
דו האסט געזאגט זיין ליסט איז וואס נאר סאטמאר טוט אדער פשוט חסידות, זיי אזוי גוט און זאג מיר וואס איז חסידת און וואס איז נאר סאטמאר.
אין מיינע אויגן איז זיין גאנצע ליסט די סיסטעם פון וואס מען רעדט, און לויט די ליסט בין איך ליידער אין די סיסטעם.
שטארקע פראגע... ווענד זעך וואס סיסטעם באדייטצוזאמגעדרייט האט געשריבן:ביטע טיילט מיט אייער שטאנדפונקט אין לעבן, זענט איר אינעם אלגעמיינעם היימישן סיסטעם? אביסל ארויס, כמעט ארויס, פרובירסט צו גיין ארויס, ביסט אמאל געווען ארויס? וכו'וכו'
שכוח
און זיי גרייט אויף א טעלעפאן פון דיין קינדער׳ס מוסד אז……יהורם האט געשריבן:סיסטעם אין מיינע אויגן ווערט געבויעט ביים מענטש אין קאפ. ס׳אמאל זיכער אז איינמאל מען איז זיך מכניע קען מען זיך שוין נישט אזוי גרינג ארויסזען דערפון, אבער ס׳שווער צו גלייבן אז דאהי דרייען זיך מענטשן וואס זענען בשיטה אינעם סיסטעם.
נאר וויאזוי דען?
די סיסטעם איז אויסגעשטעלט געווארן פאר מענטשן וואס האבן געמאכט דעם געהעריגן מסלול פונעם געבורט, געדאוונט אינעם זעלבן שול, געלערנט אין די זעלבע ישיבות, חתונה געהאט צווישן די זעלבע משפחות, און דאס איבערגעגעבן צו די ווייטערדיגע דורות. עס איז סאך טיפער ווי טי-שיורטס און סניקערס, ווייל עס איז עפעס וואס איז אין קאפ און מאכט דעם מענטש טראכטן אז אים איז בעסער ווען ער פארט מיט מיטן סיסטעם.
א מענטש וואס האט נישט קיין פראבלעם מיטן סיסטעם וועט זיך אויך נישט זוכן ארויסצורייסן דערפון, נאר ער וועט עס פשוט און פראסט איגנארירן. איך האב אמאל געהאט אז א דיין האט מיר באשייגעצט און איך האב זיך פשוט נישט וויסנדיג געמאכט ווייל איך האב געוואוסט אז איך בין נישט שייך צו דעם סיסטעם וואס ער פארטרעט. וואלט איר זיך געשעמט אויב א ספרד׳ישע קהילה וועט אייך ארויסווארפן? ניין, ווייל איר זענט נישט א חלק פון יענע קהילה.
יעצט, אויב שיקט איר די קינדער אין די מוסדות, אייער ווייב דרייווט נישט, איר דאוונט אין א סיסטעמאטישע שול, און איר טוט אלעס וואס די אנשי סיסטעם טוען, קענט איר נאכאלס לעבן א פרייע לעבנסשטייגער אין אייערע פריוואטע צירקלען. מ׳דארף נישט מורא האבן אז מען וועט ווערן אראפגעקוקט, ווייל אויב האסטו גארנישט מיטן סיסטעם דארף דיר נישט אנגיין אז דער סיסטעם שפייט דיר אויס. אויב האסטו דיין ווייב און קינדער מיט זיך, און דו ביסט א מענטש מיט ווירדן וואס קען זיך אליין באגיין, דארף דיר דאס נישט צו שאטן. דארפסט פשוט מסכים זיין צו הייסן דער באם, אויסוואורף, נעבעך, וכו׳.
אונטערשטע שורה: ווארף ארויס דעם סיסטעם פון דיין קאפ און שווים אריבער די כוואליעס מיטן קאפ אראפ, אבער בלייב געהויבן ביי דיר זעלבסט.
