בלאט 3 פון 6
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 8:59 pm
דורך נעקסט לעוועל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה יעצט אויף אייוועלט אז מען פלאנט נעקסטע וואך אן אסיפה אין וויליאמסבורג.
די פאשעסט און פרעמדע פעלדער ?!?
די חבר׳סט דיר מיט חברים נישט בעלזא ?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:42 pm
דורך קהל'ס נער
נעקסט לעוועל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה יעצט אויף אייוועלט אז מען פלאנט נעקסטע וואך אן אסיפה אין וויליאמסבורג.
די פאשעסט און פרעמדע פעלדער ?!?
די חבר׳סט דיר מיט חברים נישט בעלזא ?
און מיטן גארטל אינטערן.......
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:44 pm
דורך שמן למאור
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p3972044
פאר די וואס פירן זיך נישט צו פאשען אין פרעמדע פעלדער וועל איך ברענגען א בילד.
אפילו דארטן פארטייט מען שוין אז מען דארף א טויש...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:57 pm
דורך היסטאריע
עס איז צוגעקומען נאך א מעשה.
א כלה, אין מיטן מצוה טאנץ, בשעת דער בדחן האט געזאגט דברים של טעם, איז זי געגאנגען אין דער בעק שמועסען מיט צוויי חבר'טס.
שומו שמים.
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 10:59 pm
דורך פרנס החודש
עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:04 pm
דורך וואלווי
ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:07 pm
דורך היסטאריע
און נאך א מעשה.
א מנהלת פאר צוואנציג יאר האט איבערגעגעבען, אז דאס ערשטע מאל אין איר קאריער איז געשעהן דאס פאלגענדע, א טיטשערען, וואס איר בעסטע חבר'טע האט חתונה געהאט, איז נישט געקומען אין סקול פאר צוויי טאג, ווייל זי איז געוועהן אזוי איבערגענומען פין דעם אז איר חבר'טע האט חתונה געהאט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:08 pm
דורך היסטאריע
הכסף יענה את הכל.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:19 pm
דורך מתבודד
היסטאריע האט געשריבן:הכסף יענה את הכל.
די געלט פאר'ענטפערט' אלעס...
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:28 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלווי האט געשריבן:ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.
געהערט אמאל פון איינעם א פשט אין גמרא אין ברכות, מ'נאיז אריין געקומען צו דוד המלך און געזאגט צו עם, עמך ישראל צריכין פרנסה, האט ער זיי גענטפערט, לך התפרנסו זה מזה, גייטס דערשטיקטס ענק איינעם מיט'ן צווייטן. לויט ווי דו לייגסט עס אראפ שיינט דאס צו זיין גאנץ א שיינער פשט
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:29 pm
דורך היסטאריע
מיידלעך סאמאטוכע: עס קומט פאר א אסיפה פאר אלע עלטערע מיידלעך אין וויליאמסבורג קומעדיגע זונטאג ווי מ'גייט פארמאכן צוועלפטע קלאס, ווי געשריבן זאכן זיי אז דאס מאכט די מיידלעך צו באקוועם אלס מיידל אין דערנאך ווילן זיי נישט חתונה האבן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:32 pm
דורך היסטאריע
עפעס שמעקט מיר דא, אז סאטמאר וויל פארמאכט צוועלפטע קלאס משום סיבה, און גייען ארום אנשטינקען גאנץ כלל ישראל, כדי צו פאר וואסערן זייערע פראבלעם.
איינער ווייסט די אמת'ע סיבה פין צוועלפטע קלאס אין סאטמאר?
געוועהן א שלעכטע עלעמענט וואס האט צוגרינד געלייגט מיידלעך?
