נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:28 pm
שוין נייע צייטן אין בעלזא, שוין דא כבוד און פאסטענעס..סמבטיון האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=VATNGcqRmoQ
Btw וואס איז דאס שבת הכתרה?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=15436
שוין נייע צייטן אין בעלזא, שוין דא כבוד און פאסטענעס..סמבטיון האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=VATNGcqRmoQ
הינדערט פראצענט! די זאכען אויף וואס ער געט אן ok איז ווערט איינציפירןווי למשל איך האב גהערט אז ווען די youth protection אין קענעדע האט געמאכט פראבלעימען פאר די חדרים. האט ער באשטעיטאיגט אז מ'גייט זיך צושטעלען. אין מען לערענט טאקע קאמפיאטער פאר די ח' ט' יונגלעך, אזאך וואס איז וויכטיג פאר די קינד'ס הצלחה אין לעבען., און מי יתן והיה אז אינזערע מוסדות זאלען זיך אויך אזוי פירען.מי אני האט געשריבן:פאר איך הייב אָן וויל איך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין "בעלזער". מיינענדיג, איך קום נישט פון קיין בעלזא משפחה, איך "געהער" נישט צום בעלזא לאגער, און איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטראפן דעם בעלזא רב פנים-אל-פנים (און איך פלאן נישט צו). וממילא פארשטיי איך אז מיינע אַבּזערווירונגען קענען זיין היבש off the mark, קענען אריינגיין אין כלל פון armchair psychology, און קענען טאקע זיין מיוסד אויף וואס איך וואלט ווען "געוואלט" זאל זיין, ווי איידער וואס און ווי אזוי עס איז טאקע באמת. ובפרט אז וואס איך גיי שרייבן דא האב איך נישט בעצם געפארשט אויף קיין שום אופן און זיי זענען פשוט מיינע פערזענליכע אבּזערווירונגען און musings אויף וואס איך הער צאם (בע"כ און עס איז איה"נ טאקע בעצם hearsay) זייענדיג אינעם חרדי'שן געזעלשאפט.
אין די סארט שמועסן האבן מענטשן גאר א שטארקע נגיעה און עס רירט בדרך כלל צו צו זייער עצם אידענטיטעט און וואו זיי "באלאנגען". דעריבער וויל איך טאקע איבערבעטן מעיקרא דער וועמען די אשכול באדערט און עס איז אפענסיוו צו אים אויף סיי וואספארא אופן.
ובזה החלי:
כידוע איז א געוואלדיגע גרויסע פראבלעם אין אונזער געזעלשאפט דאס rampant אנטי-אינטעלעקטשועליזם וכל המסתעף מזה, ווי איך האב שוין דא און דא ארויסגעברענגט. און דאס איז נאך בנוסף צו דעם אז אונז אלס א געזעלשאפט האלטן זיך אין איין רוקן מער און מער רעכטס און אלס מער און מער "צוקוועטשט" אין די פּעדזשארעטיוו טערמין דערפון; אונז ווערן אלס מער און מער אַן "עם סכל ונבל" און זיכער בעיני הגוים וואס דארפן ווען עפ"י הפסוק צו זאגן אויף אונז דאס פארקערטע פון "עם חכם ונבון". דאס איז שוין ארויסגעברענגט דא אין שטיבל לאורכה ולרוחבה ואין מן הצורך לכפול הדברים שהן מפורסמין לכל.
דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א, ווי ווייט איך ווייס און האב געהערט, איז א שטארקער חכם ות"ח (ער פלעגט לערנען, ואפשר נאך אלס, בחברותא מיט הרה"ג הרב פנחס פריעדמאן שליט"א שעות על שעות רצופות). ולגבי חכמה איז ווי @אינגערמאנטשיקל האט אים מגדיר געווען איז ער "לכאורה פון די מערסטע געריבענע מנהיגים בישראל און טראכט אלעמאל צוויי טריט פאראויס." וואס עס שיינט מיר איז אז אזא איד זייענדיג א חכם (איך פארשטיי אז מ'קען זאגן אז דאס איז לגבי פראקטישע חכמה ווי איידער דוקא אנאליטישע חכמה, אבער צו דעם קומט דאך צו זיין honing פון די סקיל אין די סאקראטישע מעטאדע פון לימוד התלמוד) אנערקענט אט די פריערדערמאנטע פראבלעם במחנינו און דערזעהט זיך מיט א דילעמאַ: פון איין זייט וויל מען אפשטעלן די גאלאפ פונעם געזעלשאפט (וממילא זיין ציבור אויך) צו אלס מער און מער צוקוועטשקייט און זיי אריינברענגען אין די "היינטיגע" מאדערנע וועלט, אבער פון די אנדערע זייט איז ער דאך א חרדי'שע מנהיג וואס די עטאָס פון חכמה ו"מאדערנקייט" והמסתעף איז דאך anathema דערצו. לכאורה one of them will have to give; עס מוז זיין איינע אדער דאס צווייטע.
