בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 5:01 pm
דורך באהעלפער
yn.NY האט געשריבן:
זיך בעטן פאר א שיינע טיטל איז אויך א עקל. א מין קארופטירטע מהלך המחשבה דאס, די גרויסקייט פון דיין טאטע ווענדט זיך צו סקווירא שרייבט יא אדמו"ר אדער נישט
קוקט אויס אז יא!
מענטשן לויפן... צו באקומען א נאמען, צו ווערן דערמאנט ביי סקווער אין די בלעטער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 11:47 pm
דורך שמעון וואלף
yn.NY האט געשריבן:בעל דרשן האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:יאפס! דער ליסקער ''רבי'' איז ממש א לשם שמים יוד, ער זיצט יומם ולילה על התורה ועל העבודה. און די אלע אדווערטייזמענטס יעדע וואך אין די 'אידישע חרדישע נייעס', פון עהם, איז בלויז א פונק פון זיין ענוות רוח און תמימות.
זיין זון עזרא איז אויך גארנישט סתם איינער.
רבי ר' עזרא שליט''א איז נישט קיין קליינע ת''ח, און זיצט אויך צוזאמען מיט זיין טאטע על התורה ועבודה, יומם כלילה, ולא פסיק פומי' מגירסא.
די חטא פון זיי אזוי באשמוצען און רופען ליסקע רב - אנשטאט אדמו''ר, ווען ער איז דאך ממש א גראדע ליניע ביז'ן הייליגער ליסקער - דער ערשטער! איז זייער געפארפול און קען זיך פארוואנדלען אין א עקלדיגע קטרוג אין די הייליגע טעג הבעל''ט.
ס'ממש א גרויל וויאזוי מ'קען אזוי מבזה זיין דעם ליסקער, ווען ער שטייגט איבער סיי וועלכער גדול בישראל נישט נאר פון היינט נאר פון סיי ווען.
כ'מיין אז חסידי סקווער זאלן גיין מקבל נזיפה זיין פון עהם, אולי אכפרה פניו במנחה.
שטעלט אייך ווען א צייטונג שרייבט אויף סקווירא אב"ד סקווירא אדער מ'געבט אים א נערמאלע נישט רעבישע בענקל אויף וועם וואלט מען געווארפן שטיינער ? וועם וואלט מען פארברענט?? ליסקא רבי איז נישט שילדיג אז זיין טאטע האט נישט געבויט א שטעטל.. אין ליסקא פארברענט מען נישט קיין מענטשן און אזוי אויך קען מען האבן א שול אדער א דירה אין די מייל פון ליסקא די וועג אזוי חסידות גייט היינט צו איז א עקעל
זיך בעטן פאר א שיינע טיטל איז אויך א עקל. א מין קארופטירטע מהלך המחשבה דאס, די גרויסקייט פון דיין טאטע ווענדט זיך צו סקווירא שרייבט יא אדמו"ר אדער נישט
און די גרויסקייט פונעם סקווירא'רס טאטע ווענד זיך טאמער ס'וועט זיין נאך א שול אין די מייל. וואס פארשטיי מיר אונז און די פארשידענע דרכים אין עבודת השם?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 12:26 am
דורך באהעלפער
קוקט אויס ס'נישטא קיין פלאץ פאר עזרא בן האדמו''ר אינעם זאל, בלויז אוידיאו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:38 am
דורך דער עסער
דער סקווירא מהלך בפרט איז "וואס האב איך דערפון?" אדער בעסער געזאגט ביי יעדע וועלטליכע אידישע מאורע פרעגן די העומדים בראש דארט "ווי אזוי קען סקווירא ארויס קעשן פון דעם געשעניש?" (עי' ערך רובאשקין, ל"ג הדלקה, טעכנעלאגיע, בילדער, די וואך, דער בליק, ועוד ועוד). פון א גרויסע רבי האבן זיי פראפאגאנדע מאטעריאל, לדוגמא רוב צדיקי דורנו אחר פטירתם ווערן אוטומאטיש א סקווירא חסיד למפרע (עי' ערך ערלוי, וואזער, פאפא ז"ל, סקולען ז"ל, ר' יחזקאל מערץ, ר' טוביה ווייס, וכו' וכו').
