ווער איז גרעסער?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פצעי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 30, 2022 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך פצעי »

ווער איז "געווען" גרעסער איז גאר א קינדערישע שאלה. רוב רובם פון אונז האבן נישט געקענט קיינעם פון די צדיקים פונעם פריערדיגן דור, עכ"פ אויף א פערזענליכע פארנעם, און מען קען דא אנפילן צענדליגע בלעטער אן קומען צו א מסקנא.

אבער די היינטיגע רבנים קענען מיר אלע גאר גוט זייערע מעלות און חסרונות, די חסידישע וועלט מאנגעלט נישט אין מחלוקת, יעדער קען די שוואכקייטן פון זייער קעגנער, ממילא דארט קענען מיר גרינגער אנאליזירן די רבי'ס.

כ'וועל מאכן א שטיקל ליסטע.

סאטמאר מהר"א/רז"ל - באבוב/באבוב 45 - בעלזא/בעלזא מאכנובקא - סאדיגורא ירושלים/סאדיגורא ב"ב - סקווער/סקווער ב"פ - גור/פני מנחם - סלאנים/סלונים - ועוד ועוד ועוד...

ד'עולם זאל נישט מאנגלען אין מעלות אויף זיין רבי און חסרונות אויף זיין קעגנער, און גלייכצייטיג וועט דאס זיין א שטיקל הילף פאר אזאנע אידן וואס גייען שאפינג פאר ערליכע אידן און וועלן דא טרעפן דעם ווינקל ווי מען דעקט אויף די אמת'דיגע פנים פון די היינטיגע מגושמ'דיגע רעבנים...
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מיליאנער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.
איך האלט אויך אזוי, איך האלט אויך דאס תגיבות כגון זה וואס דו האסט געשריבן, איז אויך נישט אין פלאץ
אבער מיין אבזערווועשן איז סאבדשעקטיוו - און איך ווייס דאס... (איז פארוואס זאג איך דאס? זאלסט וויסען!)

איך האלט, למשל, דאס אן אשכול בנוגע רימאן זעטא געט גארנישט צי צים פלאץ - איז וואס?
און אויב איינער וועט עפענען א אשכול איבער וועמענ'ס טאטע ס'האט מער א בלוטיגע פאסיק וואס וועט דאן זיין דיין רעאקציע?
נישט אריין גיין אדער מגיב זיין דארט, און לעבן און לאזען לעבן


אויב דער יעניגער וועט דאס טון אלס א טראל וועט שוין דער מנהל דילען דערמיט, נישט פארדעם ווערט ער באצאלט?!?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

טשעבינער רב האט געזאגט פון וואו ווייסט ער אז בעלזער רב איז דער גרעסטער רבי? זייער פשוט. ווייל ווען דו פרעגסט צ.ב. א גורער ווער איז דער גרעסטער רבי וועט ער זאגן גורער רבי, און ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. פרעג א סאטמארער ווער איז צדיק הדור וועט ער זאגן סאטמארער רב, ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. דער קלויזענבורגער זאגט אויך, קלויזענבורגער רב איז צדיק הדור אבער דער צווייטער איז בעלזא. זעהסטו פון דעם אז נאך די אידענטיטעט בייעס איז יעדער מודה איז בעלזער רב איז דער גרעסטער.

און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז נאר לגבי ווער ס'האט געהאט א גרעסערע כח אין הימל א.ד.ג., אין אויפטוהן פאר אידנ'ס וועגן (בעלזער סלאגאן...) האבן רבי שלמה'לע אדער רבי יאשע בער אדער זלמן שעכטער איינגעפאקט די אלע רביס טויזענט מאל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך באר מים »

וויכטיג אנצומערקן אז סאטמאר רב ז"ל האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון בעלזער רב ז"ל
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:טשעבינער רב האט געזאגט פון וואו ווייסט ער אז בעלזער רב איז דער גרעסטער רבי? זייער פשוט. ווייל ווען דו פרעגסט צ.ב. א גורער ווער איז דער גרעסטער רבי וועט ער זאגן גורער רבי, און ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. פרעג א סאטמארער ווער איז צדיק הדור וועט ער זאגן סאטמארער רב, ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. דער קלויזענבורגער זאגט אויך, קלויזענבורגער רב איז צדיק הדור אבער דער צווייטער איז בעלזא. זעהסטו פון דעם אז נאך די אידענטיטעט בייעס איז יעדער מודה איז בעלזער רב איז דער גרעסטער.