דעריבער, ווי עס שיינט מיר, נעמט ער א מורא'דיגע subtle approach מיט א געוואלדיגע פיקחות מיט זיין צוגאנג דערצו. מיינענדיג, ער זוכט טאקע צו טוישן אט די מצב אבער ער האלט אָן א געוואלדיגע בּעלענסינג אקט מיט'ן זיין פּוּשׁן דעם ענוועלאָפּ און דאס טוישן צוביסלעכווייז מיט'ן אבער נאך אלס אָנהאלטן חסידות וחרדיזם; ער טוהט צוביסלעך שאפן דעם געדאנק פון א "מאדערנע חסיד" וואס קען אַנהאלטן אין זיך ביידע שטרעמונגען לגמרי - זיין לגמרי בעלמא הדין בימינו אלה און דאך זיין א פולקאמע חסידי'שע איד. (ואיה"נ אז מ'האלט נאך נישט דארט און עס נישט קיין "עולם התיקון", אבער עס איז א פראצעס וואס ער טוהט דערצו.)
דעריבער האלט איך אז דאס איז אַן אויסטערלישע מעלה דאס וואס ער איז, צב"ש מעודד זיין קהילה צו גיין אין קאלעדזש (און אָנהאלטן דאס חסידי'שקייט דארט), דאס אז ער האט אריינגעברענגט סעקולארע חינוך ולימודי חול אין זיינע מוסדות אין אלגעמיין ובא"י ע"י משרד החינוך, זיין (מער-ווייניגער) גענצליכע אנערקענונג פון די רעגירונג בא"י מיט אירע איסטאנצן, און ווי @רביה"ק זי"ע האט ארויסגעברענגט דאס אז ער האט מבטל געווען די געדאנק פון "יושבים". (קען זיין אז עס זענען טאקע דא נאך משלים.)
יעצט, לענ"ד איז (עכ"פ איינע פון) די (עיקר) קרייטעריא פאר א גוטע פירער דאס'ן זיין קענען זיין אינאוועטיוו במהלך בכלל, ובפרט פאר זיין קהילה. און די עיקר חכמה דערין איז דאס צו האלטן אין די bounds פון די פריערדיגע און טראדיציע און דאס מאכן פּאַסן דערין/דערמיט (אדער עכ"פ עס זאל אויסזעהן אזוי). וכידוע וועט יעדעס אינאוועטיוו פירער בתוך די טראדיציע אויסשטיין קאנטראווערסיע מיט לאזונגען פון "מסית ומדיח" אא"וו פון די מער רעכטע, קאנסערוואטיווע, און פונדאמענטעליסטן בהמחנה וואס עס שטערט זיי און שטייען אין וועג פון סיי וואספארא פּראגרעס. (וידוע מאי דקרה למשל להרמב"ם און די מיימאַנידיען קאנטראוועסיע וואס זיינע שטעלונגען האבן געבראכט (וואס גייט נאך בעצם אָן, אין א פארעם, עד היום הזה). איך פארשטיי אז ער איז נישט דער רמב"ם; איך וויל פשוט ארויסברענגען א פונקט.) עס פעהלט אויס דערצו א געוואלדיגע דרייסטקייט פון א פירער וואס פארמאגט vision.
פון מיין (admittedly מינימאלע) פּערספּעקטיוו טוהט דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א ענקעפּסולעיטן אט די מעלה.
מ'קען דאס קאנטראסטן מיט סאטמאר וואו מ'זעהט אז די מחלוקת צווישן אירע פירערס מאכט אז יעדע איינע פון די פירערס וויל צייגן ווי מער קיצוני'ש און פונדאמענטעליסט ער איז און גייט ווי מער punctiliously נאך די פונקטליכע טראדיציע. עס ווייזט נישט אויף חכמה און ריכטיגע פירערשאפט לענ"ד.
