בלאט 3 פון 3
Re: איז זעלדין געוועהן א טעות?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:47 am
דורך אונטער חכם
ווען וואוטן פאר זעלדין וואלט געווען אן איינמאליגע זאך, וואלט עס נישט געווען קיין גרויסע פראבלעם, אבער ווען עס קומט נאך א סליווע געווינס אין בארא פארק, און א לאולער געווינס אין מאנסי, ווייזט עס אז דעמאקראטן קענען סייווי נישט באקומען אונזער שטימע, לפחות אין בארא פארק און אין מאנסי, עס בלייבט נאר קר''י און ניו סקווער און אפשר וויליאמסבורג, סאו רוב פון אונזער בלאקוואוט איז אינדערערד.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:48 am
דורך היסטאריע
עצי שטים האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:פון שמעון ראלניצקי:
ס'איז א בושה אז געוויסע רבנים האבן זיך געלאזט פארפירן פון דעם טראמפישן דעת הקהל.
דאס איז וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע זאך. לאז אפ די זעלדין האוקל שטותים, ס'איז א פארגאנגענהייט. איך ווייס נישט צו די עולם באמערקט דא ווי א פראמינענטע עסקן ואיש ציבור שרייבט אפען אז די רבנים לאזן זיך פאפירן און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל. שמעון, אז די ביסט עס שוין יא מודה ברבים האב איך וויכטיגערע זאכן צו דיסקאסירן, זאכן וואס אפעקטירן אונזער אידישע חיי יום יום, וואס איז נאר דיקטירט דורך אפאר רבנים וואס האבן זיך געלאזט איינרעדן...
אוי איז דאס אמת.
ולא עוד, ווען עס ווערט זיכער אז זיי האבען יא געמאכט א טעות, זענען זיי דער גרעסטער בעיביס און וועלען קיינמאל נישט מודה זיין אז זיי האבען געמאכט א טעות.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 10:55 am
דורך קהל'ס נער
דער ראלניצקי ליידט געפערליך אויפן איך-בין-אויף-די-געווינער-זייט-סינדראם.
פארוואס האט מען געדארפט וואוטען פאר האוקעל, ווייל זי גייט געווינען....
ער פייערט זיג צוזאמען מיט מייק לאולער פארן געווינען, האלאו לשיטתך האט מען נישט געטארט וואוטען פאר מייק לאולער, פאר די זעלבע נערישע סיבה פארוואס מען טאר נישט וואוטען אקעגן האוקעל, איז וויאזוי פייערסטו זיג מיט לאולערס געווינס?
שמעון אינז ווייס מיר אלע אז דו ביסט א טראול, אמאל האסט דיך פאררעדט אויף קול מבשר, אז זלמן האט דיך געהייערט צי זיין די דעמאקראט ווייל ס'שוין דא צופיל רעפאבליקאנער אויף קאלמע-וואסער......
לאל, נו לצורך פרנסה.... קען איך נישט האבן טענות, אבער טראול מיר נישט מיט דיין רבי'ס ווייטע בליק, און אז די אנדערע רבי'ס האט מען פארדרייט א קאפ, ווייל ווי עצי שטים זאגט איינמאל דו ביסט שוין מודה אז מען פארדרייט א קאפ פאר די רבי'ס, איז די גאנצע רבי אויטאריטעט Over.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:13 am
דורך קהל'ס נער
שמעון אינז ווייס מיר אלע אז דו ביסט א טראול, אמאל האסט דיך פאררעדט אויף קול מבשר, אז זלמן האט דיך געהייערט צי זיין די דעמאקראט ווייל ס'שוין דא צופיל רעפאבליקאנער אויף קאלמע-וואסער......
איינער אישי'ט מיך אז דעי מעשה איז געוועהן מיט פעלזן, נישט מיט ראלניצקי.