און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז נאר לגבי ווער ס'האט געהאט א גרעסערע כח אין הימל א.ד.ג., אין אויפטוהן פאר אידנ'ס וועגן (בעלזער סלאגאן...) האבן רבי שלמה'לע אדער רבי יאשע בער אדער זלמן שעכטער איינגעפאקט די אלע רביס טויזענט מאל.
דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

באר מים האט געשריבן:וויכטיג אנצומערקן אז סאטמאר רב ז"ל האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון בעלזער רב ז"ל
דו מישט ר' שאכער בער מיט ר' אהרן
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

היסטאריע האט געשריבן:דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי לאנג די בעלזא טענה'ן אז בעלזער רב איז גרעסער, און סאטמאר חסידים טענה'ן אז סאטמאר רב איז געווען גרעסער, איז דער אשכול ווערדלאז, א שאד יעדע רגע צו ליינען דא.
וירח ה' את ריח הניחוח
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

איך בין דווקא א סאטמארער, און איך שרייב בלויז די אמת מיט וואס איך ווייס היינט, מער ווי מ'האט מיר געשטאפט אין חדר, צוזאמען מיט איבריגע נאנסענס.
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

א שטייגער, אזא יוד ווי דער מונקאטשער רב, פעלט נאר דעם ציבור - דהיינו פלייש... אבער אזוי איז ער באיכות טריפעלט מער ווי עטליכע נעמען וואס מ'האט דערמאנט.

ער שטעקט נישט די נאז אין יענעמס טאפ, ער האט נישט קיין חשבונות וועמען ער רעדט נישט.
ס'דא נאך עטליכע גרויסע רבי'ס אזויווי עהם, און פון זיי איז מען ביזי חוזק מאכן.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

באהעלפער האט געשריבן:איך בין דווקא א סאטמארער, און איך שרייב בלויז די אמת מיט וואס איך ווייס היינט, מער ווי מ'האט מיר געשטאפט אין חדר, צוזאמען מיט איבריגע נאנסענס.
דו ביזט א סאטמארער און דו האלסט אז די היינטיגע בעלזער איז הייליגער פון סאטמאר רב ז''ל??

זיי מוחל רעדט איין א צווייטן.

חוץ אויב דו האסט גאר גאר א דורכגעפאלענע לעבן אז דו מוזט גיין צו די עקסטרעם פארקערטע זייט וואס דו ביזט אויפגעוואקסן...
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מענין לענין, אנטשולדיגט פאר’ן אביסל פארדרייען דעם שמועס. עס איז מיר געווען אינטערסאנט, אז די וואך איז געווען געדרוקט אין די גליון עלים לתרופה און אין די גליון זקינך ויאמרו לך א מעשה מיט א איד ר’ יושע דוד באכנער ע”ה וואס איז געווארן אויסגעהיילט פון א קרענק אן דארפן אריבערגיין אן אפעראציע. אין עלים לתרופה איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם בעלזער רב, און אין זקינך איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם סאטמאר רב.
יש ליישבו בכמה מהלכים אבער די צופאל איז גאר אינטערסאנט. איך האב גראדע א שיינע פאר מאל פארברענגט מיט דעם איד אבלחט”א, אבער איך האב נישט קיין שייכות מיט זיין משפחה צו מברר זיין ווער עס איז גערעכט דא.