יעצט, איך זאג נישט אז @העניך איז דייקא נישט גערעכט מיט זיין טענה פון נעפּאטיזם וכדומה בחצר בעלז. איך האלט אבער נישט אז דאס איז דוקא א חסרון פון פירערשאפט אין דעם קאנטעקסט. מיינענדיג, יא לש"ש נישט לש"ש, יא קארופטירט נישט קארופטירט, יא פאר זיך און כבוד נישט פאר זיך און כבוד, יא א מענטש מיט גוטע מידות נישט א מענטש מיט גוטע מידות - עס מאכט נישט אויס, (ער איז לאחרי הכל אויך א מענטש און האט אויך מענטשליכע פעהלערן): ער איז לענ"ד א ריכטיגע פּראגמאטישע פירער וועמען היסטאריע וועט געדענקען. (ואפילו אין דעם פרט גופא באדייט דאס נישט דייקא אז איך בין/גיי יעצט מסכים (זיין) צו יעדעס פאזיציע זיינער דערין; איך רעד די געדאנק על הכלל כולו.)
אין קורצן, איך באטראכט אים ווי א קלוגע מאדערן-ארטאדאקס פיהרער טרעפּט אין די גוף פון א חסידי׳שע רבי פון א גאר גרויסע הויף - replete מיט די סתירות וואס דאס באדייט.
איך וואלט מיך אולי אפילו געוואגט צו זאגן אז ער איז (עכ"פ אין א וועג און אין דעם קאנטעקסט) א גרעסערע און בעסערע פירער ווי זיינע פארגייערס דער מהר"א, מהרי"ד, מהר"י, ומהר"ש זצ"ל (ואגב, ידוע מה דהתלונן הרב יעקב יצחק טווערסקי ז"ל הי"ד, חתן המהרי"ד מבעלזא ורב דראווא-רוסקא, ליעקב דונעסאן אודות די "צוקוועטשקייט" בחצר בעלז של חמיו). און מ'זאל ביטע נישט קומען מיט קיין "קדושה וטהרה" און "שרפי מעלה" אדער "ירידת הדורות"; אונז רעדן דא פון די געדאנק פון א מנהיג און ווי אזוי מ'דארף זיין אינאוועטיוו בחכמה לגבי די אומשטענדן, מצב און עפאכע. ווי אויך מאך איך אוודאי נישט אוועק זייער גדלות, אבער, נאכאמאל, אלס אַן אינאוועטיוו אויפטוהער פאר זיין קהילה אין די קאנטעקסט פונעם דור און עפאכע איז מיין פערזענליכע אפשאצונג אז דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א קען זיך פארמעסטן מיט זיי. (ווי אויך דארף מען סתם אזוי זיין קאגנייזענט צו די apotheosis וואס מען געבט אלעמאל פאר "די פריערדיגע".)
{כידוע לחברי השטיבל זענען די סארטן טעמעס נישט מיין forte. אבער דא יצאתי מגדרי וויבאלד אונז זעמיר דאך א פארום מיוסד פאר אפענקייט און קעגן "צוקוועטשטקייט", דעריבער האב איך געפיהלט פאר וויכטיג צו שרייבן אַן ארטיקל דערין, וויבאלד איך זעה אז דאס ברענגט דאך בייז בלוט און קאנטראווערסיע כנ"ל קעגן דעם בעלזא רב שליט"א, און דעריבער וויל איך דוקא לאָדן [מלשון laud] די אקטן, און דייקא נישט פון א פאליטישע פארטייאישע פאזיציע צו פארטיידיגן "מיין פארטיי/חסידות". וכעין מה שעשינו מיט די קאנטראווערסיע קעגן הרה"ג הרב שמואל ניימאן שליט"א.
כאמור, האב איך נישט דורכגעטוהן און געפארשט די נושא און דעריבער זאל מען דאס טאקע אלעס נעמען מיט א grain of salt. איך מיין אבער אלעס וואס איך האב געשריבן זייער ערענסט און איך בין טאקע א מעריץ זיינער (עכ"פ פון דער ווייט און אין דעם געביט).