ואתכם הסליחה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 12:48 pm
דורך שמן למאור
אויף קאלמע זאגט ער נישט דאס וואס
@המלוכה והממשלה האט נאכגעשריבן בשמו.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 1:12 pm
דורך שאלתיאל
.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 6:38 pm
דורך שבת אחים
קהל'ס נער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:
די דעמאקראטן האבן אייביג געגעבן אלע פראגראמען וואס די ארימע אידישע אימיגראנטן האבן זיך באנוצט, די רעפובליקאנער האבן אלץ געפייט מיט ציין און נעגל קעגן דעם. און נאר אזוי האבן זיי געקענט דורכלעבן. און דעריבער זענען רוב אידן אין אמעריקע דעמאקראטן ביזן היינטיגן טאג.
ביי די קאוויד געלעטער האט קיין איין איינציגע רעפובליקאנער נישט געוועלט פארדעם! וויפל געלט האבן די היימישע מוסדות באקומען? וויפל געלט איז אריינגעפלאסן געווארן צווישן אחבנ”י אין פריוואטע ביזנעסעס? וואו איז האוקעל פרעגסטו? נאכנישט געוועהן אזא געלט פארגיסונג אין די היסטאריע פון די כדור הארץ!
וואו זענען די רעפובליקאנער??? וואס האבן זיי געטוהן פאר אידן? ביז נישט לאנג צוריק האבן זיי געשריבן אין זייערע פארקס אין די סאוט “קיין אידן, קיין שווארצע, קיין הונט ערלויבט” - ממש פונקט וואס זייער גאט יאשקע האט געזאגט וויאזוי מ’דארף זיך אויפפירן צו אנדערע מענטשן…
און אז ס׳קומט שוין יא א פאליטשאון און בעט שיינערהייט פאר די וואוטס און זאגט צו א אפענע טיר, שפרינגט מען איר אין פנים אריין????
וואס זאגסטו די חסידים האבן געוויזן זייער כח?
גייטס ווייטער אזוי אן! וועלטס אריין די רעפובליקאנער, קיין תועבה וועלן ענק נישט האבן אבער קיין פודסטעמפס, מעדיקעיט, סעקשאן 8, וואוטשערס, און אלע אנדערע פראגראמען פאר די מוסדות וועלן ענק נישט באקומען!
און אויב איז דא איין כלל וואס יעדע חי׳ און בהמה אויף די וועלט האט זיך אויסגעלערענט איז:
“Don't 'Bite the Hand That Feeds You”
שמעון ראליניצקי איז הייליג גערעכט!
דיסקלעימער: איך נעם נישט קיין איין פרוטה פון די גאווערמענט, פארקערט גאר, איך באצאל שטייערן יעדעס יאר. אבער רוב היימישע אידן וואס איך קען פערזענליך, נעמען שוין איינמאל און קענען נישט דורכלעבן אנדעם!
אין הכי נמי אמאל זענען די דעמאקראטן גוט געווען פאר יודן, למעשה היינט זענען זיי נישט גוט און ווערן שוין אנטי ישראל און אנטיסעמיטיש געשטימט און זיי נעמען אריין די גאנצע לאנד אין ערד אריין (איי קאוד נאט קעיר לעסס עבאוט תועבה, פון מיין זייט קענען זיי ליגעליייזען אשת איש און משכב בהמה אויך).
לגבי קאוויד, לא מעוקצך ולא מדובשך, מיר דארפן נישט זייער געלטער ווען די פרייז פאר דעם איז געווען לאזן שטארבן אסאך עלטערע יודן, זיין איינגעשפארט אינדערהיים, אונטערברענגען ביזנעסעס וכו', היינו דאמרי אינשי Thanks, No thanks.
אין הכי נמי די אמאליגע ריפאבליקאנער זענען געווען ראסיסטן, למעשה די היינטיגע זענען נישט, פארקערט, די דעמאקראטן זענען גאר די ראסיסטן.
און אז האוקעל בעהט א וואוט אן גארנישט געבן פאר אונז אויף צי באקומען אונזער וואוט, קומט איר א הילכיגן פראסק אין פנים אזויווי זי האט טאקע באקומען למען ישמעו ויראו, מיר זענען מער נישט קיין צאן-לטבח'ניקעס, אונז האמיר שוין אמאל געטרייט די מהלך און ס'האט זיך אויסגעלאזט זייער ביטער.
