בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 6:25 am
דורך מתבודד
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:.
דו גלייכסט צו עפלעך צו מאראנצן.
קענסט נישט צוגלייכן ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות" אקעגן די "חסרונות" פון די גרויסע קהילות,
ענדערש גלייך צו קליינע קהילות מיט די זעלבע "פראבלעמען" פון אלע חסידישע, ווס. ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות"
חוץ מיט מיין לעצטע נקודה (אביסל) זע איך נישט אז קליינע חסידות זאלן זיין אנדערש פון גרויסע.

אויב די מיינסט משפיעים - דאס איז שוין אינגאנצן א צווייטע נושא.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 7:43 am
דורך היסטאריע
ר' יואל ראטה איז זייער מכבד נארמעס - 1. ווילאנג ס'מאכט א ברעקל סענס און 2. ס'קאסט נישט דאס לעבן פונעם
ער איז נישט מכבד, פעריאד. ווען עפעס מאכט סענס, איז עס נישט קיין נארמע.

ער קען האקן אויף נארמעס, דאס איז אקעי. אונז אלע האקען אויף נארמעס. (דא ליגט דער תירוץ אויף דער טענה פין פרנס החודש, אז אין בין א חסיד פין דער סיסטעם - בכלל נישט. מען קען האקען, אבער סוף סוף טוט מען וואס יעדער טוט פשוט צו זיין נארמאל). ווען אין רוים טוט מען וואס טוט אין רוים. און דער מדרש זאגט עס לגבי דעם וואס די מלאכים האבן געגעסן ביי אברהם. מנהג המקום.

חתונה האבען ביי אכצען האט א פשט און מאכט סענס. נאר וואס דען, ר' ראטה קומט אויס בעסער פארקערט. קומט אויס, אז פין האקען קודם אויף דער משוגעת פין ספענדען אויף א חתונה נאכט (גראדע אויך נישט קיין הונדערט פראצענט משוגעת), משוגעתן וואס זענען שטיקעל בארעכטיגט, האט ער עס געריקט אויף מער נארמאלער זאכען. און ער מעג, ווייל ער איז דאך שוין דא מיט זיין אלטע שיטה פין טוהן פארקערט פין יעדעם.

אזוי דרייט ער אריין זיין עולם צו הייסען משוגעים ביים כלל. דערנאך ווערען זיי שוין זיינע עבדים לגבי אלעס, ווייל אוועק גיין פין אים קענען זיי שוין נישט, ווייל זיי הייסן דאך משוגע, בלייבען זיי מיט אים חתונה געהאט. און דא ליגט זיין קולט פירערשאפט פין האלטען זיין עולם האסטעדזש מען זאל נישט קענען אוועקגיין.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 9:43 am
דורך צקון לחש
היסטאריע האט געשריבן:מנהג המקום.
מי יגלה עפר מעיני רבינו יעקב איש תם -
[quote="תוספות ב"ב ב."]ונראה לר"ת דדוקא בהוצא ודפנא, אבל פחות מכאן - אפילו נהגו, מנהג הדיוט הוא; ומוכיח מכאן דיש מנהגים שאין לסמוך עליהם אפילו היכא דתנן הכל כמנהג המדינה.[/quote]

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 9:45 am
דורך בת קול
מי ימצא האט געשריבן:אין יעדע פלאץ איז דא זאכן וואס איז מאדנע אין אנדערע אויגן, און דעי מענטשען קענען זיין זייער צופרידן.
אין א"י איז שוין אנגענומען פאר יארן ביי תולדות א. און תולדות א. י. אז מען כאפט זיך א שידוך ביי די 15 ווייל די מחותנים האבן זייער מורא אז ס'איז נישטא גענוג פאסיגע קאנדידאטן. ס'איז דא וואס האלטן די שידוך פאר א סוד, (פאר גאנץ בראד) און אנגענומען איז אז פון די 16 קען עס ווערן אפיציעל, און ערגעץ דארטן האבן זיי חתונה. דעי מענטשן זענען העפיער ווי אסאך אנדערע ביי די 25, אזוי פארט עס מיט 16 קינדער, איינע פון די גרעסטע קאמפיטישענס איז ווער סהאט די מערסטע קינדער דארטן. און איך קען אסאך פון זיי וואס פלאנען עס צו איבערטוען מיט זייערע קינדער, "וואו איז עס געווען א כיף." חתונה האבן יונג האט מיט קולטור, אין מיין אפיניען, ווען אלע דיינע ארומיגע מיט דיינע עלטערן טוען עס איז עס אינגאנצן אנדערש. חוץ המעשה וואס אין א'י איז מען סתם אזוי מער גרייט צו חתונה האבן.

