בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 11:20 am
דורך אךשמח
ראביי מאניס פריעדמאן איז מסביר וואס מ'זאל טון אויב מ'האט א תאווה צו טון זאכן אויף די אינטערנעט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:27 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב א זייטיגע נקודה איבער דעם נושא צי דער אינטערנעט איז גוט אדער שלעכט.

אפגעזעהן איבער די רוחניות'דיגע שאלות, איז דא נאך א נקודה וואס איך האלט דאס האט שטארק געשאדט פאר אידן, ובעיקר דעם היימישן ציבור.

מיר האבן פארלוירן אונזער פריוואטקייט! מיר זענען געווען אפגעזונדערט פון די גאנצע וועלט, וואס איז געווען א מחי'. און היינט?

ניין, איך מיין נישט דאס וואס דו טראכסט. אז די קינדער (און עדאלטס) האבן נישט געהאט צוטריט צו גארנישט און היינט האט מען יא. איך מיין אינגאנצן עפעס אנדערש.

די גויים די אומות העולם האבן נישט געוואוסט גענוי וואס טוט זיך ביינונז. מאנכע האבן יא פרובירט צו פארשטיין, אבער גיי לערן מיט א גוי ברטנורא. אבער די לעצטע פאר יאר, איז אן א שיעור מאל אויסגעקומען ווי מען עפנט אויף אלע טויערן, אלע אונזערע ענינים, מנהגים, מחלוקת, שמוץ, לשון הרע און פאפעריי, און וואס נישט - אלע אונזערע שמוצ-וועש ווערט אויסגעלופטערט לעיני העולם אין אלע סארטן שפראכן, ואין פוצה פה.

ס'ארא עקל!

חוץ מזה וואס דאס האט געגעבן א געזונטן פלאטפארמע פאר אלע שונאי ישראל, און אויך די סעלף-העיטינג דזשוס, מכם ובכם, אויסצושרייען אלע זייערע שנאה געפילן קבל עולם ומלואה, מיט א האס וואס איז נישט געווען אזוי באוואוסט ביז די אינטערנעט עפאכע, האט עס געגעבן א געלעגנהייט פאר אלע סארטן קרייזן (און אויך שטאטישע טאטעס וד"ל) אריינצוקוקן וואס טוט זיך ביי אונז אונטער די דאכענע און אין די מקוואות, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן עפעס אנשטרענגען צו זיין א מציץ מן החרכים אדער הונטערשיקן שפיאנען און מוסרים, אלעס ווערט זיי צוגעשטעלט אויף א גאלדענעם טאץ!

דאס איז איינע פון די גרעסטע חסרונות פונעם פארשאלטענעם אינטערנעט.

אמת. עס איז פארדעם אויך געווען א מידיא, און פרידאם אף ספיטש, אבער עס האט נישט געהאט צופיל מיט אונז אידן. היינט נאכן אינטערנעט, ווער עס פארט אפ פון אידישקייט פאר סיי וועלכע סיבה, קען זיך אליינס אינטערוויעון און ארויסשטעלן זיינע מחשבות זרות אויף יוטוב און אנדערע מקומות, גיין אויף TV שאוס, און אויסער ארויסגעבן בוכער, אויך באשרייבן דעם בוך אויפן אינטערנעט און אויסהערן און פארענטפערן די קאמענטס פון יעדן שמויגער.

אוי לנו שכך עלתה בימינו.

איך וואלט געקענט מער מאריך זיין, אבל אין העת אתי. ועוד חזון.


דא זעה איך ווי די אייוועלטיסטן שרייבן דאס זעלבע ווי מיר.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 6:38 pm
דורך ידען
איך טאטש מער נישט קיין ספר....

