בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
עצי שטים האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:איך זע אז טייל זענען מיר דא חושד, און געוויסע פרעגן מיר אהן אין אישי אויב איך בין גאר
@me smart.
חברה, וויאזוי קען מען אפילו האבן אזא הוה אמינה??? איך זאל מיך אזוי ציקריגן מיטן אלעמען באליבטן ר' בערל?!?!
אהא, הייסט פינקט ווען עצי שיטים איז געגאנגען שלאפן פאר א וואך איז מי סמארט געבוירן, און פינקט ווען מי סמארט איז ציריק געגאנגען צים אייביגן רוה איז עצי שיטים אויפגעשטאנען, אבער פארשטייט זיך ס'האט נישט קיין שייכות ס'נאר אזא קאראלעישען, מ'דארף נישט זיין @מי אני צי ציען א מסקנה.
הייסט אז איך מוז דא זיצן יעדן טאג פונעם יאר און שרייבן תגובות, אז נישט וועט מען מיר באשילדיגן מיטן ערגסטן?
יא! זאכן קענען צימאל שטארק אויסזען ווי איין געוויסע אויפן, אבער למעשה שטעלט זיך ארויס גאר עפעס אנדערש.
באלט וועסטו אויך קומען זאגן אז וויבאלט קרישעבסקי האט גערעדט מיט א מיידל בנוגע באשטעלן א טעקסי, האט ער גאר געבעטן זנות.. גיב מי א ברעיק!
רבותיי: איך ווילל נישט פארדרייען (ח"ו) דעם אשכול. אבער עטס אלע מאכטס א טעות. עטס זוכטס דעם שולדיגן אין אלע ווינקעלעך. עטס האטס פארגעסן צו קוקן גראד. צו דעם פשוט'סטן ניק...איכ'ל ענק אויסזאגן א סוד (כ'האף אז קיינער הערט נישט)...מי סמארט איז טאקע נישט קיין אנדערער ווי בערל בעל עגלה...(ובזמן קריב.). ער האט נאך 6 אנדערע ניקס אויף איי-וועלט. אויך דא אויף קאווע שטיבל. אויף זיין אנדער'ן ניק האט ער שוין איבער 1000 תגובות...!
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 10:08 pm
דורך שמן למאור
זעט עטס! הודאת בעל דין כמאה עדים דמי...
איך הייב נאר אהן צו טראכטן אז באמת איז חוץ מיר מיט בערל'ן נישטא בכלל קיין אנדערע משתתפים דא אין שטיבל, עס איז בלויז דא עצי שטים, מיט אלע אנדערע ניק'ס פון בערעלע... גיי ווייס...
נשלח: דינסטאג יולי 26, 2022 10:23 pm
דורך קהל'ס נער
עצי שטים האט געשריבן:זעט עטס! הודאת בעל דין כמאה עדים דמי...
איך הייב נאר אהן צו טראכטן אז באמת איז חוץ מיר מיט בערל'ן נישטא בכלל קיין אנדערע משתתפים דא אין שטיבל, עס איז בלויז דא עצי שטים, מיט אלע אנדערע ניק'ס פון בערעלע... גיי ווייס...
איך האלט שוין לאנג אז @עצי שיטים איז נאך א ניק פון בערעלע............lol............lol..............lol................lol.............lol
Re: לכו נא ונוכחה- צו מאכט די קרישבסקי מעשה סענס?
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 9:58 am
דורך Feina Yid
איך פארשטיי בכלל נישט וואס מען טענה'ט זיך ארים דא. אויב פאסירט עס שוין נישט היינט אז מען זאל ציגיין צי א מיידל, איז דאס די ערשטע אזא קלאגע אין די לעצטע 003 יאר ? פארוואס ארעסטירט די פאליס פאר אזעלעכע זאכן אויב קיינער טיט עס נישט היינט ?
נאר די עיקר איז די דינייעל וואס איז דא ביים היימישן ציבור "וואס ער סקען נישט זיין" "איינער האט עס זיכער אונטערגעשטעלט ווייל ער האט אים פיינט"
וואס די אלע זאכן מיינט צי זאגן איז ווען ער איז א עמך איד קען זיין אז עס איז אמת נאר ווייל ער האלט דרשות האט ער פארלוירן זיין יצר הרע. דאס איז וואס טיט וויי.
אויב ווילט איר וויסן אויב מען טיט נאך אזעלעכע זאכן היינט, הערט וואס א חבר פארציילט מיר. אז ער האט א קאר סערוויס קאמפעני פין גוישע פרויען דרייווערס אין איין טאג א דרייווער צי אים מיט א קליפ, אז איין טאג האט צי באקומען א קאלל פין א מאן פאר א טריפ, און זי קומט אן אין פרעגט אים ווי ווילסטו גיין ? זאגט ער צי א שטילע פלאץ, פרעגט זי ווי ? זאגט ער איך וויל האבן פאן מיט דיר, זאגט זי אים גיי שוין ארויס פין מיין קאר, און ער איז ארויס. עכ די ווידיא. זאגט די דרייווער פארן בעל הבית אז ער זאל קאלן די מענטש בעטן צוואנציג אלפים, אין אויב וויל ער נישט געבן גייט זי גיין צי די פאליציי. זאגט מיר די אינגערמאן אז די איד זיצט אין פסקנט שאלות פאר אינזערע פרויען.
