בלאט 3 פון 6
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 7:09 pm
דורך שמן למאור
דאס הייליגע
Fight song האט שוין מחזק געווען אומצאליגע צעבראכענע נפשות פון איבער די וועלט.
עס איז ממש א שאד אז עס זאל נישט ווערן פאר'אידיש'ט, אז אויך היימישע אידן זאלן זיך קענען מחזק זיין מיט די
ווארימע ווערטער פונעם ניגון, וואס ברענגט ארויס דעם "אין שום יאוש בעולם כלל".
די ניגון איז א קאמפאזיציע פון רחל פלאטאן, וואס זי האט עס אויך געמאכט ווען זי איז אריבער א שווערע תקופה ווי זי
דערציילט דא
די ליד איז געווען אן אויפרייס בשעתו ווען עס איז ארויסגעקומען אין יאר 2015, און האט איר ארויפגעברענגט צום אויבן אן פונעם מוזיק ארענע. מען האט איר אנגעהויבן צו רופן איבעראל
פאר קאנצערטן, ווי די הויכפונקט איז געווען ווי די עולם האט מיט גרויס התחזקות געזונגען דעם "זיך שלאגן ניגון"
זי איז אפילו געריפן געווארן אויף טעילער סוויפט'ס 2015 טור צו מאכן אן אויפטריט צוזאמען מיט איר ביי א ריזיגע קאנסערט און פילאדעלפיע.
דא איז עס אפגעכאפט פון א בייקוקער, איך האב נישט געטראפן א בעסערע ווידיא, אויב איינער קען טרעפן עפעס קלארער, ווערט ער געבעטן עס ארויפצולייגן. עס גיבט אבער א בליק אויף די מחזה, פון די קוק-ווינקל פון די באטייליגטע.
א קענסער סערווייווער
האט עס געזינגען אויפן עלען שוי צוזאמען מיט רחל'ן,
און האט שפעטער
אויך באקומען די גאלדענע באזזער פון סיימאן אויף א.ג.ט.
די ניגון איז אגב
נישט קיין חידוש אויף א.ג.ט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 7:59 pm
דורך מתבודד
אה! א ריכטיגע ברסלב’ע תנועה.. זי איז טאקע א איד.
דערמאנט נאך איינעם פון 8th days miracles of light ?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2022 1:10 am
דורך דוד שריפטליך
היסטאריע האט געשריבן:דא קען מען הערן דער גאנצע ב"ש איסור פין הערן גוי'שע ניגונים.
ער ברענגט ארויס אז די צדיקים האבן גענומען ניגונים פון גוי'אישע פאסטוכער היינט זענען אויך דא פאסטוכער מען רופט דאס אין אמעריקע קאו באויס וואס זינגען קאנטרי מוזיק
נשלח: זונטאג אוגוסט 14, 2022 5:10 am
דורך נישטקייןאנונג
קהל'ס נער האט געשריבן:לאוו יארסעלף פון ג'וסטין ביבער איז עפעס א צידרייטס אין אזעלעכס, מען זאגט נאך אז ווער ספארגיסט נישט קיין טרערן ביי די ניגון צריך בדיקה אחריו.
די ניגון איז א בריוו צי זיין עקס.
Love Yourself
אזוי שטארק האט ער פיינט זיין געוועזענע
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 8:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:דער תנועה איז אזוי אידיש, לכאורה איז עס גע'גנב'ט פין אונז.
איך האב געהערט בעלי תפילה זינגען דעם ניגון אויף אדירי איומה דער ערשטן טאג ראש השנה ביי שחרית, כ'בין נישט זיכער ווער ס'האט דאס פארפאסט אבער ס'שמעקט זייער שטארק פון רבי שלמה'לע קארליבאך.
שטעלט זיך ארויס אזוי, דאס ליעד האט טאקע ארויפגעשטעלט דער אינדאנער וואס רופט זיך קאשמיר אבער ער האט עס ארויסגעגעבן מיט זיין פארטנער זפריר (יפרח) וואס איז א ישראל'ישער רעליגיעזער איד און
רעדט א פליסיגער עברית. אין אסאך קהילות זינגט מען דעם ניגון יעדע וואך ביי "הוא אלוהינו הוא אבינו" ביי תפילת מוסף של שבת, לכאורה קען ער עס ממקור ראשון פון זיין נעהבורהוד שוהל…
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 2:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 3:53 pm
דורך באהעלפער
מתבודד האט געשריבן:אה! א ריכטיגע ברסלב’ע תנועה.. זי איז טאקע א איד.
דערמאנט נאך איינעם פון 8th days miracles of light ?
והוא הנותנת.... אז ס'האט מיט יודישקייט ניקס!
