איך בין אויך א מענטש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פאכמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך פאכמאן »

מי ימצא האט געשריבן:
פאכמאן האט געשריבן:די ערשטע זאך וועלט גוט געוועהן ווען דו מאכסט לייסנס. האבן גרייט לכל צרה שלא תבוא.
אזוי אז איינמאל וואס דו וועסט זיין סטאק וועסטו שוין נישט פרעגן קיין פראגעס און זיך אוועקזעצן ביים רעדל.
דער וועט רעדן און יענע וועט נאכזאגן, און ס'וועט אנקומען צו דיין משפחה. און דו וועס זאגן, יא איך האב שוין לאנג לייסנס אבער איך נוץ עס נאר פאר עמערדזנסי.
און דאס איבעריגע איז שוין היסטאריע...
תודה תודה רבה. איך קויף אפ דיין עצה מיט א לייק. אזוי וועלן מיר טאקע טאהן.

:like :like :like
זעה נאר עס צו מאכן עכט טאמעוואטע נישט אז דו ביסט אינטרעסירט צו אויפרעגן איינעם. נאר בלויז זאגן ריינע אמת און פאקטן מיט א תמימות.
דאס ארבעט פיין ביי אסאך עלטערן-קינדער אישוס.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

להוסיף לסאנטיאגא,

אין די תורה וחז”ל טרעפט מען גענוג אז מ’דארף מחשיב זיין א סעקאנד קלעס. דאס אז מ’דארף האלטן די פרויען טייער אדער בכבוד נעמט נישט אוועק זייער סעקאנד קלעס סטעטוס.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אויף די לבנה שאלה קענסטו דאך נישט ענטפערן. דארפסטו שנעל טרעפן עפעס א לימוד זכות צו דינען אלס שיינעם קאווער-אפ. אדרבה ברענג אפיר די גרעסטע קעפ, איך ווייס שוין די תירוץ, אבער קענסט פרובירן צו טשעלענדזשן וועם דו ווילסט. סתם ווייל דו ביזט נאכנישט איבערצייגט, איך פאר איינער, האלט די אמת'ע הסבר איז אז ווייל זיי זענען אפגעריסענע housekeepers איז זייער דזשאזשמענט בעסער אויף פרייאינג פענס און באבל'דיגע זופ ווייל דאס טוען זיי אגאנצן טאג, ממילא ווען זיי קומען ארויס אויף די גאס זענען זיי נישט גענוג street smart צו פארשטיין די אינס ענד אוטס פון אסטראנאמיע... #פראקטיש
דאס איז נישט טשערי פיקן. אז די זעסט אז ביי אנדערע זאכן האבן זיי די זעלבע רעכטן ווי א מאן זאגט דיר עס אז יעדע זאך וואס נישט האט א סיבה. און לאמיר נעמען פאר א דוגמא א מיליטער וואס ווערט געפירט דורך פרויען וואלסטו געוואלט וואוינען אין יענע לאנד? איך נישט. ווייל די מציאות איז אז ס'איז דא זאכן וואס זיי זענען נישט אזוי טויגליך ווי מענער, פונקט ווי געוויסע זאכן זענען מענער נישט אזוי ווי זיי. נשים דעתן קלה איז א פאקט, נישט קיין ליצנות. און נישט הרג’ענן על פיהם איז א פארשטענדליכע זאך, און גראדע ווערט עס ארויסגעלערנט פון א פסוק ס’נישט מכח סברא.
נעם די מער אבוויעס עלעפאנט אין די רום: פארוואס מעג א פרוי נישט נאכאמאל חתונה האבן אן א דאקומענט פון א מאן
איך זע נישט די גרויסע עלעפאנט אינעם גט, ס”ה האט די מאן ”געקויפט” די פרוי, מיט איר קלארע הסכמה, אין די קנין איז זי זיך מתחייב אויף איין איינציג זאך בעת וואס ער נעמט זיך אונטער א ליסט פון זאכן וואס איז אים משעבד צו איר סאך מער פון וואס זי איז זיך משעבד צו אים, און אז זי וויל ברעכן די דיעל און גיין צו א צווייטן דארף זי ברענגן פראף אז ער איז מסכים.
און וואס דו זאגסט וועגן בי”ד האט עס נישט מיט מענער אינטערדריקן פרויען נאר מיט אויטאריטעט, וואס איז א זאך וואס איז געגעבן געווארן פאר מענער וואס זענען גענוג געלערנט וכו’ אפשר ביסטו אינטערדריקט פון דיינים וואס פסק’ענען דיך שאלות? די וועלט ארבעט אז ס’איז דא העכערע אויטאריטעטן, און נאר דאס האלט אן די וועלט. ווען ס’קומט צו אינטערדריקן האבן פרויען די זעלבע רעכטן ווי מענער, ווען זי ווערט געשלאגן, בא’גנבע’ט, פארשעמט איז זי גארנישט סעקאנד קלעס.
און ס’איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז נאך די חתונה איז א מאן משועבד צו בלייבן מיט איר א יאר צייט, אזש ער טאר נישט גיין העלפן אין א מלחמה, די פריוויליגיע וואס א פרוי האט מן התורה, באקומען נישט די היינטיגע פרויען אינעם אידישן מדינה ווען זייערע מענער גייען אין צבא.
אונטערדריקן אנדערע מינים מיט ווייניגער פאוער
מיינסט מן הסתם די אנדערע מין. וויפיל מינים איז דא?
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מתבודד האט געשריבן:

