש פון קריית יואל צו וויליאמסבורג און אלעס איז גוט....
אז מ'רעדט שוין, יהורם מיט זיין פאעזיע האט מיר געמאכט שטארק לאכן, עטס דארפטס ביידע זיך מער אריינלייגן אין פאעזיע, עטס האטס א טאלאנט, און איך וואלט געראטן זיך נישט אזויפיל פארענטפערן אויף א שטיקל פאעזיע.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2022 11:19 am
דורך א חסיד פון ווילנא
תרמב האט געשריבן:עצי שיטים ס'איז הערליך דיין ווערק!
איך קען נישט פארשטיין דעם עולם וואס זענען ביזי פרעגן און זיך טענה'ן, איינער איז געקומען און אפגעשריבן א גוטע זיסע פאעזיע, ס'איז גוט, פאני, געשמאק? לאך, געב א לייק אדער א קאמפלימענט און גיי ווייטער, ס'איז אזוי ווי א ווערטל, ס'איז גוט ס'איז פאני, געלאכט, נעקסט קעיס, פארוואס דארף מען פרעגן קלאץ קשיות אויף יעדן שורה, ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נישט אהער, נישט אהין, ער וואלט געדארפט שרייבן די רבי, יענע רבי, די מצווה, יענע עבירה, וואס א חילוק די קליינע דעטאלן? דאס מאכט שוין נישט אויס, ס'איז א גוטע קאנסעפט, אז איין שורה געפעלט דיר נישט, טויש עס ביי דיר אינדערהיים ווען דו זינגסט עס מיט דיינע קינדער ביי די סעודה צווישן ברכו און כתר, טויש פון קריית יואל צו וויליאמסבורג און אלעס איז גוט....
אז מ'רעדט שוין, יהורם מיט זיין פאעזיע האט מיר געמאכט שטארק לאכן, עטס דארפטס ביידע זיך מער אריינלייגן אין פאעזיע, עטס האטס א טאלאנט, און איך וואלט געראטן זיך נישט אזויפיל פארענטפערן אויף א שטיקל פאעזיע.
true, as long as he writes according to your taste
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 3:43 pm
דורך שמן למאור
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 4:39 pm
דורך פרנס החודש
זייער שיין און זייער וואויל, ער כאפט אבער נישט אז די פרומע וועלן אלץ געוואונען די ארגומענט, וויבאלד ער האט נישט מודה געווען אז עס איז נישט דא קיין "עכטע" ארטאדאקסיע, אזוי לאנג ווי ער שרייט אז ער איז די "עכטע" וועלן די פרומע געוואונען פשוט ווייל זיי קענען שרייען העכער, די איינציגסטע וועג פאר פראגמאטיסטן אזוי ווי עם צו מאכן זייער ארגומענט קלעבן איז דורך זיין אמת'דיג און רעספעקטפול צו ריאליטעט און מודה זיין אז עס זענען אלץ געווען ראדיקאלן און עקסטרעמיסטן ביי אונז, אין "אלע" תקופות, און אז עקסטרעמיסטישקייט האט זיך נישט אנגעהויבן ביים חתם סופר. דאן קען ער קומען זאגן אז עס זענען אויך אלץ געווען פראגמאטיסטן, אבער ביז ער איז דאס נישט גרייט צו טון גייען די פרומע געוואונען ווייל בלאפן קענען זיי בעסער.
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 5:39 pm
דורך שמן למאור
דאס זאגט ער טאקע, אז ער איז די עכטע טאקע וויבאלד עס איז נישטא קיין עכטע, און די עכטע האט זיך כסדר געטוישט. און דאס איז פינקט וואס ער וויל ארויסברענגען אז די וואס טוישן זענען די עכטע, און די וואס בלייבן סטאק זענען נישט עכט.
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 5:57 pm
דורך פרנס החודש
ער זאגט עס אבער נישט מיט באקציין. ער וואלט זיך נישט גאוואגט ארויסצוזאגן אז די תלמוד האט געטוישט פון די משנה און די משנה פון די תורה שבכתב, הגם ער האלט קלאר אזוי, וויל ער עס נישט ארויס זאגן ווייל עס גייט זויער מאכן זיין סאלאט, ער וויל ענדערש לעבן אין א באבל ווי כאילו ער לעבט מיט די פארשריפטן פון סיני, טאקע וויבאלד ער וויל נישט אפענדיגן ווי די רעפארם וואס האט פארלוירן די גאנצע זאפט. טא וויאזוי ערווארט ער אז איינער זאל אים נאך אויסהערן?
א שיטה וואס אירע פארשפרייטער שעמען זיך מיט איר…
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2022 6:03 pm
דורך שמן למאור
ער זאגט עס זייער קלאר ארויס. ער זאגט אז אין אלע דורות האט מען געטוישט לויט די סטאנדארטן ע"פ הלכה. ער זאגט עס ארויס מיט באקציין בשם רב קוק אז מען קען מתיר זיין די מותר, הגם מען האט עס נישט געטון ביז היינט. און דאס איז טאקע די פארשריפטן פון סיני.
די רעפארם זענען מתיר די אסור, ער וויל סך הכל מתיר זיין די מותר.
נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 11:35 pm
דורך דוד שריפטליך
עצי שטים האט געשריבן:איך ווייס וואס עס טוט זיך דארט,
רוב מאל איז עס בלויז "אונזער" וועג וויאזוי אפצוטייטשן דעם להתרחק אדער צניעות וואס זיי פארלעצן
די חסידים למשל זענען שומר נגיעה ביי די אייגענע ווייבער אפילו אין די ריינע טעג, בעת ביי די מער מאדערענע נישט........
אפשר פון דעם רעדסטו?
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 10:35 am
דורך שמן למאור
אויפגעפרישט לכבוד דעם באפארשטייענדע יו"ט שבועות, א צייט וואס מיר דארפן פון פריש מקבל זיין די תורה, כמבואר אין אלע חסידישע ספרים.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 1:38 pm
דורך סקעפטיקער
Wow! What a masterpiece!