די אלע וואס האבן פראבלעמען מיט די מוסדות און מיטן סיסטעם, צו זיי האב איך טאקע אפעלירט.פרנס החודש האט געשריבן:און זיי גרייט אויף א טעלעפאן פון דיין קינדער׳ס מוסד אז……יהורם האט געשריבן:סיסטעם אין מיינע אויגן ווערט געבויעט ביים מענטש אין קאפ. ס׳אמאל זיכער אז איינמאל מען איז זיך מכניע קען מען זיך שוין נישט אזוי גרינג ארויסזען דערפון, אבער ס׳שווער צו גלייבן אז דאהי דרייען זיך מענטשן וואס זענען בשיטה אינעם סיסטעם.
נאר וויאזוי דען?
די סיסטעם איז אויסגעשטעלט געווארן פאר מענטשן וואס האבן געמאכט דעם געהעריגן מסלול פונעם געבורט, געדאוונט אינעם זעלבן שול, געלערנט אין די זעלבע ישיבות, חתונה געהאט צווישן די זעלבע משפחות, און דאס איבערגעגעבן צו די ווייטערדיגע דורות. עס איז סאך טיפער ווי טי-שיורטס און סניקערס, ווייל עס איז עפעס וואס איז אין קאפ און מאכט דעם מענטש טראכטן אז אים איז בעסער ווען ער פארט מיט מיטן סיסטעם.
א מענטש וואס האט נישט קיין פראבלעם מיטן סיסטעם וועט זיך אויך נישט זוכן ארויסצורייסן דערפון, נאר ער וועט עס פשוט און פראסט איגנארירן. איך האב אמאל געהאט אז א דיין האט מיר באשייגעצט און איך האב זיך פשוט נישט וויסנדיג געמאכט ווייל איך האב געוואוסט אז איך בין נישט שייך צו דעם סיסטעם וואס ער פארטרעט. וואלט איר זיך געשעמט אויב א ספרד׳ישע קהילה וועט אייך ארויסווארפן? ניין, ווייל איר זענט נישט א חלק פון יענע קהילה.
יעצט, אויב שיקט איר די קינדער אין די מוסדות, אייער ווייב דרייווט נישט, איר דאוונט אין א סיסטעמאטישע שול, און איר טוט אלעס וואס די אנשי סיסטעם טוען, קענט איר נאכאלס לעבן א פרייע לעבנסשטייגער אין אייערע פריוואטע צירקלען. מ׳דארף נישט מורא האבן אז מען וועט ווערן אראפגעקוקט, ווייל אויב האסטו גארנישט מיטן סיסטעם דארף דיר נישט אנגיין אז דער סיסטעם שפייט דיר אויס. אויב האסטו דיין ווייב און קינדער מיט זיך, און דו ביסט א מענטש מיט ווירדן וואס קען זיך אליין באגיין, דארף דיר דאס נישט צו שאטן. דארפסט פשוט מסכים זיין צו הייסן דער באם, אויסוואורף, נעבעך, וכו׳.
אונטערשטע שורה: ווארף ארויס דעם סיסטעם פון דיין קאפ און שווים אריבער די כוואליעס מיטן קאפ אראפ, אבער בלייב געהויבן ביי דיר זעלבסט.
כ’פרוביר כאפן אויב דעי אלף איז א טעות אדער נישט..קידוש האט געשריבן:איך בין אין די "סיסטעם" ווי די רופסט עס,
ניין, כבין נישט מסכים צו אלעס, אבער צו אויסטרעטען מיין אייגענע מהלך אין אבודת השם פעלט מיר גאר אסאך,
ממילא פרוביר איך ווי ווייט מעגליך נאכפאלגען די טריט פון מיינע גרויסע רביס.
איך קאליר ארויס ווען ס'פעלט אויס אן ציען אויפזאמערקייט
נאך דיין גאנצע לאנגע מגילה, פארשטיי איך באמת נישט פונקטליך מיט וועלכע זאך איז געבליבן צו איגנארירן פונעם סיסטעם.יהורם האט געשריבן: די אלע וואס האבן פראבלעמען מיט די מוסדות און מיטן סיסטעם, צו זיי האב איך טאקע אפעלירט.