און נאכדעם קומען די רבנים זאגען אז מען טאר נישט האבן קיין אינטערנעט. ווען דער דיין האט ווען אינטערנעט וואלט ער ווען געוויסט ווי מען קען האבן א זונה, אבער אזוי ווי ער האט נישט טיט ער וואס ער האט געלערענט אין גמרא. עכ וואס די אינגערמאן פארציילט מיר.
די זעלבע קען זיין דא, פין ווי זאל ר יצחק אייזיק קראשעווסקי וויסן געזעצן ? ער האט לכאורה נאך נישט געסערטש אויף גוגל אין לכאורה אויך נישט אין קאווע שטיבל
Sent from my E4610 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 10:49 am
דורך היסטאריע
ועוד, כאילו איינער ווייסט וואס גייט פאר דארט אין יענער פארק, אפשר איז עס מצוי דארט צו טרעפען זונות.
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 11:55 am
דורך מרדכי מרדכי
עצי שטים האט געשריבן:זעט עטס! הודאת בעל דין כמאה עדים דמי...
איך הייב נאר אהן צו טראכטן אז באמת איז חוץ מיר מיט בערל'ן נישטא בכלל קיין אנדערע משתתפים דא אין שטיבל, עס איז בלויז דא עצי שטים, מיט אלע אנדערע ניק'ס פון בערעלע... גיי ווייס...
וועמענ'ס ניק בין איך?
איך האב געמיינט אז איך בין יוניק
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 12:27 pm
דורך היסטאריע
דא איז א וויכוח וועגן קרישבסקי אדער וועגן מאלטיפעל ניקס?
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 12:46 pm
דורך מרדכי מרדכי
א ויכוח וויפיל ניקס קרישעווסקי האט
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 1:33 pm
דורך צפת
איך האב געמיינט אז עצי-שטים איז הרב קרישבסקי אליין.
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 1:59 pm
דורך היסטאריע
צפת האט געשריבן:איך האב געמיינט אז עצי-שטים איז הרב קרישבסקי אליין.
עס שטייט טאקע אין מדרש אז די וואסער פין שטים האט אריין געברענגט דער תאווה א די אידען זאלען מזנה זיין.
וואלט ער געברויכט צו הייסן מי שטים, נישט עצי. אבער וויבאלד עס שטייט ויורהו השם עץ וימתקו המים, רופט ער זיך עצי שטים. ודוק.
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 2:17 pm
דורך קאצקע ציקער
איך מיין מען דארף טוישן דעם קעפל פונעם אשכול
לכו נא ונוכחה - איז עצי שטים מי סמארט אדער נישט
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 6:09 pm
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:צפת האט געשריבן:איך האב געמיינט אז עצי-שטים איז הרב קרישבסקי אליין.
עס שטייט טאקע אין מדרש אז די וואסער פין שטים האט אריין געברענגט דער תאווה א די אידען זאלען מזנה זיין.
וואלט ער געברויכט צו הייסן מי שטים, נישט עצי. אבער וויבאלד עס שטייט ויורהו השם עץ וימתקו המים, רופט ער זיך עצי שטים. ודוק.
ביסט געפערליך די...
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 6:14 pm
דורך צפת
מי שטים... אבער מען דארף אויפטוישן דער ט' מיטן י'.... וד"ל... דער ם' איז סתם אזוי א לשון-רבים, ווייל קען זיין אז ס'איז געווען מער ווי איין מאל...
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2022 11:45 pm
דורך שמעון וואלף
צפת האט געשריבן:הרב קרישבסקי האט געזען א קטרוג אויפן דור, האט ער מקבל געווען אויף זיך בזיונות. ער האט קיינמאל נישט געטון אדער געוואלט טון קיין שלעכטע זאכן, נאר געמאכט פאר זיך בזיונות בדייקא, מכפר צו זיין אויפן דור.
א איד קומט ארויף אויף יענע וועלט און בי"ד של מעלה פרעגט אים פארוואס ער האט געזינדיגט. זאגט ער, ווייסט וואספארא ניסיונות אונזער דור איז דורך? זאגט מען אים, זעהסטאך הרב קרישעווסקי האט זיך יא געקענט מתגבר זיין! (בבחינת הלל מחייב עניים).
כדי אוועק צו נעמען די חרון אף איז געשען וואס איז געשען.
