בלאט 3 פון 3
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:34 am
דורך צפת
ס'איז נישט ממש אזוי.
די קווייער זינגט עס אן די ווערטער, אבער דער עולם (און אויך די רבי) זינגט די ווערטער. דארט וואו זיי שטייען, קען מען גוט הערן און זיי זינגען עס צוזאמען הויך. אויף די חופה האט מען עס מסתמא נישט געקענט הערן, אבער ער ווייסט און הערט גריסן אז מען זינגט עס אונטן הויך און ווער ס'שטייט דארט קען הערן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 11:42 am
דורך היסטאריע
מיט די ווערטער אהן די ווערטער,
א הונט בילט אהן ווערטער אויך.
בכל אופן, איז א שאד נאך א מחלוקת. דום לה' והתחולל לו, אל תתחר באיש מצליח דרכו.
דער מרכז רבי איז נאר א התחלה פין א נייער סארט רבי. אלע רבי'ס קוקען ארויס און ווילען אים נאכמאכען, עס איז נאר א שאלה פין זמן ביז אלע רבי'ס זעהן אויס ווי אים.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 6:22 pm
דורך דאס איז נישט מיך
והא ראי' אז קיינער האט נישט געזאגט א ווארט ווען ער האט דערקלערט אפציעל די שוואנצאנעס
און אלע נעמען אים אויף געהעריג
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:57 pm
דורך עסקן בדברים
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:והא ראי' אז קיינער האט נישט געזאגט א ווארט ווען ער האט דערקלערט אפציעל די שוואנצאנעס
און אלע נעמען אים אויף געהעריג
אי משום הא איז נישט קיין ראיה. רוב רבי׳ס האבן נישט קיין backbone און וועלן קיינמאל אין די ווועלט נישט רעדן קיין פאליטיק וועגן אנדערע רבי׳ס ברבים אדער מאכן פאליטיק דורך נישט אויפנעמען
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:58 pm
דורך עסקן בדברים
׳
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 7:59 pm
דורך עסקן בדברים
.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 9:43 pm
דורך מישו מאוד מעניין
צפת האט געשריבן:
דער סערעטע רבי איז אן ענוותן און שפל-ברך, ער איז אן איידעלער איד און א גרויסער מוותר. ס'זענען דא מצבים וואס ער פארקוקט און איז מוותר, אבער אין זיין הארץ טוט עס אים וויי און ס'שטערט אים, דאס בויט זיך אויף אלס מער און מער. דער מצב צווישן אים מיט דער מרכז רבי איז א מצב וואס האט זיך אויפגעבויט יארן. די מרכז חסידים האבן פארלאנגען, זיי זענען שווערע מענטשן וואס זענען נישט עכט מכבד אנדערע, נאר מן השפה לחוץ. דער סערעטער, אלס וואוילער מחותן האט אלס געשוויגן און ביי זיך אין הארץ אוועקגעמאכט, אז ער דארף גארנישט און ס'איז גוט אזוי...
ונחיה ונזכה ונראה.
איך פארשטיי נישט איין זאך, מרכז ויזניץ האט פארלאנגען?
זיי זענען דאך ביידע די זעלבע זיידע, 2 אייניקלעך'ס חופה חתונה שבת שבע ברכות און חיפה... ביידע מאהל סערטער רבי סידור קידושין. פארוואס ווייל מרכז ויזניץ איז מוותר אלעס אבי ער זאל זיין צופרידען אבער ווי מען קען פרעגען אלע מחתונים וואס האבן חתונה גמאכט מיט סערעט אז קיינמאל וועט סערט נישט זיין צופרידען און פארגינען עפעס אז א צווייטע זאל עפעס באקומען.
ביי חילי'שס חתונה איז גאגנגען מכות מיט מודזיץ סערט האט אויסגלאשען די לעקטער ווען מודזיצער רבי איז גאטנצען מצוה טאנץ. וכ"ו וכ"ו
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 17, 2022 11:40 pm
דורך יאסל ראקאווער
ס'איז בכלל נישט פאני אז מ'מאכט חוזק פון סערעט וויזשניצער רבי. אויב הערט מען אויס די קליפ בלייבט מען איבער אמת'דיג sad. ער רעדט ווי א adult חולה נפש אדער ווי א קינד. די נקמה איז אויף די שוואנץ פון מרכז, הגה"ק שליטא, אז ער דארף זיך מטפל זיין מיט אים. דהינו אז די גאס זעט זיי אלץַ equals.