אוודאי האבן אונז געוויזן אינזער כח, שטערקער פון משה דוד נידערמאן אדער וועלכע עסקן'ס עסקנות, איז אריין אדער ארויס וואוטען א פאליטישאן, ווען א פאליטישאן ווייסט אז זיין בענקל ליגט ביי אינז כחומר ביד היוצר שטעלט ער זיך פיין צו.
יעצט פוד סטעמפס מיט אלע פראגראמען גייט נישט אוועק, ווען די רעפאבליקאנער ווילן עס ווען אוועקנעמען וואלט זיי עס שוין געקענט טוהן אינטער טראמפ.
יעצט וועגן פאנדינג פאר די מוסדות, אויב די רעפאבליקאנער קומען קומט סקול טשויס, וואס דאס איז אסאך אסאך מער געלט פון די אלע ביינדלעך וואס מען ווארפט אינז צו.
נישט צום גלייבן וואו טראמפ האט ענק געפירט, וויפל שקרים וכזבים דו שרייבסט דא, פראפאגאנדא, ליגענט, ווי די היינטיגע רעפובליקאנער זענען גוט פאר אידן בשעת זיי זענען אפען אנטיסעמיטיש געשטימט, און דו רופסט די היינטיגע דעמאקראטן אנטיסעמיטש געשטימט ווייל
געוויסע לינקע דעמאקראטן האלטן ווי אלע לינקע אין מדינת ישראל, און ווי שמעון פרס און יצחק ראבין.
ווער האט מארשירט אין שארלטאסוויל און געשריגן “The Jews will not replace us”.
פאר וועלכע פארטיי האבן די נעא-נאציס קאמפיינט?
Kanye West איז א דעמאקראט אדער א רעכטע טראמפיסט מיט א רויטע MAGA היטל?
Marjorie Taylor Greene וואס שפייט יעדען טאג אויס נייע אנטיסימיטשע בלוט בלבולים אז אידן האבן אנגעצינדן די וואלד-פייערן אין California איז א דעמאקראט?
בד״וו לויט א לעצטיגע פאול האלטן איבער זיבעציג פארצענט פון אידן אין אמעריקע אז די היינטיגע רעפובליקאנער פארטיי איז אנטיסעמיטיש געשטימט. און איבער זיבעציג פראצענט פון אידן זענען דעמאקראטן.
די שטותים און ליגענט וואס דו שרייבסט וועגן קאוויד, און פודסטעמפס. רחמנא ליצלן!
איך האלט אינמיטן שרייבן א ענטפער, א לענגערע ארטיקל וואו איך וועל צונעמען דיין תגובה און ווייזן פאר יעדען וואס וויל זעהן דעם אמת וואס פארא א באבל די היינטיגע טראמפיסטן לעבן אין. ווי ביי קאוויד האבן “די דעמאקראטן געלאזט שטארבן עלטערע אידן” וכדומה.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 6:39 pm
דורך שבת אחים
.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 6:44 pm
דורך מתבודד
ווער האט אויפגעוועקט דעם בער פון שלאף???
@שבת, איין נקודה נאר. יעדע גוי - צו ער זאגט עס צו נישט - האט אונז נישט איבעריג ליב. די
ווירדן אבער פון רעפובליקאנער זענען נענטער צו אונזערע ווי די לינקע.
און יא; די שיטה ביי די לינקע איז אז אן אלטן קראנקן מענטש האט שוין נישט פארוואס צו לעבן. האלסט אויך אזוי?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:12 pm
דורך שמן למאור
די ארונים האבן ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען 'ויהי ממחרת' ווי זיי פייערן זיג מיט גרויס פאמפע.
די זאליס האבן נארוואס ארויסגעגעבן א קאנטער-קונטרס וויירשיינליך אפצושלאגן די ארוינישע קונטרס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 12:49 am
דורך שמעקעדיג
Wow.
