איינער האט מיר געפרעגט אין אישי עפעס וואס איז נוגע צום נידון האשכול, האב איך געקלערט דאס דא ארויפצולייגן (אביסל מאדיפיצירט) אלס א חלק פונעם דיסקוסיע. ובזה החלי:
אז דו פרעגסט מיר וואס איך האלט לגבי א פראקטישע מהלך אין א פאל
וואו איך האב למעשה נישט קיין עכטע פראקטישע עקספּיריענס, קען איך נאר ענטפערן עפ״י די פסיכאלאגישע ריסערטש אין דעם געביט. כ׳האב געזעהן א שטיק צייט צוריק פון דר. מיכאל שערמער וואו ער רעדט לגבי די סארט ארגומענטן אין א מער פאליטישן קאנטעקסט וואו איינער איז קעגן געפינסן (והוכחות) פון מדע און דער אנדערער וויל אים איבערצייגן. אין אלגעמיין זעהט מען אז ווי מער ראיות והוכחות מ׳ברענגט, אלס
מער ווערט די קעגנער איינגעגראבן אין זיינע דיעות - דאס
בּעקפייר עפעקט. דאס איז מכח דעם ווייל עס איז נישט אזוי ווייט דעם נידון פרטי אויף וואס מ׳טענה׳ט זיך, נאר גאר אפט איז די קעגנער׳ס גאנצע אונטערליגענדע וועלט-אויסקוק אין געפאר און דאס גייט ער פארטיידיגן יעבור עליו מה.
דאס איז אויך לכאורה נוגע צו טענות אין אונזער געמיינדע אין די סארט ענינים בכלל, ולכאורה אין א נידון מיט א ווייב בפרט. דא איז עס אפשר נאך מער ווייל מ׳זוכט דאך
טאקע צו טוישן (צו עפעס אַן עקסטענט) איר וועלט-אויסקוק בכלל (עכ״פ צוביסלעך).
די עצה היעוצה אויף צו איבערצייגן א קעגנער אין אַן ארגומענט עפ״י ריסערטש
(מזיכרון, די סטאָדיִס את״י כעת און איך דארף זיי טאקע טרעפן און נאכקוקן) איז אז:
1). די מיט וועמען מ׳טענה׳ט זיך זאל זיך כסדר פיהלן וואו זי איז אלס אקצעפטירט און רעספּעקטירט בכל הענינים (מ׳האלט נאך אלס אז זי איז א קליגע אא״וו), הגם מ׳דינגט זיך מיט איר. זי איז און פיהלט גענצליך סעקיוּר.
ועפי״ז
2). מען זאל אלס האלטן געפיהלן אידרויסן פונעם
רואיגן דיסקוסיע. דאס אנהאלט אין זיך אז מ׳
דיסקוסירט -
קיינמאל אטאקירן אדער זיין פּאָלעמיק. (דאס קען זיין גאר שווער, ובפרט וואו די קעגנער ווערט יא אזוי, וויבאלד ס׳רירט דאך צו צו אירע יסודות׳דיגע וועלט-אויסקוק(ן) ואפילו אידענטיטעט. אין אזא פאל דארף מען לכאורה זעהן צו בארואיגן די מצב, זי זאל נישט פיהלן וואו זי איז אונטער threat. ואפשר אפילו זוכן אַן אנדערע שעת הכושר.)
3). אייביג אויסהערן איר צד און דאס באמת פארשטיין ממבטה. דאס אנהאלט איבערזאגן איר שיטה און דאס קלאר ארויסברענגען אין אייגענע ווערטער און איר פרעגן אויב דו האסט דאס גוט פארשטאנען. (דאס איז בדרך כלל גרינגער, וויבאלד מ׳קומט דאך בעצם אויך פון דארט מעיקרא.) דאס העלפט אויך בנוגע די פריערדיגע פונקטן אז זי פיהלט ווי מ׳פארשטייט איר און מ׳רעכענט זיך מיט איר דעה ופאזיציע; זי פיהלט סעקיוּר.
ענליך,
4). ארויסווייזן און צייגן פארשטאנד
פארוואס זי האלט וואס זי האלט; די אונטערליגענדע ברייטערע וועלט-אויסקוק און כאראקטער אירע וכו׳ וואס פיהרן דערצו וכנ״ל.
והיא העיקר,
5). ווייזן ווי דיין פאזיציע קען נאך אלס (בעצם) פּאַסן מיט איר אלגעמיינע וועלט-אויסקוק און איז נישט קיין ״סכנה״ דערפאר; עס איז (עכ״פ נאך נישט) ״
די״ טויש וואס זי האט אזוי (סאָבּקאַנשׁעסלי) מורא פון וכנ״ל. דאס איז די חלק ההדרגה: איינמאל איין פאזיציע פּאַסט שוין, קען די נעקסטע שוין אויך צוביסלעך, ביז די עצם וועלט-אויסקוק ווערט טאקע דאדורך מאדיפיצירט בכלל; פונקט אזוי ווי ביי יעדעס מענטש וואו זיין וועלט-אויסקוק וכו' ווערט מאדיפיצירט צוביסלעך עפ"י די פרטים וואס ער נעמט אָן במשך הזמן.
דאס גייט אויך צוזאמען מיט דעם אז מ׳זאל זעהן דאס צו אויסשטעלן אזוי אז דיין פאזיציע ליגט שוין בעצם אין הנחות/פאזיציעס וואס זי אליין האלט און עס איז א פועל יוצא דערפון. אין אנדערע ווערטער, זי איז בעצם שוין אויך באמת מסכים דערצו. דאס ווייטער קען העלפן אז זי פיהלט זיך נישט געסטראשעט פון די פאזיציע.
כאמור תמכתי יסדותי אויף די ריסערטש אין דעם וואס זאגט וואס עס איז
מער עלול צו העלפן. כמובן, אזוי ווי רוב רובא פון געפינסן אינעם פעלד פון פסיכאלאגיע, איז דאס אויסדרוקליך
נישט זיכער און מ׳קען מיט דעם ״נישט ממש גיין צום באנק״.
די אשכול קען אפשר געבן א ברייטערע בליק איבער דעבאטעס בכלל.