גיב דיך אונטער אויבנאויף, אבער ווייס אז דו מעגסט טון וואס דו ווילסט, און ווייס אויך אז וואס דו טוסט למען הסיסטעם איז נישט ווער דו ביסט.
ניין. איך זאג אז דו קענסט גיין עסן אייז קרעם, קענסט וואטשן טעלעוויזיע, קענסט טון נאך פארשידענע אומאויסגעהאלטענע זאכן אין דעם סיסטעם. קענסט דאס אלעס עררייכן מיט אן אראפגעבויגענער קאפ, אזוי אז דער סיסטעם וועט זיך איבערקערן פאר אויפברויז אבער וועט נישט קענען טרעפן א וועג דיר ארויסצואווארפן.פרנס החודש האט געשריבן:נאך דיין גאנצע לאנגע מגילה, פארשטיי איך באמת נישט פונקטליך מיט וועלכע זאך איז געבליבן צו איגנארירן פונעם סיסטעם.יהורם האט געשריבן: די אלע וואס האבן פראבלעמען מיט די מוסדות און מיטן סיסטעם, צו זיי האב איך טאקע אפעלירט.
גיב דיך אונטער אויבנאויף, אבער ווייס אז דו מעגסט טון וואס דו ווילסט, און ווייס אויך אז וואס דו טוסט למען הסיסטעם איז נישט ווער דו ביסט.
"פאלג נאך דעם סיסטעם הונדערט פראצענט, נאר ווייס אז דו ביסט א פרייע מענטש ווייל דו גייסט מיט דיין ווייב עסן אייז קרעים איינמאל א יאר."
ניינציג פראצענט פון די ליסטע איז פשוט'ע פעיר פרעשור און קולטור, איך ווייס נישט פארוואס מען זאל עס רופן סיסטעם.קהל'ס נער האט געשריבן:אווב איינער טיט דאס אלעס ווייל ער וויל, שיערב לו, אט דאס איז קולטור.שבת אחים האט געשריבן:וואס א מאכט א מענטש אין די סיסטעם און וואס שליסט אים אויס?
די קולטור? די רעליגיע? די רבנים?
לאמיר פארשטיין:
איינער וואס מקפיד צועסען נאר עי ענד בי געפילטע פיש מיט טוב-טעם חריין, פלאמס פיקעלס, שווארץ הערינג, מענקא אייער-קיכלעך, גאלדען פלאו מילך, מים חיים סודא, און טראגט דווקא א אנצוג וואס עפעס א גלאבער האט אימפארטירט קיין ניו יארק, דרייווט א מיני-ווען. פארט July and August ארויף צו די קעטסקעלס, פארט כ״א אדר קיין ליזענסק, ל”ג בעומר קיין ארץ ישראל. און האט רבי שייעלע מיט די ריבניצער אויף ליין 2. א האלבע טאג אויף וואטסאפפ און די אנדערע האלבע טאג אויף אייוועלט און קול-מבשר.
דאס מיינט אין א סיסטעם? אדער א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן א געוויסע וועג און אין א געוויסע קולטור?
כ׳טענה זיך נישט, כ׳פרוביר קודם צו פארשטיין וואס מיינט זיין אין די סיסטעם.
אויב יא איז דאך יעדער מענטש אין עפעס א סיסטעם, יעדער וואקסט אויף אין א געוויסע קולטור. די חילוק איז נאר אז אונזער סיסטעם איז דיקטערט ביי רבנים און נישט לויט די היינטיגע גאס. בקיצור אונז לעבן מעהר אין אלטמאדישע דיקטעטערישע סיסטעם?
גוט מארגן יונה!
מען רעדט אבער ווען איינער וויל נישט פאלאווען אט די אלע משוגעת'ן האט ער א סיסטעם אויפן קאפ וואס לאזט עים נישט.