איז לאמיר פארשטיין: ווייל די מאן נעמט זיך אונטער איר מער זאכן איז ער איינוועגס געווארן די באלעבאס אויף איר? אקעי, כ'האב נישט געוויסט מ'גייט נאך רוב, איך לערן מיך נייע זאכן, כ'האב אויך נישט געוויסט א כתיבה איז א human trafficking agreement איך האב אלס פארשטאנען ס'איז א קאמיטמענט הסכם צווישן צוויי שותפים.

נאך וויל איך דיר פרעגן מיין פריינט, טוט נישט יעדע פאר-הרי את-ע פרוי וואס האט א דזשאב אין א גראפיק קאמפעני צו אין סעילס, און קען זיך טעקניקלי אליינס אויסהאלטן, בריטשן די קאנטראקט וואס מ'האט זיך אויסגענומען אזוי האלב נאך אכט אין אימפעריאל? לשיטתך

וואס דו האסט געשריבן ביז אהער איז צו איגנארנט פאר מיר צו קאמענטירן דערויף, לאמיר האפן איין טאג וועסטו צוקומען צום שכל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מתבודד האט געשריבן:
אונטערדריקן אנדערע מינים מיט ווייניגער פאוער
מיינסט מן הסתם די אנדערע מין. וויפיל מינים איז דא?
לויט די ערשטע משנה אין חגיגה, לכל הפחות דריי. פרומער פון בילאגיע וואס רעכנט נישט טומטום עקסטער
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סאנטיאגא האט געשריבן:

א,א הכול חייבין בראייה--חוץ מחירש שוטה וקטן, וטומטום, ואנדרוגינוס, ונשים, ועבדים שאינן משוחררין, והחיגר, והסומא, והחולה, והזקן שאינו יכול לעלות ברגליו
פארוואס נאר דריי? איך זעה נאך אפאר.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ער מיינט בנוגע שיטת ר״מ/ר׳ יוסי המובא בביכורים (ד ה) אנדרוגינוס בריה בפני עצמה הוא, ולא יכלו חכמים להכריע עליו אם הוא איש או אשה (וע״ש בר״ש).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

מי אני האט געשריבן:ער מיינט בנוגע שיטת ר״מ/ר׳ יוסי המובא בביכורים (ד ה) אנדרוגינוס בריה בפני עצמה הוא, ולא יכלו חכמים להכריע עליו אם הוא איש או אשה (וע״ש בר״ש).
ולא יכלו חכמים להכריע עליו אם הוא איש או אישה. ווייל א דריטע מין איז עס זיכער נישט
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

