בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:49 pm
דורך פרענטש וואנילע
אמאל האב איך געכאפט א גליטש אין שויער, ווארשיינליך אויף די צואת האף (ר"ץ בלע"ז) פון איינעם וואס האט זיך אויסגעבלאזען אלדאס בייזעס פון די נאז אויף די שויער פאדלאגע ארויף.. צו ווייסט ער נישט אז ס'זענען פארהאן טישוס פאר דעם ציל? דארפען זיך אומשולדיגע גליטשן אויף זיין אפפאל?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
נארמאל דארף די וואסער דאס אפשווענקען.
ערגער פון דעם איז נאך די וואס בלאזן אריין אין די מקוה האנטוכער וואס איז א רשות הרבים.
ועל כגון דא אמרו "פעך".

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 1:42 am
דורך אפריקאנער
גאלד האט געשריבן:איך ווייס א מעשה שהי' א מקוה האט געליטן פון א אנשיקעניש פון מי רגליים און די מקוה, האבן זיי איין טאג אויסגעהאנגען א צעטיל ווי פאלגענד:
דער מקוה איז אויסגעשטאט מיט א מאשינקע אז ווען איינער איז משתין אין דעם בור צינדט זיך אן א הויכער פייפער,
נאך יענעם טאג קומט ארויס א בחור פונעם בור אין שרייט אויס זיגרייך: "עטס זעהט עס האט נישט געפיפן!"

מיר דערמאנט עס אן אנדער מעשה ביי הרה"ק מסאטמאר אין בעיקערטאון רד. האט געהאגן א צעטיל בזה"ל אין להשתין כאן ואם השתין יצא
פשט דערפון איז געווען בשעת מ'האט געווארט ארייןצוגיין אל הקדש פנימה האט דער עולם גע'קטן'ט אינדרויסען אינעם גאראדזש האט דער שרייבער (געמיינט צו) זאגן וועם מטרעפט ביי די מעשה הקטנות וועט מען ארויסווארפן פונעם שטוב והמבין יבין

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:45 pm
דורך דעינעש
אינעס היינטיגע 'די קלאסיפייד' אין וומ"ס, זעט אויס אז עס האט שוין פאר איימיצן איבערגערינען ס'געדולט, און ער האט ארויסגענומען איטליכע דאלאר פון טאש און נאכדערצו אויפ'ן כ'מעט אויבן אהן, צו מעלדן זיין אויפברויז: ואהבת לרעך כמוך: ברענגט נישט אריין אייער שמיטץ שוויטץ קרענק אין מקוה, נעמט פארדעם א שויער עד כאן האויספלאטצץ.

ער ווייסט זעהט אויס נישט, אז אלעס ווערט בטל בשישים, וכדין מקוה המטהר בארבעים סאה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:20 pm
דורך קליגער איד
דעינעש האט געשריבן:אינעס היינטיגע 'די קלאסיפייד' אין וומ"ס, זעט אויס אז עס האט שוין פאר איימיצן איבערגערינען ס'געדולט, און ער האט ארויסגענומען איטליכע דאלאר פון טאש און נאכדערצו אויפ'ן כ'מעט אויבן אהן, צו מעלדן זיין אויפברויז: ואהבת לרעך כמוך: ברענגט נישט אריין אייער שמיטץ שוויטץ קרענק אין מקוה, נעמט פארדעם א שויער עד כאן האויספלאטצץ.

ער ווייסט זעהט אויס נישט, אז אלעס ווערט בטל בשישים, וכדין מקוה המטהר בארבעים סאה.

מין הסתם גייט יענער און מקוה און ראדני