סתם אבי גע'רעדט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:41 am
דורך דער עסער
בת קול האט געשריבן:אפאר פונקטן- די ערשטע נאכט איז געווען א שטיקל צומישעניש. ווען ער קומט ווען א נאכט שפעטער וואלט ער רוהיג באקומען א בענקל.
צווייטנס, זייער שיין אז זיין טאטע האט יחוס, (ווער האט דען נישט עפעס יחוס היינט,) אבער פונקטלעך וואס האט ער שוין צוגעגעבן צו סאסייעטי אז ער מאנט א טיטל?
דריטנס, עזרא האט ארויס גענומען זיין סמארטפאון גראד אין פארנט פון רבין׳ס פנים צו כאפן א ווידיא, און מען האט זיך גענומען ציצקינען און ווינקען ער זאל אוועקלייגן.
(100% געזיכט א פייט, איך האב זיך ניטאמאל געוואגט אריין צו וואקן מיט מיין פאון ביי די פרויען זייט.)
איי געס דאס איז זיין נקמה אקציע.
אזוי איז טאקע געווען איך האב עס געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:51 am
דורך באהעלפער
היכי דמי האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:כ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
וואס טאקע פשט? פון זייער ליסטע קוקט אויס ממש ווי יעדע רבי פון ניו יארק איז געקומען. (אויסער קאסאן הילקרעסט און ניקלושבורג)
דע סטישינער רבי מיין איך זע איך נישט אויפ'ן ליסט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 3:18 pm
דורך דער עסער
אפשר דארף מען דא אויך צו לייגן לשונות ביי האשה שרה די בעקערין???
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 3:23 pm
דורך באהעלפער
דער עסער האט געשריבן:אפשר דארף מען דא אויך צו לייגן לשונות ביי האשה שרה די בעקערין???
ס'משמע אז ס'דא שוין א אוהל שרה, און יעצט א אוהל לאה. וועט מען אויסווארטן און האדמו''ר הגאון הצדיק האלוקי רבי ר' עזרא פ. וועט בויען א אוהל זילפא אדער גאר 'חצר' זילפא...
על שם אדמו''ר עזרא בן ליסקא
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:50 pm
דורך מחצה''ק
גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:00 pm
דורך באהעלפער
מחצה''ק האט געשריבן:גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:03 pm
דורך מחצה''ק
באהעלפער האט געשריבן:מחצה''ק האט געשריבן:גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?
מעג מען נישט חוזק מאכן פון עם
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:21 pm
דורך באהעלפער
מחצה''ק האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:מחצה''ק האט געשריבן:גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?
מעג מען נישט חוזק מאכן פון עם
קיינער האט נישט חוזק געמאכט פון עהם, נאר פון זיין זון עזרא, וואס פייגערט פאר רעבישע כבוד על לא דבר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:25 pm
דורך מחצה''ק
באהעלפער האט געשריבן:מחצה''ק האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:מחצה''ק האט געשריבן:גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?
מעג מען נישט חוזק מאכן פון עם
קיינער האט נישט חוזק געמאכט פון עהם, נאר פון זיין זון עזרא, וואס פייגערט פאר רעבישע כבוד על לא דבר
פריער האט איינער חוזק געמאכט פונעם
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 8:02 pm
דורך באהעלפער
ווייל ער קען לערנען איז ער נאכנישט קיין קדוש ונורא
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:42 pm
דורך נעקסט לעוועל
ששון ושמחה האט געשריבן:לכבוד המערכת אנ"ש דחסידי סקווירא שיחי'
כ'האב באמערקט וויאזוי איר טוט אויסרעכענען ווי אדמורי"ם רבנים וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א ל"ע, האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז אז ווען איר האט אויסגערעכנט מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האב איך באמערקט אז איר האט געשריבן אויף אים "הגה"צ אב"ד ליסקא שליט"א, האב איך געוואלט וויסן אייער מהלך criteria ווי אזוי איר קומט צו דער מסקנה ווער עס איז א אדמו"ר, א גאב"ד, אדער א אבד"ק?
אגב איינע פון די רבי'שע בענקל איז נישט געווען באנוצט בשעת ער איז דארט געווען. אבער ווען עס וועט אריינקומען א רבי פופציג יאר יונגער ווי מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועט מען אים יא געבן זיך צו זעצן אויף דעם רבי'שן בענקל.