עפעס גייט דארט פאר, און זיי ווילען עס פארוואסערען.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:34 pm
דורך מתבודד
א מאדנע מהלך המחשבה דאס, די סקול איז וואס מאכט די מיידלעך וועלן בלייבן מיידלעך.
wow.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ס'איז געקומען צו א פאוינט אז די גאנצע כינוסעריי אנשיקעניש זעהט מער און מער אויס ווי ס'קומט פון די מארקעטינג, פרינטער, האָלל אייגענטימער, סאונד סיסטעם, באס סערוויסעס, אינדאסטריע. ס'גייט זיי גאנץ גוט, ווי מער משוגע די רוחניותדיגער אטאריטעיט אונזערע ווערט, אלס מער פרנסה האט די מארקעטינג און ענטערטעינמענט אינדאסטריע. אפשר דארפן מען מער אינזין האבן די לא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה. איינער איז דא גוט צופראסקעט, און ס'איז קלאר נישט דער פשוטער איד אויפן גאס.
געהערט אמאל פון איינעם א פשט אין גמרא אין ברכות, מ'נאיז אריין געקומען צו דוד המלך און געזאגט צו עם, עמך ישראל צריכין פרנסה, האט ער זיי גענטפערט, לך התפרנסו זה מזה, גייטס דערשטיקטס ענק איינעם מיט'ן צווייטן. לויט ווי דו לייגסט עס אראפ שיינט דאס צו זיין גאנץ א שיינער פשט
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
אפשר קען מען פשעטלן ווייטער.....
עשרה קבים שיחה ירדו לעולם תשעה נטלו נשים ומשעה אחד עשר נטלו מהם ונתנו לכל העולם כולו
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 12:37 am
דורך [NAMELESS]
איך בין אינגאנצן צומישט. די אסיפה איז שוין געווען, אדער עס גייט זיין?
אין איי-וועלט קוקט אויס אז עס גייט זיין, און דא קוקט אויס פון א אסיפה וואס איז שוין געווען, און מ'האט שוין באשלאסן וכו'.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 1:45 am
דורך קהל'ס נער
פראבלעם: ס'דא א אויפשטייג אין גיטין און מיידלעך ווילן נישט חתונה האבן.
לעזונג: מען זאל עפענען א טעלעפאון ליין ביי טעלזעק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 1:55 am
דורך שמעון וואלף
פרנס החודש האט געשריבן:עס זעט אויס אז די מערכה אויף די שרעקליכע מכשול אז געוויסע מיידלעך רעדן מיט זייערע פרענדס נאך עלף אזייגער איז שוין צופיל אפילו פאר די יושבי חושך, סעטוטסעך הויך יום טוב אויף אייוועלט…
ס'נישט ריכטיג זיי צו באטיטלן אלץ יושבי חושך. אסאך אירע דרייען זיך דארט פשוט ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען האבן. זייער פילטער לאזט נישט דורך ק"ש וכדומה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:02 am
דורך שמעון וואלף
שמן למאור האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:יעדער בר-דעת פארשטייט אז מען רעדט נישט ווען דאס מיידל גייט ארויס אויפן גאס גייענדיג ערגעץ...
מען רעדט אויסדריקלעך ווען דאס מיידל זיצט אינדערהיים און קאלעצט ארום... והמכין יכין...
[נישט אז איך האלט אז אסר’ן איז די סלושען, נאר בלויז מסביר זיין וואס זיי רעדן]
ובכל אופן @לאנגע הויזן, האסט זייער א גוטע פענע קיפ איט אפ..
סאו וויאזוי קען מען עס אינפארסירן? אז עס איז דא א סעלפאון פאר ווען מען גייט אין גאס האט מען דאך דאס גרייט אויך אינדערהיים צו ניצן? איך טראכט אז יעדער זאל מוזן האבן אזא לאק באקס אין שטוב, בערך אזוי ווי די לאק באקסעס וואס אסאך שולן האבן. און נאר די מאן זאל האבן די שליסל...
