בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:22 pm
דורך פויגל מילעך
צפת האט געשריבן:עפעס געדענק איך, אז ר' דניאל אלתר איז דא געווען, און ווען ער איז אהיימגעפארן האט א משגיח אין גור גערעדט פאר די בחורים, אז ר' דניאל האט געזאלט זיין אין אמעריקע אסאך לענגער, אבער ער איז אנטלאפן פון דארט באצייטנס, נאך וואס מען האט אים כמעט ארעסטירט צוליב מעשים תעתועים, וכו'... חא חא חא....

אגב, אז מען רעדט שוין... וואס גייט פאר אין גור? - עפעס שמועסט מען אז דער רבי וויל טוישן צוואה, ער וויל שוין נישט דעם יונגסטן זוהן ר' דוד אלס ממלא מקום. ר' נחמיה האט זיך באקוועם געמאכט, ארויסגעווארפן די עקסטרעמיסטן פון די וועדה, אוועקגעשיקט דעם וואס האט געפירט דעם טעראריסטישן קו טלפון, און אויפגענומען מער מעסיגע מענטשן. לעצטנס הערט מען טאקע ווייניגער טעראר פון גור, און ר' נחמיה נעמט אן אנדערן שטעלונג פון ביז אהער. ער אנערקענט אז מען איז נישט גוט געפארן מיט טעראר.

זאג נאר הרב פויגעל מילך, ס'ליגט עפעס אין דעם?
יא
גור האט זיך אפגעשאקלט פון הרב שאול אלתר, און מ'איז עהם מער נישט גורס. ס'אויך געווען א נארישקייט אז מ'האט זיך אפי' צוטון געמאכט פון עהם. און די געוועזענע רייזע יעצט איז געווען א דורכפאל, ווייל געלט האבן זיי נישט געמאכט גענוג און אין לאנד האבן זיי נישט קיין עתיד.
גור האט עטליכע חלקים, און די חלק פון טעראר האט נישט מיט די חסידות גופא - די הויף - נאר מיט אנדערע מאטיוון.
גער איז אזוי אנדערש ווי מ'מיינט אויפ'ן גאס, זיי זענען נישט אזעלכע וואס טוישן פון היינט ביז מארגען מהלך. ס'דא היינט א 'אומאפציעלע' גרופע הויפען, וואס ארבעטן האנט ביי האנט, און ס'איז א כח וואס פירט היינט דעם כלל.
כאטש מ'קען עס בייסן לפי שעה, אבער לאורך הזמן איז עס זייער שטארק.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 2:51 pm
דורך צפת
יישר כח פאר דיין תשובה.

אבער דו האסט מיר נישט געענטפערט לגופו של ענין. איך פרעג צוויי שאלות:

א-1. איז אמת אז אין גור האט מען דערציילט אז ר' דניאל אלתר האט געדארפט אנטלויפן פון אמעריקע ח"ו צוליב מעשים תעתועים?

א-2. און אויב יא, איז דאס אמת געווען די מעשיות וואס מען האט דערציילט? - יא אדער ניין, וההסבר.

ב-1. איז אמת די שמועות אז ר' נחמיה האט סדר געמאכט אין וועדה, ארויסגעווארפן עטליכע מענטשן, וואס דאס מיינט אז ער איז נישט איינשטימיג אויף די טעראר וואס קומט דארט פאר. יא אדער ניין?

ב-2. איז אמת אז ר' נחמיה האט באקומען א שטיקל מאכט, און מען שמועסט אז דער רבי טוישט יעצט פון ר' דוד צו ר' נחמיה? - יא אדער ניין?

ביטע אריינקומען קלאר.

באונעס שאלה: איך האלט זיך איין עפעס צו פרעגן איבער אנדערע קינדער... לאמיר עס לאזן ביי דעם.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:20 pm
דורך פויגל מילעך
ווען איינער זאל וואונטשן זיין חבר, זאלסט אזוי מצליח זיין ווי הרב שאול אלתר, האט ער עהם געשאלטן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:23 pm
דורך צפת
וואו קומט דאס אריין דא?

דו קענסט ביטע ענטפערן אויף מיינע פריעדיגע שאלות וואס איך האב אהערגעשטעלט?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:32 pm
דורך פויגל מילעך
צפת האט געשריבן:וואו קומט דאס אריין דא?