אפשר איז דאס נישט פון די גרעסטע פראבלעמען ביי כלל ישראל, אבער ווען דער יוגענט קוקט דאס צו, שיקט דאס א מעסעדזש אז מזאל אנדערש אנקוקן און זיך אויפירן צו אדמורי"ם רבנים וכיוצ"ב נאר לויט זייערע גשמיות'דיגע חיצוניות'דיגע ווירדן און נישט לויט זייערע עלטער אדער רוחניות'דיגע פארקערפערונג, וכיוצ"ב.
בכבוד רב,
פנחס עזרא פריעדלאנדער
לכבוד המערכת פון די ניו יארק טיימס שיחי'
כ'האב באמערקט וויאזוי איר טוט אויסרעכענען ווי חשובע מוסדות התורה האבן באהאנדלט אונזערע קינדער די לעצטע צענדליגע יארן, האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז איר האט אויסגעלאזט איין גאר חשובע מוסד, מוסדות התורה והחינוך לבית ליסקא וואס מיין טאטע האט געגרינדעט. האב איך געוואלט וויסן אייער מהלך ווי אזוי איר קומט צו דער מסקנא ווער עס איז גענוג א גרויסע מוסד אריינצוגיין אין אייער ליסטע.
אויב אייער באשרייבן ווענדט זיך אויף די צאל און מספר פון די תלמידי המוסדות, אדער גרויסקייט פון די לאנטש רום, דאן האב איך נישט וואס מער צוצולייגן. אויב האט דאס מער מיט א מסורה'דיגע און מציאות'דיגע באציאונג וואלט איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז די ליסקא מוסדות האט א גאר שטארקע שייכות צו עדיוקעישן בכלל, און פאר גאווערמענט פאנדינג בפרט..
איך ברענג דאס ארויס צוליב עטליכע סיבות:
איר שרייבט אויף סאטמאר, קראסנא, חב"ד, סקווירא, אלץ אן אנערקענטע מוסד. פערזענליך האב איך נישט קיין פראבלעם אז איר בא'טיטל'ט זיי, אבער עס איז איראניש אלס היסטאריש גערעדט האבן זיי בכלל נישט פיגורירט אלס א מוסד בכלל. אויב וועט איר מיר זאגן אז היינט צו טאג שפילן זיי יא בדרך מוסד טוט איר זייער גוט אז שרייבט אויף זיי".
אבער, למעשה גערעדט, אויסצולאזן די ליסקא מוסד, וועלכע איז פאקטיש דער גרעסטער אין מספר פון גאווערמענט פאנדינג אין אונגארן, ווייזט מיר אז ליידער איז היינט דא נאר איין זאך ווי אזוי מוסדות ווערט געמאסטן, וואס דאס איז לויט די מספר פון תלמידים, אדער גרויסקייט פון די לאנטש רום, א.ד.ג.
נאך א באמערקונג איידער איך ענדיג מיינע ווערטער, איך האב באמערקט אז ביי די געשיכטעס פון די ארויסגעווארפענע תלמידים זענען געווען איינס צו צוויי וועלכע מען האט געשלאגן און זיי זענען געפלויגן אונטער די טיש, וואס דערויף האט מען מכבד געווען צו זיצן נאר די וואס ווערן היינט אויסגערעכט לשיטתכם מציונים. אבער אזא מוסד ווי ליסקא וועט מען נישט דערמאנען אין די גאנצע ארטיקל, כאטש עס פארמאגט א געוואלדיגע יחוס, און גרויסע האלצערנע טישן און בענק ווי די תלמידים זענען געפלויגן. נאר פאר דעם איינעם עבירה אז ער האט נישט קיין ריזיגע בנין/בנינים אדער פארמאגט נישט קיין ארויסגעפאלנע תלמידים.
אפשר איז דאס נישט פון די גרעסטע פראבלעמען ביי די מידיע, אבער ווען דער יוגענט קוקט דאס צו, שיקט דאס א מעסעדזש אז מ'זאל אנדערש אנקוקן און זיך אויפפירן ווי חיות אנשטאט ווי נארמאלע מענטשן..