ברעסלעוו איז נוצרות לגמרי. געפילן פון אהבה נפולה
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2022 2:48 am
דורך דוד שריפטליך
איך בין מוחה
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2022 3:00 am
דורך דוד שריפטליך
די תנועה האט גארנישט מיט ברעסלוב איך קען אידישע מוזיק ברסלבע מוזיק וכ'ו וכ'ו אז די ווילסט רופן ברסלב נצרות קענסטו רופן סיי וועלעכע חסידות פונקט אזוי אדער ערגער ואין כאן המקום להאריך ואמכמ ל וד"ל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 1:17 am
דורך סאנטיאגא
איך מיין דאס איז א first
א ביישפיל ווען דער גוי כאפט ליידער צוריק אונזערע ניצוצות..
אין 2020 איז געגאנגען וויירעל עפעס א
רימיקס פון אן אלטער
פרחי ניו יארק זינגענדיג א רוסישע ליד, אבער ליידער האבן זיי עס צוריקגענומען צו די צד הטומאה, און מיטגעשלעפט דעם סולן וואס איז שוין מסתם א א זיידע פון אייניקלעך
https://youtu.be/vq8ve-5Gu3A
ס'האט זיך געדרייט נאך צענדליגע ווערסיעס דערפון, אלעס מיט דעם תמימות'דיגן אינגל. אסאך האט מען אראפגענומען לכאורה אויס השגת גבול
דאס דארף צו זיין די ארגינעלע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 1:37 am
דורך סאנטיאגא
https://youtu.be/9Tqh7xkBSpg
אין מיין מיינונג איז דאס ווערט צו מטהר זיין, בכלל קארעא האט אסאך ענליכקייטן צו אונזערע הארציגע שטייטע זאכן, קען זיין ווייל יצי וואלדנער הערט זיי צופיל
Re: ניגונים וואס מען דארף זיי מעלה זיין צו די קדושה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 4:10 am
דורך עוקר הרים
סאנטיאגא האט געשריבן:איך מיין דאס איז א first
א ביישפיל ווען דער גוי כאפט ליידער צוריק אונזערע ניצוצות..
אין 2020 איז געגאנגען וויירעל עפעס א
רימיקס פון אן אלטער
פרחי ניו יארק זינגענדיג א רוסישע ליד, אבער ליידער האבן זיי עס צוריקגענומען צו די צד הטומאה, און מיטגעשלעפט דעם סולן וואס איז שוין מסתם א א זיידע פון אייניקלעך
https://youtu.be/vq8ve-5Gu3A
ס'האט זיך געדרייט נאך צענדליגע ווערסיעס דערפון, אלעס מיט דעם תמימות'דיגן אינגל. אסאך האט מען אראפגענומען לכאורה אויס השגת גבול
דאס דארף צו זיין די ארגינעלע
https://youtu.be/KhmbJP6uq1g
כ'מיין ס'הערט זיך ענדלעך צו דעם
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 12:38 am
דורך שמן למאור
כהאב אנדעקט א הייליגע יוטוב טשענעל מיט הייליגע ניגונים ממש איינס ביי איינס. מען דארף אדורך גיין ממש יעדע איינע און מקדש און מטהר זיין...
איך וועל דא ברענגען דריי דגמאות. תן לחכם ויחכם עוד. גייטס אדורך דארטן ניגון ביי ניגון פאר א תענוג רוחני.
https://youtu.be/Kp16NzxVm70
https://youtu.be/0m_E9qJkAio
https://youtu.be/Dpcz1wrdBcs
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 2:45 am
דורך דוד שריפטליך
איך האב אויסגעהערט איינס ביי איינס עס נישט אוועק צו מאכן אבער וואס האט דיך אזוי אינספערירט קען זיין אז דו גלייכסט מארשן אדער גאר ברוך לעווין'ס אלטע סחורה די ערשטע ענדלט אביסל צו ברוך לעווין וואס איז ווי באקאנט א תלמיד פון דעם באקאנטן הרב עבי ראטענבערג וואס האט ווי באקאנט געהערט מוזיק פון דזשאן דענווער וכ'ו די צווייטע איז עפעס א איירישע ליד וואס די פאסטוכער פון צפון איירלאנד זונגען ביים פאשענען די ווילדע ציגן די דריטע ליד הערט זיך ווי דייטשע מילטערישע מארש נאך איין הערה בדרך אפשר אז ווי באקאנט איז די דרך פון חסידות באזירט לויט געוויסע זאכן פון על פי קבלה וכ'ו און איך האב פארשטאנען פון די דעסקריבשאן אז דאס זענען מיסטישע לידער וועגן דעם קלער איך אז אסאך אלטע חסידישע ניגונים האבן א געוויסע היילייגקייט ווי עצי שיטים וויל עס רופן איז דאס טאקע דערפאר ווייל די צדיקים האבן עוסק געווען אין קבלה מען ברויך באטאנען אז ווען איך ערווען חסידות מיין איך נישט די היינט אזוי גערופענע קרייז על שם חסידי/חרידיזם וכ'ו.......