מי אני האט געשריבן:ער מיינט בנוגע שיטת ר״מ/ר׳ יוסי המובא בביכורים (ד ה) אנדרוגינוס בריה בפני עצמה הוא, ולא יכלו חכמים להכריע עליו אם הוא איש או אשה (וע״ש בר״ש).
ולא יכלו חכמים להכריע עליו אם הוא איש או אישה. ווייל א דריטע מין איז עס זיכער נישט
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

וועגן דעם האב איך צוגעצייכענט צום ר״ש וואס איז מפרש:
ותימה א״כ ר׳ יוסי דהכא היינו ת״ק ועוד מאי [המשך הברייתא] אבל טומטום אינו כן אלא או ספק איש או ספק אשה, אנדרוגינוס נמי כן הוא. ודוחק לומר דנקיט ״אינו כן״ משום דטומטום ספק שלו יכול להתברר אם נקרע דאם נמצא זכר הוא זכר ודאי ואם נמצא נקיבה הוה נקיבה ודאית, משא״כ באנדרוגינוס שלעולם עומד בספק, ד לשון אינו משמע כן כלל. אלא יש לפרש דאנדרוגינוס לר׳ יוסי שלשה ספיקות יש בו ספק בריה ספק איש ספק אשה.
תוס׳ ביבמות פג. ד״ה בריה האלט אבער נישט אזוי, ״בריה דקאמר הכא היינו שהוא ספק כדקאמר ולא הכריעו וכו׳״ ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

סאנטיאגא האט געשריבן
איסלאם איז איין רעליגיע, אידישקייט א צווייטע, קריסטנטום א דריטע, הצד השווה שבהן זיי אלע זענען געפירט ביי מענער און האבן געזעצן צו אונטערדריקן אנדערע מינים מיט ווייניגער פאוער
היות ס’קוקט אויס אז ער מיינט נקיבות האב איך מעיר געווען ס’וואלט געדארפט שטיין די אנדערע מין, און נישט מינים. אויב איז די כוונה געווען נקיבות פלוס טמטום פלוס אנדרוגינוס, צו איך צוריק. (כאטש דאס איז אויך נישט זיכער נאך א מין כמ”ש מי אני)

איך פארשטיי אויך אז האסט געמיינט טרענסזשענדער מיט לגבט...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

סאנטיאגא האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:
איך זע נישט די גרויסע עלעפאנט אינעם גט, ס”ה האט די מאן ”געקויפט” די פרוי,.
איז לאמיר פארשטיין: ווייל די מאן נעמט זיך אונטער איר מער זאכן איז ער איינוועגס געווארן די באלעבאס אויף איר? אקעי, כ'האב נישט געוויסט מ'גייט נאך רוב, איך לערן מיך נייע זאכן, כ'האב אויך נישט געוויסט א כתיבה איז א human trafficking agreement איך האב אלס פארשטאנען ס'איז א קאמיטמענט הסכם צווישן צוויי שותפים.

נאך וויל איך דיר פרעגן מיין פריינט, טוט נישט יעדע פאר-הרי את-ע פרוי וואס האט א דזשאב אין א גראפיק קאמפעני צו אין סעילס, און קען זיך טעקניקלי אליינס אויסהאלטן, בריטשן די קאנטראקט וואס מ'האט זיך אויסגענומען אזוי האלב נאך אכט אין אימפעריאל? לשיטתך