בכבוד רב,
עזרא פרידלאנדער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 1:12 pm
דורך דער עסער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 2:13 pm
דורך באהעלפער
משרד מנכ''ל - מלכות בית ליסקא והגלילות ~ עורך אחראי - הגה''צ ר''ר פנחס עזרא שליט''א - נשיא ויו''ר מרכז ליסקא העולמי ; בן לאותו קדוש הרבי הזקן מליסקעווע והשכנים.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:24 pm
דורך מחצה''ק
באהעלפער האט געשריבן:ווייל ער קען לערנען איז ער נאכנישט קיין קדוש ונורא
שוין איז מאך אויך חוז'ק פון סקווירא רבי
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:03 pm
דורך באהעלפער
מחצה''ק האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:ווייל ער קען לערנען איז ער נאכנישט קיין קדוש ונורא
שוין איז מאך אויך חוז'ק פון סקווירא רבי
ok
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 9:39 am
דורך דער עסער
שוין דא האט ער
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 11:20 am
דורך יעקב מעקסוועל
שמעון וואלף האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:באהעלפער האט געשריבן:כ'האב געזען אז דער מונקאטשער רב איז דארט געווען.
וואס האט ער מיט סקווער?
פאר די זעלבע סיבה וואס דער סקווירא רבי איז שוין געווען אין מונקאטש עטליכע מאל אויף ניחום אבלים
ביים טאטן און מאמען?
ביים טאטע און ברידער.
איך ווייס נישט עפעס א ספעציעלע שייכות צווישן זיי נאר דאס געדענק איך ווען ס'געווען די אינוועסטיגעישאנס איבער די פראגראמן, לערך 30 יא צוריק, זענען ביידע געווען אין א שווערע פעקל און האבן געארבעט נאנט.
למעשה האט סקווירא גענומען אן אנדערע מהלך פון מונקאטש און די רעשט איז היסטארי.
למעשה איז מונקאטש'ע רב א רבי פון יארן צוריק, ווען ס'נאכנישט געווען אזא שפע פון רבי'ס ווי מ'זעמיר היינט געבענטשט געווארן. קען זיין פון דעמאלטס איז געווארן עפעס א באקאנטשאפט.
קענסט אריינקומען מיט דיטעילס אויף די צוויי מהלכים?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:35 pm
דורך באהעלפער
מונקאטשער רבי האט זיך מכניע געווען און געבעטן רחמנות. און סקווער האט זיך נישט מכניע געווען, אבער אויסגעארבעט א פלאן וויאזוי צו אפשלאגן די אורטייל.
למעשה האבן די פאראורטיילטע אין מונקאטש גענומען דעם פעקל פאר זיך, ווען דער רב האט נישט גענומען קיין אחריות.
און סקווערער רבי האט יא גענומען די אחריות אויף זיך, כאטש ער האט נישט געהאט 'דירעקט' מיט די אורטייל, און זיין פלאן וואלט לכאורה געלונגען, ווען נישט איינער פון די פאראורטיילטע וואס האבן געטוישט אליינס דעם פלאן, און דאן האט זיך זאכן אראפגעקוילערט, און נאך אפאר יאר וואס זיי זענען געזעצן, האט דער סקווערער אנגעהויבן א צווייטע פלאן, וואס איז עווענטועל געלונגען.
אויב מ'רעדט פון שייכות צווישן מונקאטש און סקווער, איז דא נאך זאכן וואס די פאליטיקאנטן וועלן בעסער געדענקן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:51 pm
דורך berlbalaguleh
באהעלפער: וואס רעדסטו? די מעשה איז דאך געווען פונקט פארקערט. דער מונקאטשער רב שליט"א האט יא גענומען אחריות, ער האט אויסגעארבעט א פלאן פון פעימענטס, צוריק צו צאלן די געלטער וואס די ממשלה האט געפאדערט ביי זיי. לעומת אין סקווירא, האט די רבי געלאזט אז די גזירה זאל פאלן אויפ די קעפ פון זיינע חסידים וועלכע זענען טאקע געגאנגען יושב'ן. (נעבעך) איינער (מר. בערגער) איז טאקע נפטר געווארן אין דזשעיל, אדער קורץ נאכדעם, נאך וואס ער האט זיך א סאך געמוטשעט. אויך געווען אין ארץ ישראל, וואו די ממשלה האט איהם אויסגעליפערט קיין אמעריקע, און די רעבע שליט"ע האט ווייטער געפיהרט טיש כאילו לא היה...!