דו קענסט ביטע ענטפערן אויף מיינע פריעדיגע שאלות וואס איך האב אהערגעשטעלט?
ביטע נישט פארדרייען די אשכול, מ'רעדט אין דעם אשכול פון א צווייטן. און באלד וועלן אפאר ליידיגייערס שרייען 'טראלל'... עפעס א ווארט וואס קומט צוזאמען מיט'ן שיטה

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:33 pm
דורך פאלגזאם
וואס איז פשט אז די הנהלה לאזט דעם סקווירא'ן עפענען און טראללן מיט אזויפיל אנדערע ניקס?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:34 pm
דורך פויגל מילעך
פאלגזאם האט געשריבן:וואס איז פשט אז די הנהלה לאזט דעם סקווירא'ן עפענען און טראללן מיט אזויפיל אנדערע ניקס?
צפת איז נישט קיין סקווערער, איך קען עהם

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 3:37 pm
דורך פאלגזאם
מנהל האט געשריבן:
פאלגזאם האט געשריבן:וואס איז פשט אז די הנהלה לאזט דעם סקווירא'ן עפענען און טראללן מיט אזויפיל אנדערע ניקס?
די הנהלה ווייסט נאר ווען אז ס'איז דא א פראבלעם אויב מענטשן ווי די שיקן מיר א מעסעדזש אין אישי אדער אין אימעיל kaveshtiebel@gmail.com

אויב ס'איז דא א פראבלעם איז נאריש צו טראכטען אז די הנהלה וועט מעדזשיקלי געבן א שוועב אריין און אלעס פאררעכטן אויב זיי ווייסן פון גארנישט.

אלזא אויב ס'איז דא א פראבלעם שרייב מיר גענוי וואס די פראבלעם איז, און מ'וועט זיך אי"ה מטפל זיין דערמיט.
גערעכט, איך האב עס יעצט באריכטעט מיט דעטאלן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 26, 2022 7:46 pm
דורך קהל'ס נער
פויגל מילעך האט געשריבן:ווען איינער זאל וואונטשן זיין חבר, זאלסט אזוי מצליח זיין ווי הרב שאול אלתר, האט ער עהם געשאלטן.
בראו. אסאך רעבעס וואלטן געטאנצן פאר שמחה פאר די הצלחה פון ר' שאול, נישט אז איינער איז מקנא זיינע צרות אבער די רדיפות מאכן נישט זיין הצלחות קלענער.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 26, 2022 9:14 pm
דורך מאטי
מנהל האט געשריבן:כ'האב אביסל איבערגעקוקט די אשכול און כ'זעה נישט אז פ"מ זאל זיין א טראול, בסך הכל זאגט ער א דעה וואס איז א חידוש היות רוב מענטשן זענען אויפ'ן אנדערן צד. לעומת זה, האב איך געזעהן אז פ"מ שרייבט אויף א אנגענומענעם מנהיג און גדול בתורה מיט זיין בלויזן נאמען אן קיין שום טיטול וואס דאס איז בפירוש קעגן די תקנות פון ק"ש. פ"מ איז דעריבער אויסגעשפארט פאר א וואך.
ווער, לויט אייך, גייט אריין אין דעם גדר פון "טראל"? איך וואלט געזאגט, עמיצער וואס שרייבט אום-רעאליסטישע ארגומענטן וואס רעגט אויף דעם געווענליכן ליינער צו א פאוינט אז סשמעקט אגענדע געטריבן, גייט אריין אין כלל.

פ''מ האט געשריבן צווישן אנדערע, אז הרב שאול אלתר איז א "בעל גאווה" מבוסס אויףַ אום-רעאליסטישע הוכחות, וואס האט אויפגערעגט ליינער און האט אנגעצינדן א לעמפל אז ער האט אן אגענדע.

מיין אפיניען

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 26, 2022 11:10 pm
דורך פאלגזאם
איך פערזענליך האב גראדע זייער הנאה געהאט פון דער וועג ווי @מנהל האט נישט אנגענומען וואס איך האב געזאגט, נאר קודם איבערגעקוקט און איבערפרעגט.
עס איז אנזעהבאר אז אויסשפארן איז בכלל נישט קיין לכתחילה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:39 am
דורך שמעון וואלף
פויגל מילעך האט געשריבן:אקעי כ'פארשטיי אז מענטשן ווערן פארקויפט פאר ר' שאול, און ווילן נישט זען די ריכטיגע פרצוף. אבער איך האב גארנישט קעגן עהם, נאר די פאקט אז מ'זאגט ער איז 'עפעס' אנדערש פון אנדערע, כאילו ער איז עפעס א חד בדרא צו איינער ווי טאשער רבי - וואס יעדער האט געוואוסט אז ער איז טאקע עפעס אנדערש.
די אמת'ע צדיקים זענען אנטלאפן פון מחלוקת ווי פייער. און אז ער ווייסט אז ער מאכט אן א א טומעל, אפילו ער איז נישט שולדיג [ווייל ער איז יא...] וואלט למשל דער טאשער רבי אנטלאפן. און ער איז אנטלאפן טאקע. ער האט אויפגעגעבן אסאך וועגן ס'האט געשטערט פאר אנדערע.