בעסער געזאגט, די מאן זאל האבן די קאמבינאציע עס צו קענען עפענען עלעקטראניש פון זיין סמארטפאון, אזוי וועט ער עס קענען עפענען אפילו ער איז נישט אינדערהיים ווען די ווייב וויל ארויסגיין. מה טוב ומה נעים וואלט געווען אויב מען קען איינפירן אז די מאן זאל נאר האבן האלב פון די קאמבינאציע און די ראשי קהילה זאלן האבן די אנדערע האלב, אזוי אז יעדעס מאל וואס די ווייב וויל ארויסגיין פון שטוב זאל די מאן אריינלייגן זיין האלב פון די נומערן און ער וועט אנריפן די ראשי קהילה אז זיי זאלן אריינלייגן עלעקטראניש זייער סעט פון נומערן... און אזוי וועט מען אויך שוין קענען אריינכאפן צו וויסן וויפול די פרויען זענען ליידער עובר אויף דעם כל כבודה בת מלך פנימה... אזא הייליגע סיסטעם!! אוי ווי גאט פרייט זיך אויבן אין הימל! מען האלט ממש איין טריט אוועק פונעם תיקון השלם!
אהה מי כעמך ישראל! אזא הייליג פאלק!
הו קעירס וועגן אינפארסירן? די טראכסט צו טיף.
זענען פארהאן ליידיגגייער וואס זיכן פשוט עקשאן. זאל זיין יעדע שטיק צייט אין די העדליינס איבער א פרישע פירצה, מאכן אן אסיפה, כינוס התעוררות, אסיפת הורים, גענעראל פארזאמלונג, מעמד עם קדוש וכל שום וחניכה דאית להו. דערנאך וועט מען פראקאלמירן די תקנות וואס זענען "באשלאסן געווארן" ביים כינוס (עהעעעם), והיה מחניך קדוש! דעטס איט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:10 am
דורך בת קול
פורים קטן האט געשריבן:איך בין אינגאנצן צומישט. די אסיפה איז שוין געווען, אדער עס גייט זיין?
אין איי-וועלט קוקט אויס אז עס גייט זיין, און דא קוקט אויס פון א אסיפה וואס איז שוין געווען, און מ'האט שוין באשלאסן וכו'.
ס׳איז שוין געווען אין מאנסי און בארא פארק.
עס גייט זיין בקרוב אין וויליאמסבורג.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 2:43 am
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:עפעס שמעקט מיר דא, אז סאטמאר ווייל פארמאכט צוועלפטע קלאס משום סיבה, און גייען ארום אנשטינקען גאנץ כלל ישראל, כדי צו פאר וואסערן זייערע פראבלעם.
איינער ווייסט די אמת'ע סיבה פין צוועלפטע קלאס אין סאטמאר?
געוועהן א שלעכטע עלעמענט וואס האט צוגרינד געלייגט מיידלעך?
עפעס גייט דארט פאר, און זיי ווילען עס פארוואסערען.
שוין געווען אין בעלזא מאנסי אפאר יאר צוריק. א גאנצע קלאס פון מיידלעך זענען ארויסגעקומען לעסבא׳ס, ביז מען האט פארמאכט די קלאס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 3:43 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
כדי צו לייזען די פראבלעם פון נישט וועלן חתונה האבן - דארפן די מיידלעך האבן מער קאנעקשאן מיט די
opposite gender דהיינו זכרים - און telzeq וועט נאך 11 אזייגער אדורךלאזן פאון קאללס בלויז נאר פון מיידלעך צו בחורים, והכל יבוא על מקומו בשלום...
און סימן טוב ומזל טוב וכו’ וכו’
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 8:07 am
דורך פרנס החודש
איינער אויף אייוועלט רעדט זיך אפ איבער די מיידלעך וואס ווערן מער זעלבסטשטענדיג. ״טיילמאל ווילן זיי נישט איבערגעבן די גאנצע געלט וואס זיי מאכן צום טאטן… ס׳נישט דא קיין שום שום סיבה אז דער טאטע זאל איר אויסהאלטן״. קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי א טאטע וואס זיין מיידל ארבעט רעדט זיך איין ער האלט אויס זיין טאכטער?
Re: אסיפה פאר פרויען - אלע חסידות'ער נעמען אנטייל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 8:16 am
דורך פרנס החודש