כמובן אויך איז דאס לגמרי נישט קיין אפשאצונג בכלל אויף דאס בעלזא חסידות, איר עטאָס, און די מענטשן דערין; כלל וכלל לא - נאר דער רב.
ווי אויך וויבאלד איך בין טאקע נישט באהאווענט אין די נושא ווייס איך נישט צי איך וועל מיך באטייליגן אין די אשכול אזוי ווייט. ואקיים בעצמי "מי אני, מה לך אצל חצרות הקודש? כלך מדברותיך אצל פילאזאפיע ומאטעמאטיקס."
איך וויל נאכאמאל איבערבעהטן טאמער עפעס וואס כ'האב געשריבן טוהט אָפענדן איינעם.}
אדמו”ר מ’בעלזא האט פעסט אריינגעארבייט צו באקומען אזא קאמפלימענט כידוע ליודעים.שאלתיאל האט געשריבן:פונקט געהערט נאכזאגן פון ראשון לציון רבי יצחק יוסף וואס פארציילט אז זיין פאטער הרב עובדיה זצ"ל פלעגט זיך אויסדרוקן בלשון קודשו: ''כל האדמ"ורים חמורים חוץ מהאדמ"ר מבעלזא..''
דהיינו..?חדשים האט געשריבן:אדמו”ר מ’בעלזא האט פעסט אריינגעארבייט צו באקומען אזא קאמפלימענט כידוע ליודעים.שאלתיאל האט געשריבן:פונקט געהערט נאכזאגן פון ראשון לציון רבי יצחק יוסף וואס פארציילט אז זיין פאטער הרב עובדיה זצ"ל פלעגט זיך אויסדרוקן בלשון קודשו: ''כל האדמ"ורים חמורים חוץ מהאדמ"ר מבעלזא..''
Hasidic lore and also non-Hasidic visitors were struck also by his close relationship with his wife, Malka, known as a pious woman of high rank, and credited by her husband as the reason he attained his own spiritual level. The public intimacy between them was highly unusual for Hasidic leaders: she would sit beside him even when Hasidim came to receive his blessing. A Hasid from another group, who protested to his rebbe about “the behavior of the new leaders,” received the explanation that “all of Shalom’s behavior with the rebbetsin [his wife] is like that of Adam and Eve before the primordial Sin”
Even more remarkable in terms of challenging traditional gender roles in the Belz court was Eydel, the second daughter of Shalom. Hasidic sources and references to her in other memoirs attest to her special status as a religious mystic, the great esteem with which she was held by her father and the fact that he viewed her as his true successor. Shalom was believed to say that “she is not a daughter to me but rather a son and all that is missing is a spodek [the fur hat worn by Hasidic men].” After the death of her father, she began to behave like a rebbe in every respect: Hasidim would bring her kvitlekh with requests and seek her blessing. She married Yitshak Rubin, grandson of the tsaddik Naftali of Ropshits, moved with him to Brody, and from there sharply criticized the leadership and practices of her younger brother Yehoshua, who became the second tsaddik of Belz. Eydel was incensed that, in contrast to their father, who lived modestly, the “money from the poor, which streams from all quarters to his table, goes to waste in his court on extravagances, such as fancy clothing, silk garments and mineral spas"
A severe depression evidently came over Eydel as a consequence of her brother’s succession and her own failure to continue acting as a rebbe. This depression was understood as possession by a dybbuk, which caused her to lose her mind. A ceremony was enacted to exorcise this dybbuk in the town of Krasna, symbolically located midway between Belz and Brody. The Israeli scholar Dov Sadan, a native of Brody, related, based on family traditions, that Eydel’s brother Yehoshua conducted the ceremony, in the course of which she quarreled with him and challenged his authority. While non-Hasidic Jews of Brody regarded these stories as historical, the Belz Hasidim sought to deny and suppress them. Eydel’s story — like Hanna Rokhl Werbermacher, the Maid of Ludmir, and several women of the Chernobyl dynasty — challenge the norms of the Hasidic system — or the patriarchal system of Judaism altogether — from a gender perspective. Indeed, so unusual are these stories in relationship to medieval Jewish tradition that we must count them as constituting aspects of Hasidism as a modern movement. At the same time, though, the failure of these women to establish themselves as Hasidic leaders beyond short periods demonstrates that Hasidism’s form of modernity was defensive or reactionary