נ. ב. איך גלייב נאכאלץ נישט אז די מעשה איז אמת
נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2022 7:43 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דער לייק איז פאר'ן נ.ב.:
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2022 8:09 am
דורך באהעלפער
שמעון וואלף האט געשריבן:צפת האט געשריבן:הרב קרישבסקי האט געזען א קטרוג אויפן דור, האט ער מקבל געווען אויף זיך בזיונות. ער האט קיינמאל נישט געטון אדער געוואלט טון קיין שלעכטע זאכן, נאר געמאכט פאר זיך בזיונות בדייקא, מכפר צו זיין אויפן דור.
א איד קומט ארויף אויף יענע וועלט און בי"ד של מעלה פרעגט אים פארוואס ער האט געזינדיגט. זאגט ער, ווייסט וואספארא ניסיונות אונזער דור איז דורך? זאגט מען אים, זעהסטאך הרב
קרישעווסקי האט זיך יא געקענט מתגבר זיין! (בבחינת הלל מחייב עניים).
כדי אוועק צו נעמען די חרון אף איז געשען וואס איז געשען.
נ. ב.
איך גלייב נאכאלץ נישט אז די מעשה איז אמת
אז ער האט זיך מתגבר געווען? איך גלייב אויך נישט...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 6:11 pm
דורך me smart
פאר ווער עס גלייבט נאכאלץ נישט אז אזעלכע מעשיות קענען פאסירן. דא האט איר א ווידיאו ווי אזא מעשה פאסירט פאקטיש. יא! מיט א צעקראכטן ענגליש!
[פארמעקט]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
שמן למאור האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:צפת האט געשריבן:איך האב געמיינט אז עצי-שטים איז הרב קרישבסקי אליין.
עס שטייט טאקע אין מדרש אז די וואסער פין שטים האט אריין געברענגט דער תאווה א די אידען זאלען מזנה זיין.
וואלט ער געברויכט צו הייסן מי שטים, נישט עצי. אבער וויבאלד עס שטייט ויורהו השם עץ וימתקו המים, רופט ער זיך עצי שטים. ודוק.
ביסט געפערליך די...
שמן למאור:דאס איז נאך א קאמפלימענט. ווארט ביז דו וועסט הערן וואס איך האב צו זאגן...! ניין. דער מנהל גייט עס מעקן. און מיר שיקן אן אפיציעלע ווארענונג...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 7:39 pm
דורך סיסטעם
me smart האט געשריבן:פאר ווער עס גלייבט נאכאלץ נישט אז אזעלכע מעשיות קענען פאסירן. דא האט איר א ווידיאו ווי אזא מעשה פאסירט פאקטיש. יא! מיט א צעקראכטן ענגליש!
[פארמעקט]
זעהנדיג די קליפ איז די ערשטער מחשבה ארויפגעקומען פוי, גרויליג, בישות, וכו'..
אבער איין מינוט, טראכט אריין, שטעל דיך פאר א גוי קומט אריין אין א באר און זיינע אויגן כאפט אויף א מיידל זיצט דארט אליין און זיכט מיט וועם צו פאברענגען, און משום מה ציט אים דאס הארץ צי אהיים גיין מיט איר... גייט ער צו די באר טענדער און באשטעלט א גלעזל ביר ער זאל עס אפשיקן צו דאס מיידל וכו'... בקיצור לאמיר דא ענדיגן.
דא קומט א יונגערמאן וואס האט נאך קיינמאל נישט געשפירט און געהאט א זאך וואס יעדער געזינטע מענטש וויל און דארף, און דערצו האט ער נישט קיין אנונג וויאזוי דאס צו באקומען, און ער טראכט אז מסתמא, אפשר, משום איזהו סיבה, דער וואס זיצט דא אין קאר וויל דאס האבן און ער דארף ס"ה פרעגן און פארטיג. איז די אויבנדערמאנטע גוי מיין איך אז קיינער עקלט זיך נישט און קוקט עס אהן נארמאל, איז וואס איז די יונגערמאן נעבעך שילדיג אז ער מיינט אז די ביי אלגעמיינע גוים איז הונדרעט פראצענט נארמאל דעס צו פרעגן, ער מעג דען נישט הנאה האבן פונעם לעבן, אמת אז עס איז א צודרייטע משוגענע זאך דעס צו פרעגן אזוי אינמיטן גאס פון א פרעמדע שיקצע, אבער ער איז ס"ה נאר א מענטש און קיינער האט אים קיינמאל נישט אויפגעקלערט אז נישט אזוי באקומט מען עס, איי ער דארף חתונה האבן און עס טוהן הלכה'דיג, אפשר האט ער נישט קיין ווייב, און אויב יא האט זיך יעדער איינער זיינע נסיונות און מען דארף נישט פארשפרייטען יענעמס, בקיצור ער איז א פשוטע רחמנות, און איך האלט אז קיינער האט נישט קיין רעכט צו פארשפרייטן אזא קליפ.