איינער האט געבעיטען אפאר משלים פון סיסטעם, איז אזוי די קאנסעפט איז איינס, דהיינו "זאכן וואס די מיזט אדער טארסט נישט טוען, כאטשיג ס'האט נישט קיין פשט," ובכן
*פארן מיט א בייזיק
*גיין אין די ווינטער מיט א קאוט וואס מאכט עקשעלי ווארעם (דאכט זיך ס'הייסט א parka)
*גיין מיט סניקערס
*גיין מיט א טי שירט
*פרויען שערן די האר
*פרויען טארן נישט דרייווען
*מאכן עקסערסייז אויפן גאס
*קראנקע שידוך סיסטעם
*מענטעליטי אז אלע בחורים מיזן גיין אין ישיבה (כו"ע מודי אז ישיבה איז נישט געמאכט פאר א גרויסע פראצענט בחורים, אבער ארבעטען מאן דכר שמיה)
*מענטעליטי אז מען טאר זיך נישט גט'ן און ענדערשער זאל מען זיך שלאגן א גאנצע לעיבן
*די מאנקי סי מאנקי דא מהלך פון חתונה מאכן
געניג?
למעשה גערעדט איבער די לעצטע פאר טעג איז מיר אויסגעקומען צו זעהן אפאר קליפס פון חרדישע געטאו נייעס, כ"ו אב, סעיוו מיימאנידיעס, א.ד.ג. און עט סאם פוינט האט מיר אנגעכאפט אן עכטע נייגער וואס טוט זיך דארט, ס'האט מיר אנגעכאפט א חשק אהינצוגיין אויספרעגן מענטשן וויאזוי זיי קוקן אן די וועלט, אקוראט די זעלבע געפיל וואס איך האב ווען איך קוק אן אמיש דאקיומענטרי. and then it dawned on me, איך בין שוין אזוי ווייט פונעם געטאו אז איך בין שוין נייגעריג וואס טוט זיך דארט, גענוי די זעלבע נייגער וואס איך האב צו יעדע אומבאקאנטע פרעמדע זאך...וואלווי האט געשריבן:טייערע @רביה"ק זי"ערביה''ק זי''ע האט געשריבן:@וואלווי: אז דו ביזט אזא מומחה אויפ'ן גאסישן סיסטעם וויל איך דיר פרעגן, בין איך קאנסידערד אינעם סיסטעם? אינדרויסן פונעם סיסטעם? אויפ'ן סיסטעם? אונטער'ן סיסטעם? ביים זייט פונעם סיסטעם? איך מיין אז איך בין אזוי גרויס אז איך פיט פשוט נישט אריין אינעווייניג סאו איך שטעק ארויס פון אלע זייטן...
ווען סדום סיסטעם וואלט נישט חרוב געווארן, וואלט מען אפגעטשאפט אלעס וואס שטעקט זיך ארויס.
כ'פרוביר נאך פארשטיין פארוואס אאע"ה האט אזוי געקרענט צו ראטעווען סדום
.
ווען קומסטו אהן...? מיר וועלן דיר אפווארטן ביים לופטפעלד מיט א קבלת פנים...רביה''ק זי''ע האט געשריבן: למעשה גערעדט איבער די לעצטע פאר טעג איז מיר אויסגעקומען צו זעהן אפאר קליפס פון חרדישע געטאו נייעס, כ"ו אב, סעיוו מיימאנידיעס, א.ד.ג. און עט סאם פוינט האט מיר אנגעכאפט אן עכטע נייגער וואס טוט זיך דארט, ס'האט מיר אנגעכאפט א חשק אהינצוגיין אויספרעגן מענטשן וויאזוי זיי קוקן אן די וועלט, אקוראט די זעלבע געפיל וואס איך האב ווען איך קוק אן אמיש דאקיומענטרי. and then it dawned on me, איך בין שוין אזוי ווייט פונעם געטאו אז איך בין שוין נייגעריג וואס טוט זיך דארט, גענוי די זעלבע נייגער וואס איך האב צו יעדע אומבאקאנטע פרעמדע זאך...
