בלאט 3 פון 6

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:55 pm
דורך אויס מענטש
בדרך רמז יש לומר טעם נכון על מה שנהגו בנות ישראל הכשירות שלא לנהוג רכב כי נקטינן להלכה מנהג ישראל תורה
שהשיינע אידן אינם נוהגים רכב {דרייווען}
והלא הנשים הם ג"כ שיינע אידן ודו"ק כי קצרתי מחמת עומק הענין
וגם שלא לבייש את מי שאין לו :roll:
איבער געטייטשט אויף אידיש:
מען קען זאגן א טעם פארוואס פרויען דרייווען נישט , ווייל ביי אונז איז אנגענומען אז שיינע אידן דרייווען נישט ...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:38 pm
דורך חאצקל
און וואס איז מיט די וואס כולא עלמא מודה אז זיי זענען נישט קיין "שיינע" אידן (ליין: אידענעס), מעגן זיי יא דרייוון?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:52 pm
דורך אויס מענטש
אסור כמו"ש לעיל שלא לבייש את מי שאין לו :roll:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:59 pm
דורך חאצקל
און לויט די וואס האלטן אז א פרוי איז נישט געמאכט פאר שיינקייט, נאר אן אתרוג דארף זיין שיין, מעגן לשטתם פרויען דרייוון?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:44 pm
דורך איך אויך
אויס מענטש האט געשריבן:אסור כמו"ש לעיל שלא לבייש את מי שאין לו :roll:

מיינסט את מי שאין לה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:47 pm
דורך חאצקל
את מי שאין "לו" ווייל עס איז מער די מענערס בושות!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:13 am
דורך געפילטע פיש
חאצקל האט געשריבן:און לויט די וואס האלטן אז א פרוי איז נישט געמאכט פאר שיינקייט, נאר אן אתרוג דארף זיין שיין, מעגן לשטתם פרויען דרייוון?

גראדע געהערט אמאל אז א שיינע ווייב איז א הידור אין מצות פרי' ורבי', זה קלי ואנוהו.

מעגן פרויען דרייוען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:08 pm
דורך תלמיד חכם
מיין רעבעצין פירט איר אויטא זייער פיין , זי פירט לויט די געזעצען וכו, און אסאך בעסער ווי די מענער וואס געבען 'היטשעס' און שטעלען זיך אפ פלוצלינג וכו , וואס האט מיר שוין געברענגט צי אן א שיעור כמעט עקסידעטנטן , און צווישען זיי איז די גאנצע 'היטשען נישט דא ב"ה...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:27 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:31 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

ביסט ארויס בשלום פונעם עקסידענט ;)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:34 pm
דורך תלמיד חכם
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

אין וואו ביסטו אנגעקומען?..........

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:38 pm
דורך משה רוקח
מיין ווייב האט לייסענס. זי האט נישט קיין אייגענע קאר, איך געב זי מיינס ווען עס איז אן עמערדשזענסי און זי מוז עס האבן. אמאל נעמט זי איר טאטע'ס קאר. אבער אין א געווענליכע טאג דרייווט זי נישט ארום.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:42 pm
דורך שמעקעדיג
תלמיד חכם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס נישט? איך האב שוין געכאפט א היטש מיט א פרוי יארן צוריק.......

און וואו ביסטו אנגעקומען?..........


אין ביהמ"ד.
כ'האב אפילו נישט געוואוסט אז ס'איז א פרוי!

ס'האט אנגעהויבן פלוצים אינמיטן וואקן צו מבול'ען, און איך האב אויסגעשטרעקט דעם גראבן אגודל, לאמר "איך דארף א היטש", און די ערשטע קאר וואס האט זיך אפגעשטעלט האב איך אויפגעמאכט דעם טיר און אריינגעלאפן, קוים אויספיענדיג צו פארמאכן מיין שירעם.
פלוצים הער איך א בת קול: "וואו ווילט איר אנקומען"?.....
כ'האב געמיינט דאס קדחת האט מיר געכאפט, אבער שוין געווען צו שפעט, און ביפאר איי קנא איט, בין איך שוין געווען ביים דעסטינעישאן...