נשלח: מוצ"ש יוני 01, 2013 10:47 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז אזוי אינטערעסאנט, דו האלטסט אז ער האט זיך אראפגעזעצט טראכטן, וואס קען מען אריין לייגן די וואך עפעס א גוטס? אדער די מיני בליץ איינפעלער פאלט עם איין אין שאוער? אה! דאסי א גוטס! גיימער עס אריינשיקן פאר די חברה, זיי עלן טאנצן פאר שמחה דערצו.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 2:14 am
דורך wassup
שמיטה האט געשריבן:בנוגעט אינטערנעט גוט צו שלעכט
חז"ל זאגן כל מה שברא הקב"ה לא בראו אלא לכבודו (וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד) ממילא איז זיכער אז די מטרה איז א גוטער, און מקען דאס אוודאי אויסניצן אויף גאר גוטע אופנים
בנוגע די ביטערע נסיונות און מכשולות וואס דאס ברענגט מיט זיך, דאס זעלבע איז מיט אנדערע נוצליכע זאכן, וואס אויב נוצט מען שלא על פי תורה איז עס ביטער ווי א זית. נעם לדוגמא די אויג פון א מענטש. דערפאר מוז מען טאקע הארכן צו די גדרים וואס די רבנים מאכן.

What who are even the rabbunim todays days they are a whole group of jobless ppl who dont have to do with there time so they are busy with all kind of crap.'''''''''''its over the rabbunim times they are full of it only money and kuved its a shame that they are the ppl to tell us what to do

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:14 pm
דורך הקטן
איי בעליף דעד יאר לעסט פאסט מעד יאס אף דע internet און ען נאן קאשער ווע, וואט דא יא טינק?

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 7:42 pm
דורך ימי קדם
איך פארשטיי נישט די שאלה.
איז פלייש "אדער" מילך גוט? יא, ווענדט זיך ווי אזוי מען נוצט עס.
איז געלט גוט? כנ"ל.
ואטו כי רוכלא איזל ואחשב.

יעדע זאך וואס איז דא אויף די וועלט איז דא פאר א גוטע סיבה, און די סיבה איז "קיינמאל נישט" נאר פאר א נסיון, כי אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו (מפי רבי אביגדור מילר).

נשלח: דינסטאג יוני 18, 2013 7:43 pm
דורך זר זהב
ימי קדם האט געשריבן:יעדע זאך וואס איז דא אויף די וועלט איז דא פאר א גוטע סיבה

וואס איז די גוטע סיבה פון טי ווי ?

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 2:33 am
דורך ימי קדם
זר זהב האט געשריבן:
ימי קדם האט געשריבן:יעדע זאך וואס איז דא אויף די וועלט איז דא פאר א גוטע סיבה

וואס איז די גוטע סיבה פון טי ווי ?

קען זיין אפאר זאכן, וואס בליצט מיר אויף אויף די מינוט, איז קירוב.

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
אינטעסאנטע ארטיקעל אין סלעיט : משיח וועט געמאלדען ווערן דורך טוויטער.....
http://www.slate.com/articles/life/fait ... hance.html

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:32 pm
דורך זר זהב
כ'מיין אז ידל האט עס שוין געלינקט ערגעץ

viewtopic.php?p=126298#p126298

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:34 pm
דורך [NAMELESS]
אה , שקויעך. נישט געזעהן

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:38 pm
דורך זר זהב
ס'נישט קיין עולה, די תגובות פארן ארויף. אזוי ווי איך אליין טוה יעצט

נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
:lol:

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 11:38 pm
דורך אבגד
אויס דיון - א בפירוש׳ער בילד (קארטון)
בילד

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 4:32 pm
דורך אבגד
ימי קדם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה.
איז פלייש "אדער" מילך גוט? יא, ווענדט זיך ווי אזוי מען נוצט עס.
איז געלט גוט? כנ"ל.
ואטו כי רוכלא איזל ואחשב.

יעדע זאך וואס איז דא אויף די וועלט איז דא פאר א גוטע סיבה, און די סיבה איז "קיינמאל נישט" נאר פאר א נסיון, כי אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו (מפי רבי אביגדור מילר).

