בלאט 3 פון 3

Re: חאנשי [TV SHOW]

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 6:27 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ליימדארפער האט געשריבן: מיר וואונדערט, צו קאסט דען נישט אפ א טיווי שאו בהמשכים, צען מאל אזוי סאך ווי מאכן א פילם?
עס קאסט מער און עס ברענגט מער געלט. אגב, טיווי שאוס זענען געווענליך ביליגער פער מינוט, אין א מאווי איז אריינגעשטאפט מער באמבאסטישע סצענעס פער שעה. פארשטייט זיך ס'איז נישט אייביג אזוי.
ליימדארפער האט געשריבן: ס'דאך עשרת מונים די געלט און צייט, טא פארוואס לוינט זיך עס אנשטאט איין לאנגע פילם.
עס זענען דא מענטשן וואס זענען פארנימען און האבן נישט קיין זעכציג שעה צו קוקן איין לאנגע פילם.

מיט די צייט אז דאס פאפולאציע וועט גרעסער ווערן, און עס וועלן זיין געניג מיר'ע בחורים, ווועט זיך אפשר לוינען פאר האליוואד צו פראדוצירן זעכציג שעה'עדיגע מאוויס.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 2:39 am
דורך ליימדארפער
ס'קוקט אויס אז די וואך איז נישטא מער קיין נייע פרק.
קען זיין די עונה 1 איז פארטיג

Re: חאנשי [TV SHOW]

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 3:29 am
דורך אלבערט איינשטיין
עס איז גענדיגט. מיט א סוף וואס מאכט א ביטערע נאכטעם אין מויל

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 6:37 am
דורך זופ מיט מאנדלען
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
ליימדארפער האט געשריבן: מיר וואונדערט, צו קאסט דען נישט אפ א טיווי שאו בהמשכים, צען מאל אזוי סאך ווי מאכן א פילם?
עס קאסט מער און עס ברענגט מער געלט. אגב, טיווי שאוס זענען געווענליך ביליגער פער מינוט, אין א מאווי איז אריינגעשטאפט מער באמבאסטישע סצענעס פער שעה. פארשטייט זיך ס'איז נישט אייביג אזוי.
ליימדארפער האט געשריבן: ס'דאך עשרת מונים די געלט און צייט, טא פארוואס לוינט זיך עס אנשטאט איין לאנגע פילם.
עס זענען דא מענטשן וואס זענען פארנימען און האבן נישט קיין זעכציג שעה צו קוקן איין לאנגע פילם.

מיט די צייט אז דאס פאפולאציע וועט גרעסער ווערן, און עס וועלן זיין געניג מיר'ע בחורים, ווועט זיך אפשר לוינען פאר האליוואד צו פראדוצירן זעכציג שעה'עדיגע מאוויס.
דער שרייבער האט נישט געמיינט קיין זעכציג שעה'דיגער פילם, ער האט געמיינט צו זאגן אז וויבאלד אין זיין בליק לייגט מען אריין די זעלבע כוחות אין די סצענעס פון א טיווי שאו און פון א פילם זאלן די פראדוצירער נאר מאכן פילמ'ס.

דער אמת איז סיי וואס די זאגסט אז סאיז מער צייט און מער געלט אבער סאיז אויך שטארק דיין צווייטע נקודה, געווענטליך ביי א טיוויי שאו וועלן זיין עטליכע פלעצער ווי מוועט אויפשטעלן די פראדוקציע און דאס פילמירן וועט בסך הכל דויערן לענגער אבער די פראדוקציע וועט זיין די זעלבע טייער.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 1:48 pm
דורך ליימדארפער
כ'זע נישט וואס האבן זיי פון אט גאנצער 'חנטשי' עונה. נישט קיין חידושים, בלויז כאזעריי, זערא טאלאנט.
וויפיל פראצענט פון די קוקערס זענען צופרידן פון אזעלכע סחורה?

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 2:14 pm
דורך צפת
קיינער האט נאך נישט געטון די טובה, וואס עטליכע האבן געבעטן, ארויפצוברענגען פרק 5 אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 2:42 pm
דורך מתבודד
ליימדארפער האט געשריבן: וויפיל פראצענט פון די קוקערס זענען צופרידן פון אזעלכע סחורה?
apparently, זענען הונדערט פראצענט פון די קוקערס צופרידן, ווען נישט וואלטן זיי געטון וואס פילע ואני בתוכם האבן געטון - אויפגעהערט קוקן נאך די ערשטע ציוויטע עפיזאד...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 5:17 pm
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן:
ליימדארפער האט געשריבן: וויפיל פראצענט פון די קוקערס זענען צופרידן פון אזעלכע סחורה?
apparently, זענען הונדערט פראצענט פון די קוקערס צופרידן, ווען נישט וואלטן זיי געטון וואס פילע ואני בתוכם האבן געטון - אויפגעהערט קוקן נאך די ערשטע ציוויטע עפיזאד...
איך האב טאקע אויפגעהערט קוקן נאך די צווייטע עפיזאד. נו, וואס זאגט דער עולם, לוינט זיך צו גיין קוקן די איבריגע?

Re: חאנשי [TV SHOW]

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2023 12:27 am
דורך צוזאמגעדרייט
לוינט זיך נישט.

איך קוק עס נאך אלץ וויבאלד איך האב אן אבסעסיע מיט פילמס וועלכע "פרובירן" צו נאכמאכן חרדים. אבער חאנשי איז ממש א "דיזעסטער".

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2023 8:20 pm
דורך אמר אביי
צפת האט געשריבן:קיינער האט נאך נישט געטון די טובה, וואס עטליכע האבן געבעטן, ארויפצוברענגען פרק 5 אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו.