זיך אליינס צו בויען און באפעסטיגן איז וויכטיג; ס'פירט לאוו דוקא אלעמאל צו ווידערשפעניגונג. דער תורה'לע קומט געווענליך פון אזעלכע וואס ווילן די מאסן זאלן שווענדן צייט אויף טעאריע, ספרים און שמועסן אזוי לאנג ווי זיי נעמען זיך נישט דאס לעבן אין די האנט אריין.. ס'זענען פארהאן טויזנטע מענטשן וואס האבן זיך שיין אליינס געבויעט און אויפגעקלערט און זענען נישט קיין ווידערשפעניגערס.
דער עיקר אז מ'זאל קוקן קודם אויף זיך בעפאר מען טיילט איין א צווייטן ווי אזוי צו פירן דאס לעבן און מען זאגט יענעם גענוי וואס נאר איז א גוטע איד..
כ'בעט דיך - זיין א חזון איש מיט א טשובינע רב וועל איך לאזן פאר דיר און פאר דיינע קינדער; איך וויל אויך אביסל לעבן אויף דער וועלט - טענק יו!
און אז דו שרייבסט שוין יא אמאל, זשאלעווע'זשע נישט אויף ספעיסעס ביטע.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
לדעתי איז דאס אומרעאליסטישע היפאטעזע - אזא 'ווי ווען די באבע וואלט געהאט רעדער.' קיינער שרייבט זיך נישט אויס די גענויע ספירוטואלע גאנג וואס ער וויל פאר זיינע אייניקלעך און אור אייניקלעך. קוים וואס מענטשן טוען דאס פאר די אייגענע קינדער. מענטשן ווילן ס'זאל זיין גוט פאר זייער קינד בגשמיות און געווענליך האט מען א שיטה אז אויב וועט דאס קינד זיין אזוי און אזוי ברוחניות, וועט אים דאס העלפן בגשמיות. ווער גייט זיך אנדערש פירן יעצט נאר כדי זיין אייניקל זאל נישט זיין קיין אטעאיסט אדער זאל נישט גיין מיט חאקי הויזן און בעידינג סליפערס אין א הייסע זומער טאג? מען פירט זיך אויף אזוי ווייט ווי מען קען זעהן אז ס'האט אן השפעה, אז ס'האט אן עפעקט, און דאס איבעריגע לאזט מען פאר'ן באשעפער. דער מושג פון 'מענטשן שפילן גאט' ווי כאילו גאט האט אן איבערפלוס פון ארבעט און קען נישט נאכקומען די דעדליין, נישט נאר אויף די שוירט טערם נאר אפילו די לענגערע דעדליינס פון אפאר הונדערט יאר ארום, און ער ברויך אוירדזשענטלי דיין הילף איז א היימישע מחלה.. א קליינטשיגע דאגה.. לפי דעתי הקטנה..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
דר. שמעון רבידוביץ שרייבט במשנתו של הרנ״ק [ר׳ נחמן קרוכמאל]:
מי הוא לרנ“ק ה”משכיל" הראשון בשלשלת־היוחסין של ה“השכלה”? לא יון לוק (John Locke) מאבות ה“השכלה” האנגלית, ולא בייל (Pierre Bayle) מבית מדרשו, לא האנציקלופדיסטים, לא משה מנדלסזון ולא נפתלי הירץ ויזל וחבריהם – כי־אם עזרא הסופר, הוא שהניח את היסוד ל“השכלה”. שהרי בו נאמר לראשונה (נחמיה ח יג) כי ביום השני נאספו אל עזרא להשכיל אל דברי התורה. “הפירוש הנכון” בדברי התורה אף הוא מפעולותיה של ה“השכלה”. ורנ“ק חוזר ומדגיש דבר זה, מבאר את טיבו של ה”משכיל" ואומר: “וכל השוקד להוציא מן התורה איזה דעת תורנית או איזה מוסר מישר ומכוון הלב, כבר הוא משכיל בה, איש־איש על דרכו” וגו'.
ולא עוד, אלא ש“השכלה” זו היא בחינת הכרח טבוע באדם, הכרח שאין בכחו להפטר ממנו, בחינת Idea innata. בין כל האידיאות שהן טבועות באדם מטבע ברייתו מונה רנ“ק אף את יסוד־ה”השכלה". וכך אנו מוצאים אותו אומר: “וכל זה החפץ להשכיל בתורה תלוי ונטוע בלב, לא יזח ממנו לעולם, כי־אם על דרך מקרה בקורות היחיד והאומה וחוזר ושב בסור המקרים הרעים ובהתחדש קצת מנוחה ושלוה גופנית”.
ומלבד עזרא הסופר, אבי ה“השכלה” הרנ“קית, עסקו לדבריו ב”השכלה" זו רוב חכמי ישראל שבדורות הקדומים, מימות אנשי כנסת הגדולה ואילך. התנאים והאמוראים אף הם היו “משכילים”. אביי ורבא היו לדברי רנ“ק, “הראשונים לזה הדרך”, לדרך־ה”השכלה" בהלכה. וכך אנו מוצאים את רנ"ק והוא מתרגם את “הוויות דאביי ורבא: – “השכלה” של אביי ורבא. ורנ”ק מוסיף ואומר: “והמלה [הוויות] מקוטעת כנהוג מאד בלשון הגמרא וגו' והשורש מורגל הרבה בסורסי, ופתרונו השכלה”.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)