גוטע געדאנק!!
אבער זאג מיר נאר וואס פאר א גוטע זאך קומט ארויס
פון סם!
פון די אטאם באמבע!
(פון אן אראבער)!
ואטו כי רוכלא ליחשיב וליזיל
ווענדט זיך אויך וויאזוי מ'נוצט עס? אויב אזוי, נוץ עס און דערנאך וועלן מיר רעדן
אלא מאי איז דא זאכן וואס דער באשעפער האט באשאפן כדי חרוב צו מאכן די וועלט, און עס ליגט די בחירה אין דעם מענטש.
אוודאי אלעס וואס דער באשעפער האט באשאפן איז נאר לתועלת (אזוי ווי דער אויבערשטער האט גע'ענטפערט פאר דוד המלך וועגן דעם שפין און בין וואס געבט נישט קיין האניג) וואס אונז ווייסן נישט, אבער לעיני כל האדם איז עס בפשטות נאר חרוב צו מאכן, און דאס צו וויסן דארף מען קוקן וואס קומט ארויס פון דעם.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 5:23 pm
דורך געפילטע פיש
גראדע נוצטו סם טאג טעגליך, דיין עסן האט פעסטיסיידס, דיין עקסטערמינעיטער נוצט סם פארטרייבן מייז, אינזעקטן, וכל מיני מרעין בישין. פון אטאם באמבע האבן מיר נוקלעארע ענערגיע, און מ'קען איר אויך פארדאנקן פארן ברענגען א פריע סוף צום צווייטע וועלט מלחמה, ווער ווייסט וויפיל נאך אידן וואלטן אומגעקומען אין די גאז קאמערן ווען נישט איר?
אראבער? קודם האסטו אביי, רבא, רב פפא, רב אשי. אלע אראבער געווען, וואוינענדיג אין בבל. ווי אויך ר' יצחק אלפסי, דער בן איש חי, באבא סאלי, הרב עובדיה יוסף, אויך אידישע אראבער. און ביי די גוים מיינסטו טאקע אז ס'נישט דא קיין אראבער וואס האט געברענגט מער נוצן צו די וועלט ווי דיר?
אבער דו האלטסט טאקע אז "איז דא זאכן וואס דער באשעפער האט באשאפן כדי חרוב צו מאכן די וועלט"? האלטסט אזוי באמת? פארוואס וואלט ער געטוהן אזא זאך?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 5:52 pm
דורך אבגד
פיין האסט זייער גוט געטראפען אז אפילו אין די זאכען איז אויך ריכטיג לתועלת, אבער פונדעסטוועגן איז עס געמאכט חרוב צו מאכן, נאר מען נוצט עס פאר גוטע זאכען אויך, וואס דאס איז בעיקר שייך בגשמיות וואס איז שייך חרוב צו מאכן און עס זאל זיין לתועלת, משא״כ ברוחניות איז נישט דא אזא זאך פון א חורבן לתועלת, און אפילו לשיטתך פארשטייסט אליין אז טאמער יעדער שמויגער וועט זיך ארומדרייען און ארבעטן מיט נוקלעאר וועט די וועלט חרוב ווערן, (מיט די אראבער פארשטייסטו אליין אז איך האב נישט געמיינט ערנסט, און די פירכא פון די אמוראים פארשטיי איך נישט פונקטליך, נעווער מיינד).

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 6:03 pm
דורך שמעקעדיג
געדענק דעם חז"ל: כל מה שברא הקב"ה לא ברא אלא לכבודו.
דוד המלך האט אלעס פארשטאנען, חוץ פון משוגעת און א שפינוועבעכץ, און אויך דאס האט אים גאט ערקלערט.
מיר פארשטייען נישט אלעס, אבער עס איז זיכער אלעס לכבודו.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 6:07 pm
דורך געפילטע פיש
וואס כ'האב געמיינט איז אז ווען דו האסט געזאגט אראבער האסטו מסתמא געמיינט מוסלמענער, ווייל אידן וואס וואוינען אין אראבישע לענדער זענען אויך בכלל "אראבער". (נעווער מיינד).