אזא עקלהאפטיגן בריוו... ממש א שאנדע.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 1:39 am
דורך שמן למאור
שמעקעדיג האט געשריבן:Wow.
אזא עקלהאפטיגן בריוו... ממש א שאנדע.
וועלכע?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 3:19 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:Wow.
אזא עקלהאפטיגן בריוו... ממש א שאנדע.
צ״ל אזעלכע עקלהאפטיגע בריוון.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:24 am
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט אז ווען איינער פון די חברה (סיי וועלכע פרומע) ווילן ארויסברענגען ווי 'גערעכט' זיי זענען, וועט מען כסדר באשולדיגן דעם צד השני אז זיי זענען אויף וואטסעפפ, כאילו דאס איז עפעס א משוגענע זאך, און ווער עס שרייבט אדער לייענט דארט איז אויטאמאטיש קיינמאל נישט גערעכט...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:53 pm
דורך מיליאנער
ס'איז מיר אינטרעסאנט אז די זאליס ספינען אז די ארוינים האבן בלויז בערך 1,100 משפחות פון צווישן 17,000 שטים בארעכטיגטע (...) זיך פארהוילענדיג פון די פאקט אז די עלף הונדערט משפחות פארמאגן די גאנצע לאקאלע רעגירונג קעגן די איבריגע זעכצן טויזנט שטים בארעכטיגטע!
#פראוד
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 6:54 pm
דורך דולה ומשקה
עצי שטים האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:פון שמעון ראלניצקי:
ס'איז א בושה אז געוויסע רבנים האבן זיך געלאזט פארפירן פון דעם טראמפישן דעת הקהל.
דאס איז וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע זאך. לאז אפ די זעלדין האוקל שטותים, ס'איז א פארגאנגענהייט. איך ווייס נישט צו די עולם באמערקט דא ווי א פראמינענטע עסקן ואיש ציבור שרייבט אפן אז די רבנים לאזן זיך פארפירן און מען קען זיי איינרעדן וואס מען וויל. שמעון, אז דו ביסט עס שוין יא מודה ברבים האב איך וויכטיגערע זאכן צו דיסקוסירן, זאכן וואס אפעקטירן אונזער אידישע חיי יום יום, וואס איז נאר דיקטירט דורך אפאר רבנים וואס האבן זיך געלאזט איינרעדן...
נאכען אדורכליינען ר' שמעון'ס ארטיקל, האב איך ערשט פארשטאנען דעם קליפ, אויף דעם קליפ זעהט מען זעלדין'ס באזוך ביים קראלע רבי פון וומ"ס, איך האב באטראכט דעם רבי'נס קערפערליכע באוועגונג, קערפער שפראך, עס איז געווען ווי א בושה, ער שמייכעלט ווי א בעיבי, איינרעדענדיג זיך אליינס אז ער איז א בר הכי ווייל פונקט בשעתו איז לינדזי געקומען צום רבי'ן ז"ל איז יפתח בדורו זעלדין געקומען צו איהם זיך איינבעטן דורך זיין גרויסע השפעה אויף די ברייטע גאס צו ברענגן די נויטיגע שטימען. דער קראלע רבי'ס פוס איז מלא מתיקות, ער לאכט ווי א זיבעלע, דאכציך ער האט נישט אויף געהערט שמייכעלן זינדט דאן...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 12:49 am
דורך שמעקעדיג
דולה, וואס פונקטליך קוועטשט דיר? האסט א פראבלעם מיט'ן קראלע רבי'ן? ער האט דיר עפעס שלעכטס געטאן? ביטע שרייב איידל.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:08 am
דורך מתבודד
שמעקעדיג האט געשריבן:דולה, וואס פונקטליך קוועטשט דיר? האסט א פראבלעם מיט'ן קראלע רבי'ן?
ס'א בחינה פון הוא מותיב לה והוא מפרק לה...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 9:11 pm
דורך שמן למאור
נאך א אהין און צוריק פון די ארונישע מיט זלונישע פראפאגאנדע מאשינען.