אז מ'וויל איינעם פארגעטערן, איז ר' שאול נישט דער מוסטער. ער איז א גוטע בר פלוגתא. יא דאס יא.
מהיכי תיתי אז טאהש'ע וואלט אנטלאפן, ער איז קיינמאל נישט געווען אין אזא סיטואציע ווי ר' שאול.
און אפילו טאמער יא, ווער זאגט אז טאהש'ע רבי'ס דרך איז ריכטיג און אן אנדערע דרך איז אפגעפרעגט? אפשר האט מען זיך נישט געטארט אפטיילן פון די רעפארמער ווייל ס'ברענגט מחלוקת?
שלמה המלך זאגט שוין אין קוהלת: עת מלחמה ועת שלום.
לכל זמן!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2022 2:45 am
דורך שמעון וואלף
פויגל מילעך האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן: א סאטמאר'ע אינגערמאן האט מיר געזאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' שאול'ס של"ס, ווייל ער האט זייער הנאה געהאט פאראיאר, אבער זיין אינגל נעמט ער נישט ווייל ר' שאול איז נישט קיין ערליכע איד, ער איז א ציוני במילא וויל ער נישט אז זיין אינגל זאל גיין...
קיין איין סאטמארער פילט נישט קיין שום אפהאלט זיך צו משתתף זיין ביי ר' שאול צוליב ציונית. שוין לאאאנג געענדיגט דעי צייטן.
חסידי סאטמאר אין בארא פארק ביסטי גערעכט. אבער אין וומ"ס און קר"י זענען נאך דא וואס האבן א פראבלעם דערמיט, אבער ס'איז פוחת והולך
דאס מיינט אז די שיטה ווערט נשתכח?
די שיטה איז נשתכח געווארן ווען מאנכע האבן אפגעמאכט אז מ'דארף מאכן א טיילונג און זיך דערוואטערן פון אנדערע ערליכע אידן בלויז ווייל ס'דא חילוקי דעות לגבי בחירות וכדומה. יעצט אז דער עולם זעהט איין וואספארא לאקשן מ'האט געפרעדיגט און מ'קומט אביסול צום שכל, ווערט די נשתכח פארראכטן.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 11:01 pm
דורך yesiknow
פויגל מילעך האט געשריבן:ס'דאך אומגלויבליך ווי ס'דא אזעלכע וואס קענען נישט פארנעמען איינער האלט אנדערש ווי זיי. און טאמער עפעס איז אנדערש ווי זייער קאפ גאנג ווערט מען א 'טראלל'.
מ'מעג הערן יענעמס דעה, און מ'מעג זיך דינגען. אבער יענעם דיאגנאזען מיט אלע סימני חולשה איז ווייט נישט קיין שכל הישר - עט אלל
סדא אנדערע וואס ניצען דאס טעכניק שטיל צומאכען אנדערע ניקס ,אזוי ווי יענער האט געזאגט קודם מאכען זיי עהם פאר א ציוני נאכדעם קען מען שוין זאגען ימש וכו' כמו כן מאכען זיי דער וואס האלט אנדרעש ווי זיי א טראלל אין פון דארט אין ווייטער איז דאך פשוט אז וכו



"...זה שמשון בן מנוח, כיחידו של עולם מה יחידו של עולם אינו צריך סיוע, כך שמשון בן מנוח אינו צריך לסיוע..." (בראשית רבה (וילנא) צח,יג).


"(שופטים יג) ותחל רוח ה' וגו' - א"ר חמא בר' חנינא: חלתה נבואתו של יעקב אבינו, דכתיב: (בראשית מט) יהי דן נחש עלי דרך. לפעמו במחנה דן - א"ר יצחק דבי רבי אמי: מלמד, שהיתה שכינה מקשקשת לפניו כזוג, כתיב הכא: לפעמו במחנה דן, וכתיב התם: (שמות כח) פעמון ורימון".
"(שופטים טז) ויקרא שמשון אל ה' ויאמר ה' אלהים זכרני נא וחזקני נא אך הפעם הזה... ואנקמה נקם אחת משתי עיני מפלשתים - אמר רב, אמר שמשון לפני הקב"ה: רבש"ע, זכור לי עשרים שנה ששפטתי את ישראל, ולא אמרתי לאחד מהם העבר לי מקל ממקום למקום"
"וא"ר יוחנן: שמשון דן את ישראל כאביהם שבשמים, שנאמר: (בראשית מט) דן ידין עמו כאחד וגו'. וא"ר יוחנן: שמשון על שמו של הקב"ה נקרא, שנאמר: (תהלים פד) כי שמש ומגן ה' אלהים וגו'. אלא מעתה, לא ימחה! אלא מעין שמו של הקב"ה, מה הקב"ה מגין על כל העולם כולו, אף שמשון מגין בדורו על ישראל" (בתלמוד סוטה ט,ע"ב - י,ע"א).

א גיטע וואך טייערע חברים!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 11:18 pm
דורך שמן למאור
ס'איז דא א וועג פון זיך דינגן, און ס'דא א וועג פון טראללן.

אגב, פארוואס האסטו אויסגעלאזט דיין שלשה קלי עולם ירושלמי?

פארוואס פארדרייסטו דא סתם א אשכול? אז דו ווילסט, קום צוריק צו די שמשון אשכול, ברענג ארויף יעדע מאמר חז"ל עקסטער, און מיר וועלן עס קענען אדורכטון ווי אדאלטס.

אבער מיט איין תנאי! אן קיין טראללן.