דעיס וואס י.ר. טוט איז סך הכול אינטערסאנט ווייל די אמעריקאנער עולם איז נישט צוגעוואוינט. פאקט ווי @מתבודד האט שוין ארויסגעברענגט גרייט ער זיי זייער גוט צו. איך קען פערזענליך אפאר קאפעלס וואס ער האט חתונה געמאכט, ווי האבן די באבעס געזאגט " זיי לעבן ווי טויבעלעך".

יא ס'איז זייער מאדנע און אפשר אומפארשטענדליך וואס ער טוט, אבער נאר אין די אויגן פון איינער וואס זעהט איין זייט.

דיסקלעימער, איך פלאן נישט צו חתונה מאכן יונג.
די וועלט פארט אויף פאראויס. נישט אויף צוריק.
די סיבה פארוואס די עלטער פון חתונה האבן האט זיך געהויבן אין אלע קרייזן איז ווייל מען האט אנערקענט אז יונג חתונה האבן איז זייער נישט ideal.
מען קען אויסזעהן צופרידן ביי די 15, און זיין resentful ביי די 30.

אוועקנעמען א childhood איז נישט קיין קינדער שפיל.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 11:38 am
דורך צקון לחש
בת קול האט געשריבן:אוועקנעמען א childhood איז נישט קיין קינדער שפיל.
ליטערעלי :דמיונות:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 12:20 pm
דורך yesiknow
צקון לחש האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:אוועקנעמען א childhood איז נישט קיין קינדער שפיל.
ליטערעלי :דמיונות:
אריינלייגען א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבען מוזען תשובה טהון אויף חטאת נעורים -וואס מיר (די סיסטם +הורמנס ) באצווינגען עהם,-נעמסטו אוועק זיין לייוליהאד .

האב נישט קינדר פאר די ערשטע פינעף יאר אין יא "שפיל" הויז אבער האב א קלין פלעיט פאר לייף, מיי טו סענס.

יעצט קומט שובבים זיי לאכען פון אונז אין פנים ....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 7:33 pm
דורך איך אויך
איך טריי צו כאפן אויב דיינע 3 שורות האבען עפעס א שייכות איינע צום צווייטע? אדער סתם רענדאם מחשבות.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 8:23 pm
דורך דורש אמת
פרנס החודש האט געשריבן:פארקערט גאר, ר' יואלי ראטה האט שוין א בעסערע סיסטעם, ער מאכט זיי כאטש חתונה… ווען ביי אונז קען מען זיך ארומדרייען פאר נאך א פאר יאר זאגן תיקון הכללי…

ערנסט גערעדט, ווען איך זעה מענטשן זענען פארנומען מיט child marriage אן בכלל קומען מיט אן אלטערנאטיוו, וואונדער איך זיך צו עס איז נישט סתם געהאקט פשוט ווייל עס איז נישט אנגענומען אין די אמעריקאנע גאס.
מיין פראפעסארקע האט מיר געפרעגט אינמיטן קלאס מיין בליק אויף יונג חתונה האבן, האב איך גענטפערט אז איך האלט דערפון ווייל מענטשן זענען למעשה מער צופרידן אזוי און עס איז מער נאטירליך.
אויב לאזט מען נישט צו קיין extra marital relations איז יונג חתונה מאכן די איינציגסטע אויסוואל, ממילא האט יואלי ראטה כאטש א מהלך, משא"כ די חסידישע און ישיבה'שע מהלכים.
אדרבה @בת קול, קום אריין זאגן דיין מיינונג איבער עקסטרע-מעריטאל רילעשנאס און ווי אזוי א געזונטע סיסטעם דארף צו ארבייטן.
כנראה איז דאס חתונה האבן שפעט (אויב בכלל) די גרעסטע פראבלעם כהיום אין די מערב וועלט (יא, די גויים האבן אויך שיינע פראבלעמען).
ביטע זאג מיר וויפיל קינדער דו האסט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 9:48 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
yesiknow האט געשריבן:אריינלייגן א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבן מוזן תשובה טהון אויף חטאת נעורים -וואס מיר (די סיסטם +הורמנס) באצווינגען עהם,נעמסטו אוועק זיין לייווליהאד.

האב נישט קינדער פאר די ערשטע פינעף יאר און יא, "שפיל" הויז, אבער האב א קלין פלעיט פאר לייף. מיי טו סענס.