זע די בייגעלייגטע.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20220821-025022_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20220821-025254_Drive.jpg
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איטערעסאנט איז אז ביידע האבן מקורות.
סאטמאר ברענגט עס נאך פון זיין ברודער,
און בעלזא ברענגט עס פון א קובץ וואס ר' יושע דוד איז אליינס דער מקור.
אין עלים לתרופה שטייט נאך שליט"א
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:איטערעסאנט איז אז ביידע האבן מקורות.
סאטמאר ברענגט עס נאך פון זיין ברודער,
און בעלזא ברענגט עס פון א קובץ וואס ר' יושע דוד איז אליינס דער מקור.
אין עלים לתרופה שטייט נאך שליט"א
עלים לתרופה האט איבערגעלייגט מעשיות וואס איז געווארן געדרוקט בערך צען יאר צוריק, וועגן דעם שטייט נאך שליט”א.
יא, ביידע קלעימן צו האבן גוטע מקורות. גראדע, זקינך איז א שטיקל מודה במקצת אז זיי האבן ארומגעפאטשקעט מיט די מעשה און צוגעלייגט פרטים וואס זיי האבן געהערט פון א זון.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

חב''ד הויזן האט געשריבן:דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.
די אנדערע אשכולות מיט פאליטיק צווישן היינטיגע סאטמאר און ווער נישט, איז פונקט אזוי קינדעריש.


איך זעה עפעס אינטערעסאנט אין די פארומס ווי מען ברענגט מקורות פון זאכן וואס פארמינערן סאטמארס גרויסקייט, אנשטאט ברענגען חומר, פרובירן זיי אפשטעלן די שמועס.

אויף די פאפולערן פרויען וועבזייטל זעהט מען די זעלבע מהלך.

—-
מיין מיינוג- עס איז נאריש צו פארגלייכן א מלאך מיט א בשר ודם.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מ'טאר נישט פארגעטערן קיין שום בשר ודם. און זאגן אויף איהם/איהר אז ער/זי איז א מלאך. מ'קען עס אפשר זאגן פאר א מליצה. אבער עכט גלייבן איז נישט ריכטיג. ס'גרעניצט זיך מיט עבודה זרה...!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איינע פון די סיבות פארוואס מען הערט אזויפיהל מעשיות פון בעלזע רב ז"ל אויפן סאטמערן רבי ז"ל , איז ווייל ביידע יאהרצייטן געפאלן אויס אפאר טעג געריקט איינס פון צווייטן, און דער עולם מישט אויס וואס מען הערט ביי איין יארצייט סעודה מיט די צווייטע, איך געדענק איך בין געוועהן איין יאהר אין אראזה אין שווייץ האט מען געפראווועט א כ"ו אב סעודה צום יאהרצייט פון סאטמערן רבי ז"ל האט זיך א יוד עלטערע יוד אויפגעשטעלט און מיט א תמימות דערציילט די מעשה - מיט די לעבער וואס די מאמע האט געשיקט פארן בעלזע רב ז"ל און ער האט עס נישט געגעסן און מען איז שפעטער געוואר געווארן וכו' - אויפן סאטמערן רב, גראדע איז געזיצן דארט הגאון ר' שמאי גראס שליט"א און האט אים שיינערהייט פארציילט די ארגענעילע מעשה , איך האב שוין אויך געהערט אז סאטמערע רב ז"ל האט זיך געקראצט אלטס בעיבי מיט די ארבעל און נישט מיט די הענט אויך איינע פון די באקאנטע מעשיות אויפ בעלזע רב ז"ל וואס מען האט ארויפגעלייגט אויפן סאטמערן רב, נישט צו מאכן חס ושלום סאטמערע רבי ז"ל א טראפ קלענער, אבער עס קומט צו לאכן ווי מען נעמט א מעשה פון איין צדיק און מען לייגט עס ארויף אויפן צווייטן, כאילו עס פעלט אייגנארטיגע צדקות ביים סאטמערן רבי ז"ל.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.
דאס איז מער דיין טענה, ווי די טענה פין די קריסטען
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

חדשים האט געשריבן:מענין לענין, אנטשולדיגט פאר’ן אביסל פארדרייען דעם שמועס. עס איז מיר געווען אינטערסאנט, אז די וואך איז געווען געדרוקט אין די גליון עלים לתרופה און אין די גליון זקינך ויאמרו לך א מעשה מיט א איד ר’ יושע דוד באכנער ע”ה וואס איז געווארן אויסגעהיילט פון א קרענק אן דארפן אריבערגיין אן אפעראציע. אין עלים לתרופה איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם בעלזער רב, און אין זקינך איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם סאטמאר רב.
יש ליישבו בכמה מהלכים אבער די צופאל איז גאר אינטערסאנט. איך האב גראדע א שיינע פאר מאל פארברענגט מיט דעם איד אבלחט”א, אבער איך האב נישט קיין שייכות מיט זיין משפחה צו מברר זיין ווער עס איז גערעכט דא.