שוין, למעשה האב איך מיך פארגענומען א שטרענגע קבלה אפצושטאטן א באזוך און מיטהאלטן מיט די אייגענע אויגן וואס טוט זיך דארט, ווען פונקטליך ווייס איך נישט, אפשר לכבוד די נעקסטע משפחה שמחה? (כ'האף נאר אז ס'וועט נישט האבן אזא פנים ווי אלע מיינע אנדערע קבלות) @טאטי @מאמי, איך שעם ווען איך דערמאן זיך ווען איך האב ענק באזוכט דאס לעצטע מאל
איך קען קוים ווארטן ענק צו זעהן נאכאמאל!
ענד וואט א קאאינסידענס, פונקט אינמיטן שרייבן דיזע שורות רופט מיר אריין א פעטער מיט וועם כ'האב שוין נישט גערעדט זייט כ'ווייס נישט ווען
יויש, ווען איך נוץ דאס ווארט "געטאו" מיין איך בכלל נישט צו זאגן פרימיטיוו צו וואס, און איך האלט מיך אינגאנצן נישט העכער פון די געטאו אידן פשוט פאר די פאקט ווייל זיי זענען געטאו אידן, ס'אינגאנצן נישט דא פון וואס באליידיגט צו ווערן. וואס כ'האב געמיינט צו זאגן מיט "געטאו אידן" איז פשוט א געוויסע קאנצעפט וואס כ'האב ביזדערווייל נאכנישט געטראפן קיין בעסערע וועג דאס ארויסצוברענגען אין איין ווארט, כ'וועל דיר געבן אן אנדערע ביישפיל פאר דעם קאנצעפט וואס דו וועסט האפענטליך יא פארשטיין. איך האב חבד'סקע חברים וואס זענען זייער קלוג און איך האב זייער הנאה צו פארברענגען מיט זיי און מיר פארשטייען זיך זייער גוט איינער דעם אנדערן, אבער ביז ס'קומט צו די נושאים פון משיח/גאולה/דער רבי, דארט ווייס איך אז איך רעד מיט א "חבד'סקער" און מיר גייען זיך קיינמאל נישט פארשטיין. און ס'נישט אז איך בין נישט נייגעריג איבער זייער טעיק אויף דיזע טעמעס, אדרבה, ס'איז זייער intriguing, פאציניערענד, און אינטערעסאנט, טאקע ווייל ס'טוט זיך אפ אין א פאראלעל יוניווערס וואס איך וועל קיינמאל נישט ארויסהאבן. דאס ווארט "חבד'סקער" מיינט נישט פרימיטיוו אדער נידעריגראנקיג, ווי אויך מיינט עס נישט אז איך בין מער אויפגעקלערט פון איהם, ס'פשוט אז ער איז א "חבד'קער" און ווען ס'קומט צו די נושאים וואס זענען נוגע חב"ד אפערירן מיר אויף אנדערע סעטס אוו רולס, ס'איז ממש א בחינה פון דור הפלגה.שאלתיאל האט געשריבן:וואס מאכט מיר לאכן דא איז אז דאס זעלביגע וואס @רביה''ק זי''ע האלט אויפן היימישן ציבור האלטן אנדערע אויף אים. אפגעזעהן ווי אויפגעקלערט ער איז, איז שטענדיג דא מער הויעכראנגיקע אויפגעקלערטע פון אים וואס ביי זיי איז ער מיטן חרדי'שן סיסטעם-איד דער זעלבע שווארצע פרימיטיווע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
און דאס אז דער היימישער יוד לאכט פון זיי אלע וואס די האסט אויסגרעכענט, דער גוי דער כלב דער אטיאסט וכו', דאס איז ביי דיר א מילתא זוטרתא?שאלתיאל האט געשריבן:וואס מאכט מיר לאכן דא איז אז דאס זעלביגע וואס @רביה''ק זי''ע האלט אויפן היימישן ציבור האלטן אנדערע אויף אים. אפגעזעהן ווי אויפגעקלערט ער איז, איז שטענדיג דא מער הויעכראנגיקע אויפגעקלערטע פון אים וואס ביי זיי איז ער מיטן חרדי'שן סיסטעם-איד דער זעלבע שווארצע פרימיטיווע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