יעצט קומט שובבים, זיי לאכן פון אונז אין פנים....
און אונז לאכן פון דיר און פון זיי, ווייל אונז ווייסן און אונז זענען מאמין באמונה שלימה אז די שובבי"ם פאנטאזיעס וואס מ'האט אין אונז אריינגעבאקן איז סתם הוילע לופט און פוסטע דמיונות!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:07 am
דורך קהל'ס נער
yesiknow האט געשריבן: אריינלייגן א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבן מוזן תשובה טהון אויף חטאת נעורים - וואס מיר (די סיסטעם +הורמנס) באצווינגען עהם, נעמסטו אוועק זיין לייווליהאד.
100% גערעכט, אבער די עצה איז נישט אז מען זאל זיי חתונה מאכן, ווייל יעצט ביסטו א מחליף פרה בחמור.
וואס מען דארף יא טוען איז אויפהערן טעראריזירן די קינדער, און ס'גארנישט געשעהן אויב האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן די תאוות, די אייבערשטער האט אים נישט פיינט און ער גייט נישט אין גיהנם, גארנישט געשעט נישט, ס'פארט אוו נעיטשער אז מען טוט די זאכן, די אייבערשטער ווייסט עס אויכעט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:25 am
דורך צקון לחש
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
yesiknow האט געשריבן:אריינלייגן א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבן מוזן תשובה טהון אויף חטאת נעורים -וואס מיר (די סיסטם +הורמנס) באצווינגען עהם,נעמסטו אוועק זיין לייווליהאד.

האב נישט קינדער פאר די ערשטע פינעף יאר און יא, "שפיל" הויז, אבער האב א קלין פלעיט פאר לייף. מיי טו סענס.

יעצט קומט שובבים, זיי לאכן פון אונז אין פנים....
און אונז לאכן פון דיר און פון זיי, ווייל אונז ווייסן און אונז זענען מאמין באמונה שלימה אז די שובבי"ם פאנטאזיעס וואס מ'האט אין אונז אריינגעבאקן איז סתם הוילע לופט און פוסטע דמיונות!
איך קען מיך נישט איינהאלטן וקבל האמת ממי שאמרה...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 9:32 pm
דורך מרדכי מרדכי
מתבודד האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:.
דו גלייכסט צו עפלעך צו מאראנצן.
קענסט נישט צוגלייכן ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות" אקעגן די "חסרונות" פון די גרויסע קהילות,
ענדערש גלייך צו קליינע קהילות מיט די זעלבע "פראבלעמען" פון אלע חסידישע, ווס. ר' יואל ראטה מיט זיינע "מעלות"
חוץ מיט מיין לעצטע נקודה (אביסל) זע איך נישט אז קליינע חסידות זאלן זיין אנדערש פון גרויסע.

אויב די מיינסט משפיעים - דאס איז שוין אינגאנצן א צווייטע נושא.
וואס איז ר' יואל ראטה אויב נישט א משפיע?
איך קום נישט דא אלס א גרויסע מבין אויף חסידות'ן אבער ווי ווייט איך ווייס איז יא דא ביי די קלענערע חסידות'ער מער קרבה'שאפט צום רבי'ן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:57 pm
דורך yesiknow
איך אויך האט געשריבן:איך טריי צו כאפן אויב דיינע 3 שורות האבען עפעס א שייכות איינע צום צווייטע? אדער סתם רענדאם מחשבות.
איך אויך... לחיים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 4:54 am
דורך yesiknow
צקון לחש האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און אונז לאכן פון דיר און פון זיי, ווייל אונז ווייסן און אונז זענען מאמין באמונה שלימה אז די שובבי"ם פאנטאזיעס וואס מ'האט אין אונז אריינגעבאקן איז סתם הוילע לופט און פוסטע דמיונות!
איך קען מיך נישט איינהאלטן וקבל האמת ממי שאמרה...
וואס קענסטו נישט איינהאלטען? און וואס איז די אמת וואס ביסטו אזוי שיין מקבל?

חטאת נעורי ופשעי אל תזכר. פסאלמס טשעפטער פיפטי וואן.
חנוכה שמח

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 9:10 am
דורך דער גאלדענער אדלער
yesiknow האט געשריבן:חטאת נעורי ופשעי אל תזכר. פסאלמס טשעפטער פיפטי וואן.
חנוכה שמח
קאפיטל טווענטי פייוו פסוק סעווען!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 9:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
yesiknow האט געשריבן:חטאת נעורי ופשעי אל תזכר. פסאלמס טשעפטער פיפטי וואן.
חנוכה שמח
חטאת נעורי ופשעי אל תזכר, "אמר רבי יודן: אמר דוד רבוש"ע יהיו חטאי ופשעי כחטאת נעורי, מה חטאת נעורי אין בהם ממש, כך כל הפשעים שאני עושה לא יהיו בהם ממש כחסדך זכר לי אתה."
מדרש תהילים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 11:41 am
דורך yesiknow
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
yesiknow האט געשריבן:חטאת נעורי ופשעי אל תזכר. פסאלמס טשעפטער פיפטי וואן.
חנוכה שמח
חטאת נעורי ופשעי אל תזכר, "אמר רבי יודן: אמר דוד רבוש"ע יהיו חטאי ופשעי כחטאת נעורי, מה חטאת נעורי אין בהם ממש, כך כל הפשעים שאני עושה לא יהיו בהם ממש כחסדך זכר לי אתה."
מדרש תהילים
תודה רבה, אתה צודק, זה לא נ"א אלא כ"ה.