זע די בייגעלייגטע.
ר' שלום באכנער לעבט, קענסט אים אליין פרעגן.

חוץ פין וואס מען רעדט פין צוויי מעשיות, איינס איז געוועהן באלט נאך דער קריג און איינס וואס איז געוועהן תש"ל אדער שפעטער
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

היסטאריע האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.
דאס איז מער דיין טענה, ווי די טענה פין די קריסטען
https://en.wikipedia.org/wiki/Woes_of_the_Pharisees
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באהעלפער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2022 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

שליחה דורך באהעלפער »

באר מים האט געשריבן:וויכטיג אנצומערקן אז סאטמאר רב ז"ל האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון בעלזער רב ז"ל
אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד האט ער דאך נישט געמעגט רעדן קעגן עהם? אפשר פון ר' ישכר דוב האט ער זיך געהאלטן א תלמיד. אבער דאס אויך נישט, ווייל זיינע שיטות שטימען בכלל נישט מיט די דרך החסידות.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

באהעלפער האט געשריבן: בעלזער רב האט געמאכט א תמ'עוואטע פנים כאילו ער זעט נישט און הערט נישט, און האט געוואוסט, אבער געוואוסט אלעס ארום זעך. ער האט געצויגען ווי א מאגנעט אנע דרשות, בלויז מיט אהבת ישראל תמימה. [וואס שאץ אפ וויפיל קומען היינט צו זיין ציון כ''א אב, און וויפיל כוא''ב, און זאג מיר דעמאלטס ווער איז דער רשכבה''ג.]

ער האט מיט די אויגן אראפ, געפירט טויזענטער יודנ'ס פריוואטע הצלחה אין פרנסה, שידוכים, שלום בית, חינוך, אנע רעדן אסאך.
א עכטע מנהיג וואס א וואונק, א אויסדרוק, שאקעלט וועלטן, אז יעדער וויל הערן האט דער רב געזאגט יא, צו עה... צו בלויז געשאקעלט...

בעלזע לומדים בכמות ובאיכות טרעפט מען ווייט נישט אין ראדני. במחילת כבוד בעלי בתים עם ידים על העליונה...
איך האב נאר אנגעהויבן, און כ'לאז א צווייטן ציען די ליסטע.
וויפיל מענטשן קומען צום ציון, געשאקלט וועלטן, בעלזע לומדים וכו'. בקיצור סתם ארום גע'חושט.
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

שמעון וואלף האט געשריבן:איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.
סאטמאר רב איז געווען זייער גרויס אבער ווען סאיז גקומען צו די נושא פון ציונות איז ער משוגע געווארן (בבחינת מתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים עליו) און ראדיקאליזירט זיין עולם אין די נושא פאר אייביג, ביז משיח קומט גייען אונז ליידען פון צינות ווייל נאר די הייליגע רבי זכותו יגן עלינו קען אויסזאגן ווען די קליפה גייט זיך ענדיגן. לעומת זה בעלזא רב וואס איז געווען גאר א שטארקע לוחם קעגן ציונות, האט נאכן קריג געהאט די ברייטקייט און שטארקייט צו דערקלערן אז יעצט איז א גרעסערע תועלת פאר כלל ישראל אויב מ'וועט גיין אין א צווייטע דירעקציע (און אזוי זענען טאקע 90 פראצענט גדולי ישראל מיטגעגאנגען - און ס'פעלט זייערע מענטשן נישט גארנישט).

כ'נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו (א שורה וואס מ'שרייבט מ'זאל נישט חושד זיין אז מ'באלאנגט צו איינע פון די קרייזען :lol: )
פארשפארט