אויב לייענט זי דא, וויל איך זיך יעצט באדאנקען פאר איר......

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:01 pm
דורך משה רוקח
יור וועלקאם!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:49 am
דורך דולה ומשקה
ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.

דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:15 pm
דורך שמעקעדיג
נו, מ'זאגט דאך א ווערטל אז די די ליובאוויטשע רבי'צין איז געווען די איינציגסטע אינעם דור וועלכע האט זוכה געווען צו "שופר של משיח" (דרייווער - שאפער), און האט זוכה געווען צו "ביאת המשיח"... (אריין אין מאחורי...)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:29 pm
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן: (אריין אין מאחורי...)


אוי דער זאץ זעלבסט ברויך אויך אריין צוגיין אין מאחורי...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:36 pm
דורך מורינו הרב
נישט מאחורי... עס איז שלא כדרכה...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:43 pm
דורך נס קאווע
דולה ומשקה האט געשריבן:ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.

דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.

לעצטענס געזען אין איינע פון די צייטונגען "די לעצטע ליובאוויטשער רבי דער מהריי"ץ" רעדט מען פון זיין רעבעצין??....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:38 pm
דורך תלמיד חכם
אז מען רעדט שוין פין באקומען א היטש' דורך א פרוי...
וואס איז אייער מנהג פון געבן 'היטשעס' פאר פרויען? און בכלל פאר פרויען פון די משפחה, (אחוץ פון ביינאכט ,ווען ס'איז דא הלכות וכו'.)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:33 pm
דורך יהושע חיים
חאצקל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין צו פרויען מעגן דרייוון און אנטון הויזן, קען מען שוין עפענען אן אשכול צו פרויען מעגן רייכערן. וואס איז, נאר מענער מעגן גיין כאפן א ציגרעטל און זיך שפירן פעסט און אינדעפענדנט?! אין די גוי'אישע וועלט אין אמעריקא רייכערן היינט מער פרויען ווי מענער, עס איז ווארשיינליך געווארן א סטייל צו פערפארמען מיט א סיגערעט. א סך פון אונזערע נשים צדקניות וואלטן זיך מחי' געווען צו ערשיינען אויף די גאס מיט א סיגערעט. עס קען זיין זייער "קיל" און "טרענדי" .

אלס געזונטהייט אויס וואלט איך פאר קיין מענער אויך נישט געראטן צו רייכערן דעם פאר'סם'טן ציגארעטל וואס האט שוין אזוי פיל מענטשן קראנק געמאכט ל"ע, און זיכער נישט פאר קיין פרויען פאר וועמען עס שאפט נאך מער פראבלעמען ווי ביי מענער, ספעציעל ווען זיי האלטן אין אנדערע אומשטענדן (וואס איז ביי אונז אן אפטע ערשיינונג [נאך אן אשכול...]) וואס צופיל דערפון קען שאטן פארן עיבור, ווי אויך טוט עס שאטן פאר די הויט במשך די יארן און פארעלטערט דעם פנים מיט א פינף צען יאר וכו', אבער מיין פראגע באציט זיך לגבי אידישקייט צו עס קען געמאלט זיין אז א חרד'ישע פרוי זאל ארויסגיין אליין אדער מיטן מאן אדער פרענד כאפן א ציגרעטל להנאתה?

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז עס קען זיין אין שטארקע קאנטראסט מיט צניעות, כאטש ס'זענען פאראן וואס קענען עס טון נאטורליך און באשיידן איז עס אבער מטבע רוב הנשים דאס צו טון מיט א וועג וואס ציט אויפמערקזאמקייט.

