בלאט 1 פון 1

איך האב אסאך קשיות, איך וויל פארשטיין

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:18 pm
דורך זר זהב
קען זיין ס'נארישע פראגעס. אבער ולא הביישן למד.

ווען דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט איז דאך געווען אין פלאן אז מ'גייט זיין אין גן עדן, רייט? נאר ווייל אדם האט געזונדיגט איז ער פארטריבן געווארן פון גן עדן און "מיתה" איז "באשאפן" געווארן (אן אקסי-מאראן...?)
וויאזוי שטימט דאס מיט די לערנונגען פון נהמי דכסופי, אז די סיבה פארוואס אונז זעמיר דא אויף דער וועלט איז זיך צו שלאגן מיט'ן יצר
כדי צו האבן שכר אויף יענע וועלט אן קיינע בושות,,, אמער נישט דאס איז דאך בכלל געווען די אריגינעלע פלאן פון השם?!?!
----------------------------------
פאר דער אייבישטער האט באשאפן חוה האט ער געזאגט לא טוב היות האדם לבדו.
פארשטיי איך נישט, האט ער געהאט אן אנדערע פלאן וויאזוי מ'וועט האבן קינדער אן א פרוי?