אבער ערלויבט מיר אייך טרייסטן, שפיצזיניגער חכם הרזים. אזוי גייט דער וועלט. אונזער ''מעינסטרים'' קוקט אראפ און שפעט פון לב טהור און אנדערע פאנאטישע סעקטעס, אינערהאלב די מעינסטרים קוקט בעלזא אראפ אויף סאטמאר, דער ליטווישע אויף דער חסידישע, די אמעריקאנער אויף די ישראלים, און די מעהר קילע-אויפגעקלערטע אויף די מעינסטרים. ווידעראום דער מאדערן-ארטדאקסער לאכט אפ פון אלע חרדים ביינעזאם, דער רעפארמער שחצ'נט אויפן מאדערן-ארטדאקסער אא"וו. ווידעראום דער גוי קאַקט אויף יעדן גלויביגן איד ביינעזאם, און ביי דער גוי אליין לאכט דער אטעאיסט לאכט פונעם גלויביגן און דער פראגרעסוויער פונעם קאנסערוואטיוון און אזוי פארט זיך א וועלט. יעדער פראבירט זיך גרויסהאלטן און זיך בויען איבער די וואס זענען נידעריגער פון אים אינעם ''אויפגעקלערטקייט'' לייטערל. אלזא, געדענקט אז שטאלצירן איבערן 'חרדי'שן געטא' איז געשמאק, דעפרישענד, און גיבט זיכער צו צום זעלבסט-זיכערקייט אבער שטענדיג איז דא דער העכער דיר דארט אין די הירארכיע פון אויפגעקלערטקייט וואס טראכט דאס זעלביגע.. אויף דיר.
הצלחה!
והיינו דאמרי אינשי, "די רעבע זחיסע יאגען עליינע האט געהאט א ווייטע בליק"קל וחומר האט געשריבן:ווען א מענטש ווערט געבוירן קוקט ער אן די וועלט פון זיך ארויס, ער ווערט עלטער און זעט אז ס'דא ארומיגע קוקט ער אן דעם וועלט פון זיין צירקל/קולטור ארויס, ווערט ער נאך קלוגער קען ער אנקוקן דעם וועלט פון אנדערע סארטן פערספעקטיוון ס'טייטש אפילו פון א מענטש וואס איז מנוגד לחלוטין צו זיינע מיינונגען, ווערט ער נאך קלוגער זעט ער דעם וועלט און זעט זיך אינעם וועלטל פון א דרויסענדיגער בליק און קען זען זיינע שוואכקייטן און שטארקייטן אביעקטיוו און דערנאך קען ער זען וועלכע צירקל איז אים די פאסיגסטע זיך צו אריינגלידערן נאכן שטודירן קולטור פון א גענצליך דרויסענדיגער נייעם בליק.
ווייזט אויס אז רביה"ק האט דערגרייכט דעם העכסטן שטאפל און האט געקריגן דעם ווייטן בליק.
אבער ווען דער פארכנאקטער פוילישע אידל האט געהאט א שרעקעדיגע חלום אדער געכאפט א קדחת איז ער שוין איינמאל, אויף אלע פיהר, געלאפן צו דעם דויטשן פראפעסאר..באהעלפער האט געשריבן:דו ווייסט אז פאר היטלער האט אט דאס דאס מערסטע געשטערט. אז דער פאר'כניאקטער פוילישער יודל, עקלט זיך פון א דויטשער פראפעסאר!
און אז מיר לויפן קיין וואשינגטאן פאר אונזערע אינטערעסן, מיינט עס אז מיר ליבן זיי און שעצן זיי? אונז יודעלעך זענען אלץ געווען תוכו אכל וקליפתו זרק.טאמבל סאס האט געשריבן:אבער ווען דער פארכנאקטער פוילישע אידל האט געהאט א שרעקעדיגע חלום אדער געכאפט א קדחת איז ער שוין איינמאל, אויף אלע פיהר, געלאפן צו דעם דויטשן פראפעסאר..