עי' בשו"ת באר משה חלק ד' סימן ע"ה

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:58 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:ליבאוויטשער רבעצין ע"ה האט געהאט לייסענס אין אויך געדרייווט. אין דער ערשטע יארען אויך געדרייוט איהר מאן ביפאר ער איז געווארען רבי אין זיך איינגעשפארט אין סעווין סעווענטי.

דאס נישט דרייווען איז געבליבען ווייל בשורשו זענען פרויען נישט געוועהן קיין בעל עגלות, ממילא איז דער 'איסור' אריבער צום קאר, הגם די אומהות שרה רבקה רחל לאה האבען געריטען זייער אייגענע קעמל, שטעלט אייך פאהר הרבנית אלטע פייגע קומט צו רייטען אויף א פערדל מה יאמרו הבריות.

כ'האב געוואלט עפעס זאגן איבער דעם ענין, אבער כ'זאג נישט. ס'איז דאך ערב ראש השנה. תהא שנת "וילמדו תועים/טועים בינה". בגימ' בני אהרן ובני יואל.

פאזיע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:28 pm
דורך גוטזאגער
איז דען כדאי אויפצוטוישען דעם מודה אני לפניך , פאר דעם מאדע אני לפניך
די טריט פון משיח הערן מיר שוין
וואויל און לעכטיג וועט זייןפאר די וואס טראגען דעם צניעות קרוין
דיין כבוד איז צו טייער , אז דו זאלסט עס ווארפן אויפן מאדע פייער

דאס איז קלאר און וואר
אז פון די עלטערנס דרכים טאר מען זיך נישט אוועקריקן אפילו אויף א האר
סאיז נישט קיין וואונדער , ס'דערקענט זיך אויף די קינדער
צו דעם איז מודה אפילו א בלינדער , אז יעדע דור ווי יונגער

מוז מען זיך מער אקעגנשטעלן , מ'קען זיי כמעט נישט אפשטעלן
ווי פרומער עס וועט זיין די מאמע
אלץ ווייניגער וועט די טאכטער זיין א פאריזער דאמע

זאלסט נישט מורא האבן צו זיין פארפרומט
וועט דיין טאכטער נישט זיין אזוי פארקומט
אז דו וועסט פון פרומקייט לאכען
וועסטו שפעטער פון דיינע קינדער קראכען

אויב דו ווילסט פון די דורות געניסען
מוזטו אריינלייגען מער ווי מען דארף, עס זאל זיך איבערגיסען
עס איז א אנגענומענער כלל, ווינטער טו מען אן שאל
אז די בייזע ווינטן זאלען נישט קענען צוקומען
מוז מען זיך מיט א צוים ארומנעמען

דאס איז זיכער, אז די טריפה'נע ביכער
ברענגען צו אלע שלעכטס
ווארף דאס ארויס ביסט נישט יוצא מיט א קרעכץ
די גויאישע שפראך, ברענגט צרות אסאך

און ווער רעדט נאך א פרוי זאל דרייוון א קאר
סאיז אזויווי א פרוי זאל רייכערן א ציגאר
עס איז פינקט אזוי פויזען
אז פריוען זאלן גיין מיט הויזן

אזוי זאגן די ערליכע מורא הוראות, וואס מאכן נישט קיין טעות
וואס זיכן נישט צי זיין מוותר, א יעדע זאך צו זיין מתיר
וואס זייער שטוב פירט זיך נאר לויט די אלטע גייסט,
און זיי האלטען זיך ביי דעם פעסט און דרייסט

עס פארשטייען זייער ווייניג
אז מענער און פרויען טארען נישט זיין אייניג
און אז נאר אזוי בלייבט מען הייליג
אויף דורות אייביג

השי"ת זאל שוין האבן רחמנות
צוליב די נשים צדקניות
די ערליכע צנועות
זאלען מיר זוכה זיין צו די שנים קדמניות
אמן ואמן !!!!

(קרעדיט :א. ווייס)