עטליכע פאלאשיסישע פראבלעמען מיט ברוך פערלאוויטץ'ס ריספאנס: איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן...
לאגישע פאלאסיס 101:
א פאלאסי איז א פעלערדיגע מהלך פון טראכטן וואס צופראסקעט א סטרוקטור פון א טענה אדער א קלעים.
רויטע הערינג עסט מען ביים קידוש, אבער אין א לאגישע שמועס/דעבאטע ווען מ'נוצט פוינטערס וואס הייבט נישט אן אריינצוקומען אין די נושא אויפן האנט אין ארדער צו פארפירן דעם מוח הייסט דאס א רעד-הערינג פאלאסי, און דעריבער א ראנג וועג פון נוצן לאגיק. קענסט עס רופן אנדערע זאכן. דאס האט מיט ראציאנאלע דיבורים
קיין שייכות ס'איז פונקט ווי דו האסט געזאגט 1+1 = חלה דעקל (יעצט איר הרב פערלאוויץ וואס איך האף איר ליינט דאס, האט דאך אזא גוטע עדזשוקעישן אז איך דארף עס אייך ניטאמאל מסביר זיין סא איך רעד דא סתם איבריג.)
יעדער וואס קען אביסל קריטיקל טינקינג ווייסט אז מ'רעדט קיינמאל נישט פון פערזענליכע עקספירענס צו מאכן אן ארגומענט שטערקער. ווייל דאס הייסט
אנאקדאטישע באווייז, ס'איז אזוי ווי זאגן: מיין טאטע האט גערויכערט צוויי פושקעס א טאג און געלעבט ביז די פינף און ניינציג, אשר על כן איז רויכערן נישט קיין סכנה. נישט שלעכט הא? פונקט ווי ביי ראסיזם פארשטייט מען אז די אווערגענערעלעזאציע פון די טאהטן פון א יחיד איז א ראנג וועג פון דן זיין א רבים, די זעלבע דארף מען פארשטיין אז דא טויג דאס אויך אויף כפרות; מיין ביזנעס סוקסעס און די סוקסעס פון מיינע קליענטן זאגט גארנישט אויף מיין געמיינדע. גאר - נישט!!! קענסט דאך שוין פאר די געלט א ראיה ברענגען אויף די בליענדע שפרודל'דיגע עקנאמיע פון צפון קארעא נאר פון כאפן א בליק אויף קים דזשאנג אן'ס 250 פיסיגע יאכט, און זיין מעיבעך? פליז. די חברה האקן א לעבן דארט, והא ראיה קים דזשאנג אן האקט.
גיימיר ווייטער, איר מאכט דעם טעות וואס אסאך אפאלאגיסטן מאכן און פארפירן דעם נאראטיוו ווי גלייך די רעדע איז אויסדריקליך אבאוט א post secondary education וואס מ'לערנט אין קאלעדזש ווען די רעדע איז בעיקר איבער פארבעסערן elementary middle און high school איז כ'וויל דיר פרעגן פאר די גייסט אזוי דיסקרעדיטן דאס גאנצע קאלעדזש סיסטעם, זאל נישט די מוסד קודם ערלויבן א קינד צו גראדואירן? אונז האלט מיר נאך אסאך פאר קאלעדזש...
שפעטער גייט ער אן וועגן פאמיליע לעבן און שבת, ווייטער א רויטן הערינג, וויאזוי אין די שאול תחתית קומט דאס דא אריין?? איך ווייס וואו! אין די מיינד פון א מענטש וואס דארף זיך דיפענדן אויף עפעס וואס לויט זיין פארשטאנד איז דאס וואס איז יעצט די חובת השעה, ווייל די מידיא איז דא געקומען אטאקירן מיין גאנצע קולטור, מיין לעבנסשטייגער, און מיין גאנצע ביאינג! איך האב עס שוין געזאגט בנוגע דעם עדיטאריעל פון איד וואס איינער האט געלייגט דא, ווען איינער זאגט מיר דראגס און טיק טאק ווייס איך פונקטליך וויפיל יענער פארשטייט צו די סעקולערע וועלט say no more אויב איז דאס וויפיל דו פארשטייסט, ערווארט איך טאקע נישט קיין סאך פון דיר...
יעצט צו זיין מעכטיגע פילם מאכער טיטל: איך ווייס אז ער האט אויסגענוצט מענטשן פאר קלענערע ראלעס פאר זיין פילם און זיך אויסגענומען אז ס'איז נישט פאר באצאלט, און ער איז נישט דער איינציגסטער. סתם, איך ווארף עס אריין פאר איינער איז זיך טועה אז דא רעדט מען פון סטיוון ספילבערג אליין, ניין ער קומט נאך צו צו טובות, און דאס איז דאך די גאנצע שיינקייט פון אונזער חינוך. איינער אין האליוואד ארבעט פאר פרי? קיינמאל!
און אויב איז אמת וואס ער זאגט אז ריעל עסטעיט איז אזוי שכיח ביי אונזערע אנ-עדזשוקעיטעד חסידישע ברודער, הלמאי לערנסטו נישט אויס ישיבה בחורים וואס קוועטשן אפ די בענק טאג איין און טאג אויס די כללים פון מולטי פעמילי פראפערטיס און 1031 עקסטשעינדזשעס און אזוי ארום וועט צוקומען פרישע טויזנטער סוקסעס סטאריס צו די דאזיגע אינדוסטרי?!
אפילו אויב OJBA מאלט אן אנדערע בילד. ס'איז נישט קיין נייעס אז רובא דרובא סטראגלען, און נישט אומזינסט דארף מען זיך קאנצענטרירן אויף די flashy סוקסעס פון דעם און יענעם און איגנארירן אויסגעמעקסטע קרעדיט קארדס אלע טשעקס וואס קומען צוריק, איגנארירן אלע נעשאנעל גריד אקאונטס וואס האבן נישט צו באצאלן ווייל זיי לעבן פעי טשעק צו פעי טשעק, יא לאמיר נישט מאכן אן עסק פון דעם, ווייל אויף דעם איז דאך דא אזויפיל צדקה וחסד עניוועי....
מורטל ביעטש.. ווואאאס?