וואס כ'האב דיר געענטפערט אויף די משלים איז בעצם נישט מעלה ומודיר, די אינטערנעט איז נישט מער ווי א tool, פונקט ווי א טעלעפאון, פאקס מאשין, קאר, עראפלאן, האמער, מעסער, און צינג. מ'קען די אלע זאכן נוצן פאר גוטס, און פאר שלעכטס. נישטא קיין אבסעלוט, נאר וואס דען, אז א מענטש וואקסט אויף, און ווערט מחונך ווי אזוי צו נוצן דעם tool ווי ס'דארף צו זיין, איז דא קלענער שאנסן אז ער וועט עס אביוז'ן.

____
שמעקעדיג האקט, זעט אויס דוד המלך האט נישט פארשטאנען פארוואס די באשעפער האט באשאפן די web.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 6:14 pm
דורך אבגד
שמעקעדיג האט געשריבן:געדענק דעם חז"ל: כל מה שברא הקב"ה לא ברא אלא לכבודו.
דוד המלך האט אלעס פארשטאנען, חוץ פון משוגעת און א שפינוועבעכץ, און אויך דאס האט אים גאט ערקלערט.
מיר פארשטייען נישט אלעס, אבער עס איז זיכער אלעס לכבודו.

ליין איבער וואס איך האב געשריבען, אלעס איז לתועלת און אוודאי לכבודו, אבער וויבאלד מען פארשטייט נישט, איז קען מען נאך נישט אננעמען פאר א פשטות אז וועגען דעם איז עס שוין א גוטע זאך פאר אונז, נאר פאר די תועלת וואס דער באשעפער האט דאס באשאפן, דוד המלך האט נישט פארשטאנען אויף די זאכען וואסערע תועלת דאס האט פאר׳ן מענטש, - דו פארשטייסט אליין וואס איך האב געמיינט ארויס צוברענגען, און מ׳קען אסאך מאריך זיין נאר איך האב נישט קיין געדולד, און איך מיין אז דו אויך נישט....

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 6:19 pm
דורך אבגד
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס כ'האב געמיינט איז אז ווען דו האסט געזאגט אראבער האסטו מסתמא געמיינט מוסלמענער, ווייל אידן וואס וואוינען אין אראבישע לענדער זענען אויך בכלל "אראבער". (נעווער מיינד).

וואס כ'האב דיר געענטפערט אויף די משלים איז בעצם נישט מעלה ומודיר, די אינטערנעט איז נישט מער ווי א tool, פונקט ווי א טעלעפאון, פאקס מאשין, קאר, עראפלאן, האמער, מעסער, און צינג. מ'קען די אלע זאכן נוצן פאר גוטס, און פאר שלעכטס. נישטא קיין אבסעלוט, נאר וואס דען, אז א מענטש וואקסט אויף, און ווערט מחונך ווי אזוי צו נוצן דעם tool ווי ס'דארף צו זיין, איז דא קלענער שאנסן אז ער וועט עס אביוז'ן.

____
שמעקעדיג האקט, זעט אויס דוד המלך האט נישט פארשטאנען פארוואס די באשעפער האט באשאפן די web.

יא! יעצט זעה איך אז מיט׳ן עסן געפילטע פיש פארשטייט מען אויך אן עסק!
דו ביזט זייער גערעכט מיט דעם פוינט אז עס איז נאר א טאל, און אמת אז מנוצט עס אזוי איז טאקע כדבריך, אבער די פראבלעם איז אז די אינטערנעט אליין שטעלט זיך אוועק אז עס זאל מזיק זיין פון זיך, פארשטייט זיך אהן א גוטע פילטער, און דאס האב איך געמיינט, און די אמת איז אז עס איז ממש אזוי ווי דו האסט געזאגט, ווייל אין סתם וועלטליכע זאכן איז עס דאס גאר נוצבאר, אבער ניצט מען עס נישט ווי עס דארף איז עס סם המות ממש, עניוועי עטליסט מיר פארשטייען זיך.....

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:23 pm
דורך galitzyana
I don't know if its good or bad but if you u dont have bisti ian ungersina behima