ס'איז נישט שיין צו שפילן הויז ברבים מיט א adult child (פארשטייט זיך נישט מיט א חולה נפש) כאילו אז ער איז איינעמס בר פלוגתא. ויפה הורה השוואנץ שאמר שלא להגיב עליו.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 1:42 am
דורך שמעון וואלף
פורים קטן האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:כ'בין נייגעריג וואס סיי וועלכע אנדערע חסידות וואלט געטון ווען זיי האלטן אינמיטן זינגען א ניגון וואס זיי פירן זיך צו זינגען ביי חופות און א צווייטע רבי נעמט זיך מסדר קידושין זיין אינמיטן...
איך ווייס נישט וואס מ'האט אפגעשמועסט פון פריער. אבער פארגעס נישט אז די חתונה איז פארגעקומען אין סערט וויזניץ, ביי זיי אין הויף, נישט אין מרכז, ממילא איז די געפיל פונקט פארקערט, די מרכז חסידים דארפן זיך צושטעלן צום סערטער, ווייל עס איז זייער פלאץ. אויב זיי הייסן אויפהערן זינגען, דארף מען אויפהערן.
שוין צייט אויפצוהערן די משוגעת פון צאמברענגן צוויי חסידותן, כאילו דאס קען ארבעטן. ס'איז קאמפעטישאן, און יעדער צד וועט ארויסקוקן פאר זייער הצלחה און וועט קריצן ווען די אנדערע צד באקומט צו פיל אטענשאן אדער כבוד. וואס פעלט עס אויס?
צוויי רבי'ס זענען מחותנים, זאל מען זיך איינטיילן. איין שמחה וועט זיין ביי די זיידע און די נעקסטע וועט זיין ביים צווייטן זיידן. די אנדערע צד זאל קומען בלויז מיט די נאנטע משפחה און איין גבאי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 6:32 pm
דורך כלבאשבוע
א מיישע נוירא
א יונגערמאן איז געשטאנען אינדרויסן פון א חתונה זאל אין בני ברק, קומט צו א בחור און פרעגט אויב ער קען בארגן זיין סעלפאון, זיכער פארוואס נישט
צוויי טעג שפעטער א פרייטאג, באקומט דער יונגערמאן א הזמנה פון משטרה, ער האט נישט קיין השגה וואס מוויל פון אים און איז באזארגט גאנץ שבת, ער גייט אין משטרה נאך שבת און מארעסטירט אים פאר מאכן death threats, ער האט נישט קיין אנונג וואס מוויל פון אים אבער סהעלפט נישט קיין פודינו ומצילנו, מלאזט אים ארויס אויף בעיל און מרעקאמאנדירט ער זאל נעמען א ערנסטע לאיער
דער יונגערמאן שרייט חי וקים אז ער איז אומשולדיג ביז מאיז נאכגעגאנגען די קעמערעס, שטעלט זיך ארויס אז דער בחור איז געווען א מענדעליסט וואס האט געניצט יענעמס סעלפאון צו רופען און סטראשען דעם סערעטערס זון!
יעצט זוכט מען דעם בחור........
נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 8:50 pm
דורך דאס איז נישט מיך
ווי ווייט מ'קען פארריכטן...
Re: פייער צווישען וויזניץ מרכז און סערט וויזניץ
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:40 pm
דורך היט שבת
וואס איז געווען די מעשה מיט די נעכטיגע פדיון הבן? עפעס א דרשה איז ארומגעפארן פון הקוה"ט מוויזניץ אז זיין מחותן מסערעט וועט זיך קומען משתתף זיין ביים שמחה און קיינער זאל נישט טשעפענען וכו און למעשה הער איך אז סערעט רבי איז בכלל נישט געקומען
Re: פייער צווישען וויזניץ מרכז און סערט וויזניץ
נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:50 pm
דורך למדן עצום
היט שבת האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:40 pm
וואס איז געווען די מעשה מיט די נעכטיגע פדיון הבן? עפעס א דרשה איז ארומגעפארן פון הקוה"ט מוויזניץ אז זיין מחותן מסערעט וועט זיך קומען משתתף זיין ביים שמחה און קיינער זאל נישט טשעפענען וכו און למעשה הער איך אז סערעט רבי איז בכלל נישט געקומען
וואס פארשטייען מיר פשוטי עם בסוד קדושים מי יעמוד