וואס דו האסט געשריבן ביז אהער איז צו איגנארנט פאר מיר צו קאמענטירן דערויף, לאמיר האפן איין טאג וועסטו צוקומען צום שכל...
ווי קומט אריין human trafficking?? ווייל כ’האב געשריבן ”געקויפט”?! די ווארט געקויפט איז לשון המשנה, און רש”י זאגט גלייך אז ס’מיינט סה”כ אז זי איז מקודש צו אים אויף איין זאך. (אויב שלאגט ער איר איז די זעלבע דין ווי אויב ער שלאגט א פרעמדע מענטש.)
יא, ס’איז א הסכם, און צו גיין ווייטער אין לעבן דארף זי א שטר פון אים אז ער האט אויפגעגעבן אויף די שותפות. די סיבה פארוואס ער איז בעלים אויף די שותפות איז צוליב דעם וואס ער ”קויפט” איר מקודש’שאפט. אז ס’איז מיט איר הסכמה קומט נישט אריין trafficking. און טאמער ער דארף גיבן א גט און האלט נישט דערביי, העט זי באקומען א גט מעושה, אדער היתר מאה רבנים, זי איז נישט געבינדן צו אים לעולמי עד.
דיין שטיקל וועגן איר אייגענע אינקאם לא זכיתי להבין אויב די קענסט זיי זיך בעסער מסביר
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מתבודד האט געשריבן: און לאמיר נעמען פאר א דוגמא א מיליטער וואס ווערט געפירט דורך פרויען וואלסטו געוואלט וואוינען אין יענע לאנד?
דאס הערט זיך ווי זייער א זיכערע פלאץ צו וואוינען אין. נעמנ'דיג אין באטראכט אז מענער האבן אנגעהויבן רובא פון די מלחמות אין היסטאריע...

נאך רענדאם אינטערסאנטע פאקטן איבער מאנספערזאנען: זיי זענען פאראנטווארטליך פאר רוב וויילענס, רוב פון די מארדן, רעיפ, און פארשידענע אנדערע קרימינאלע אקטיוויטעיטן בכלליות. א שטייגער לויט BOP statistics אריבער 93 פראצענט פון די תפיסה פאפולאציע זענען יאפ... זכרים.. אזוי ווייטער און ווייטער. היסטאריקעלי? ווער האט געעפנט רוב קולטס? זאג דו. איראניש פון וועם דו ביזט אזוי באזארגט...

דאס מיינט אוודאי נישט מ'דארף ערוועלן אן אלטער קארופטירטער קראוני בלויז פארן נקיבה לעיבל וואס זי טראגט. און גיין אלט. לינק און אויסראטן יעדע מאן קאמאנדיר פון יעדע מילעטערישע באזע, נישט דאס זאג איך. ס'איז נאר א חידוש צו הערן אזא מיינונג, בעת וואס אין רוב פון די פראגרעסיווע וועלט (אין אנדערע לענדער פיל מער ווי דאהי) פארשטייט מען שוין א לאנגע צייט, אז די מער רעפרעזענטאציע יעדער האט די מער טשאנסן פאר גערעכטיגקייט. דו האלסט טאקע אז אויב זאלן אין 30 יאר ארום זיין צען פרויען אין רבני'שע פאזיציעס אז ס'וועט זיך נישט טוהן א מהפיכה וועגן די גט קריזיס? און אנדערע שאוויניסטישע אבסעסירונגען מיט גרופעס וואס זענען אדערווייל אונטערדריקט?
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מתבודד האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן
איסלאם איז איין רעליגיע, אידישקייט א צווייטע, קריסטנטום א דריטע, הצד השווה שבהן זיי אלע זענען געפירט ביי מענער און האבן געזעצן צו אונטערדריקן אנדערע מינים מיט ווייניגער פאוער
היות ס’קוקט אויס אז ער מיינט נקיבות האב איך מעיר געווען ס’וואלט געדארפט שטיין די אנדערע מין, און נישט מינים. אויב איז די כוונה געווען נקיבות פלוס טמטום פלוס אנדרוגינוס, צו איך צוריק. (כאטש דאס איז אויך נישט זיכער נאך א מין כמ”ש מי אני)

איך פארשטיי אויך אז האסט געמיינט טרענסזשענדער מיט לגבט...
איך ווייס דאך נישט אויב דו עקנאלידזשטס אז דאס זענען מענטשן בכלל... כ'האב מכוון געווען די עזרת נשים, אבער דאס גייט אוודאי אן אויף סיי וועלכע מינאריטעיט. פרויען, טונקלהויטיגע, נעטיווס, אימיגראנטן, רעליגיעזע, נאן-ביינעריס. יעדע פון די גרופעס האבן אויסצושטיין רדיפות/marginalization
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
פארשפארט