לפי שיטתך בחור של 15 שנה יכול לרצוח את חברו וזה בכלל לא חטא או לאנס אשת איש וזה לא חטא אז אני יכול לפרסם את זה בשמך?

תסתכל על הנרות של חנוכה והכל יסתדר אצלך.
חג שמח אחי

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 2:18 am
דורך בת קול
yesiknow האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:אוועקנעמען א childhood איז נישט קיין קינדער שפיל.
ליטערעלי :דמיונות:
אריינלייגען א קינד אין א מצב ער זאל א גאנץ לעבען מוזען תשובה טהון אויף חטאת נעורים -וואס מיר (די סיסטם +הורמנס ) באצווינגען עהם,-נעמסטו אוועק זיין לייוליהאד .

האב נישט קינדר פאר די ערשטע פינעף יאר אין יא "שפיל" הויז אבער האב א קלין פלעיט פאר לייף, מיי טו סענס.

יעצט קומט שובבים זיי לאכען פון אונז אין פנים ....
Two wrongs don’t make a right.

און למעשה האבן זיי בעיביס אין די ערשטע 10 חדשים, איז דאס אפילו נישט קיין טענה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:30 am
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
signout האט געשריבן:ס'דא וואס האבען געהאט קינדער בעפאר די 18?
יא- כאטש 2 וואס איך קען.
איינס האט שוין אפילו געהאט די 2'טע ביי די 17.
א נאמען ביטע? אין אישי איז אויך גוט
איך ווארט נאך אלס אז @בת קול זאל זאגן די 2 וואס זי קען אז נישט דא כאטש אין אישי סוי לכאורה איז עס פטפוטי דברים בעלמא נישט געשטויגן און נישט געפלויגן ועל הכלל כולו יצא אז מען קען איר גארנישט גלייבן זי איז נישט קראנט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:39 am
דורך פערינא
ס'איז דא דריי אפציעס

1) ווי גוים ביי די דרייצען ואילך איז מען עוסק בעניני הגוף
2) ערענדזשד מערידזש (וואס איז באמת ערענדזשד לאנג טורם דעיטינג) ביי די אכצען
3) ערענדזשד מערידזש (וואס איז באמת ערענדזשד לאנג טורם דעיטינג) ביי די זעכצן

למעשה אסאך פון די ערענדזשד לאנג טורם דעיטינג פירט צו האבן קינדער גלייך מיט קאטאסטראפישע קאסעקווענצן. אבער איך גיי נאכאלץ פאר די זעכצן מער ווי די אכצען און ווער ס'האט שכל מאכט זיכער אז די קינדער נעמען borth control.

Re: קינדער-הייראט ביי הרב יואל ראטה (אפגעטיילט)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 4:09 am
דורך פרנס החודש
למעשה טוט זיך דא א שטורעם אין א גלעזל וואסער, קיינער קען נישט אנווייזן אז עס פאסירט טאקע ביי זיין עולם. און מען פון א מענטש וואס האט גענוג שונאים וואס וואלטן געמאכט חרוסת מיט עם ווען ער טוט ווען עפעס אומלעגאל.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 7:28 am
דורך yesiknow
איך אויך האט געשריבן:איך טריי צו כאפן אויב דיינע 3 שורות האבען עפעס א שייכות איינע צום צווייטע? אדער סתם רענדאם מחשבות.
ֹאיך האב דיר געגעבען גענוג צייט האסטו שוין אפשר געכאפט.

איך אויך האב מיך געמיטשעט ביז איך האב געכאפט ודוק ותשכח.

מען מיז נישט חתונה האבען יונג מען מיז בכלל נישט חתונה האבען, עס מעג אבער זיין א אפשען פאר די וואס ווילען אין ביידע דזשענדערס צו האבען א פריינד/פריינדינע ביי וועלכע יארגאנג ער/זי דיסייט.

,די וועלט ריקט זיך פאראויס צווינג נישט קיינעם ביי וועלכע יארגאנג ער /זי זאל חתונה האבען,עס איז אן אנדיווידועל דיסיזין נישט קאלעקטיוו.

אויב דיין זין /טאכטער וויל נישט נישט חתונה ביז די 30 יאר וועט דיך עס בכלל שטערען? העפי חנוכה