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 8:06 pm
דורך קהל'ס נער
גדול אדוני
א נוצרי'שע תפילה/פרעפלעריי
ווען אינז וואלט מיר געדאווענט אזוי וואלט איך אויך געקימען אין ס'מעדרעש.
דאס מיינט כל עצמותי תאמרנה, ס'רייסט זיך ארויס א תפילה צים אייבערשטען, און מיט דעים קען מען אויך פארענטפערען "פארוואס דאוונט מען, ס'העלפט דאך מילא נישט?
און פאר די וואס ליידן אויף פרויענפאביע, אט א דיסקלעימער ס'אנטהאלט פרו*ען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 8:30 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:גדול אדוני
א נוצרי'שע תפילה/פרעפלעריי
ווען אינז וואלט מיר געדאווענט אזוי וואלט איך אויך געקימען אין ס'מעדרעש.
דאס מיינט כל עצמותי תאמרנה, ס'רייסט זיך ארויס א תפילה צים אייבערשטען, און מיט דעים קען מען אויך פארענטפערען "פארוואס דאוונט מען, ס'העלפט דאך מילא נישט?
און פאר די וואס ליידן אויף פרויענפאביע, אט א דיסקלעימער ס'אנטהאלט פרו*ען.
פון ווייסטו אז ס'איז נוצריש? עס זעט אויס אידיש...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 8:36 pm
דורך מתבודד
טוה מיר א טובה.
כ’וואלט אויך געקומען פאר דעם אין ס’מעדרעש, אבער דאווענען וועל איך ווייטער אינדערהיים...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:28 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:גדול אדוני
א נוצרי'שע תפילה/פרעפלעריי
ווען אינז וואלט מיר געדאווענט אזוי וואלט איך אויך געקימען אין ס'מעדרעש.
דאס מיינט כל עצמותי תאמרנה, ס'רייסט זיך ארויס א תפילה צים אייבערשטען, און מיט דעים קען מען אויך פארענטפערען "פארוואס דאוונט מען, ס'העלפט דאך מילא נישט?
און פאר די וואס ליידן אויף פרויענפאביע, אט א דיסקלעימער ס'אנטהאלט פרו*ען.
פון ווייסטו אז ס'איז נוצריש? עס זעט אויס אידיש...
זיי זענען יודישע נוצרים, אמאל האט מען זיי געריפן משומדים.
די מיטעלסטע פרוי פון פארנט איז א גרויסע רעביצין זי הייסט רעב. ש. ליבערמאן
(כ'ווייס די עולם איז הייס צי וויסן איר ערשטע נאמען, אבער אויב ווערן ענק נכשל מיט ז"ל איז עס נישט מיין אחריות......נו זאג שוין...... אקעי, זי הייסט שרה)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:41 pm
דורך וואלווי
ס'איז פונקט גוט פאר אראפ קרוזען די הייוועי שטאטערהייט אין א קאנווערטיבל, אדער ביים ים, מ'דארף עס נישט מעלה זיין...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 11:16 pm
דורך מתבודד
די ביזט דעי רשע וואס קרוזט אראפ די הייוועי אויף 40 מפ”ש??? פוי די ציונים!!!!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 11:54 pm
דורך וואלווי
מתבודד האט געשריבן:די ביזט דעי רשע וואס קרוזט אראפ די הייוועי אויף 40 מפ”ש??? פוי די ציונים!!!!
יאפ. דער מיט איין פיס ארויף אויפן טיהר שפיגעל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:31 am
דורך דוד שריפטליך
מיר זעט דאס אויס ווי עס איז א א איזרעאלישע ווערסיע פון גאספעל קאנטרי ...... קענסט דו ישראלים וואס זענען געקומען קיין האליוואוד אדער קיין נעשוויל פאר א קאריער?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 6:35 am
דורך מתבודד
וואלווי האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:די ביזט דעי רשע וואס קרוזט אראפ די הייוועי אויף 40 מפ”ש??? פוי די ציונים!!!!
יאפ. דער מיט איין פיס ארויף אויפן טיהר שפיגעל.
אההה וועגן דעם האסטו נישט באמערקט ווי איך wave דיר זיך צוצויאגן ווייל איך דארף דעספערטלי די געז סטעישן.....
שוין. מחל לך.
אבער די ווייסט אז אונזערע רעבעס האבן זיך נישט נוהג געווען צו דרייוון קאנווערטיבלס, יא?