בלאט 3 פון 5
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:40 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:מ'האט מיר קיינמאל נישט געפרעדיגט.
ס'איז אן אבוויעז פאקט.
איך האב נישט געדארפט גיין מער פון איינמאל קיין בארא פארק פאר א באזוך צו פארשטיין
פארוואס יו"ט עהרליך האט נישט געזינגען: "בארא פארק א מחיה גאר וואוינען דארט פיינע אידן" ....
אז דו רעדסט שוין וועגן יו״ט ערליכ׳ס ניגון, דאכט זיך אז דער ניגון רעפעלעקטירט היינט מער בארא פארק ווי ווילאמסבורג נעם דעם שטיקל:
ביים קלויזענבורג'ן הייסע טרערן,
טיפע קרעכצן ביי דעם סקווירא'ן,
און די סטאלינע מיט געשרייען,
אין סאטמאר האט מען נאכנישט אנגעפאנגען,
הערשט איז מען אין מקוה געגאנגען,
און ביי די וויזניצע טרינקט מען שוין לחיים.
יו"ט ערליך האט מיט די ווערטער פראבירט ארויסצוברענגען די קאלירפולירקייט וואס ווילאמסבורג האט דעמאלטס פארמאגט, א זאך וואס איז שוין פון לאנג א עבר און איז א טייל פון היסטאריע. משא"כ בארא פארק פארמאגט נאך א געוויסע סארט קאלירפולירקייט וואס מען זעט נישט אסאך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:59 pm
דורך elter-zeide
אין וומס"ג איז מען פרימער אין ב.פ. איז מען ערלעכער, א איד האט מיר אמאל געזאגט "אז פין ב.פ. אין פין יענע וועלט איז נאך קיינער נישט ציריק קיין וומס"ג,י
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:17 pm
דורך זר זהב
פון יענע וועלט קען מען נישט צוריקומען, און פון בארא פארק וויל מען נישט צוריקקומען, ווייל עולם הזה איז בעסער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:18 pm
דורך zurich
איך וויייס נישט ווי ערליך וויליאמסבורג איז. אבער אזא צודרייטע פלאץ ווי וויליאמסבורג איז נישט דא אין דער וועלט!!
אפאר וואכן צוריק האט מען אין וויליאמסבורג געמאכט א מסיבת עלילת דם איך גיי נישט יעצט אריין צו ער האט עס יא געטוען צו נישט אבער טריי צו מאכן אזא מסיבה אין בארא פארק ... קיין נברה וועט נישט דארט זיין,,און ווען מען האט עס געמאכט אין ווילי איז דארט געווען געפאקט עד אפס מקום!! אן קיין טראפ ליפט צו אטעמען!!
דאס האט די רבי זעליינו געמיינט "א צודרייטע שטאט"
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:47 am
דורך shas
for adults i would say like others that wherever u grew up is maybe good, but for kids is better a place where u can see all kinds of people. and not be so closed.. the only reason i would agree its better a more frum place is if u can keep ur child that way till he gets married. but i can tell u its a big risk. once ur child might by mistake go out of willi. he will get wild and damaged.(btw the same with computers its a thing that even u will hide it. u never know where he will find it. because its such a spread thing by yiden)its not good todays days to be to restricted
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:02 am
דורך איחוד פעלד
מ גפני האט געשריבן:א איד האט זיך אמאל פארענטפערט פאר'ן רבי ז"ל ווען דער רבי האט אים געפרעגט פארוואס ער האט זיך געצויגן קיין ב"פ, האט ער געענטפערט אז עס איז נאר 18 מינוט אוועק פון וויליאמסבורג, האט זיך דער רבי אנגערופן: יא יא א שיעור חימוץ, ודפח"ח
און אויף דעם זאגט רשי אז די יש דורשים לגנאי זענען נישט די רבותינו. הול"ל שיעור הכשר.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:08 am
דורך Espresso
shas האט געשריבן:for adults i would say like others that wherever u grew up is maybe good, but for kids is better a place where u can see all kinds of people. and not be so closed.. the only reason i would agree its better a more frum place is if u can keep ur child that way till he gets married.
און נאך וואס ער האט חתונה? אויב זען אז ס'איז דא נאך מינע יידען וועט שאטען פאר זיין תמימות וואס איז אנדערש נאכען חתונה?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:40 am
דורך shas
ur right but it harms less a adult i think, maybe im wrong, i dont hold of that idea at all. but im trying to put myself into other peoples matzev here.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:45 am
דורך טעפל
איך בין טאקע געבוירן אין ווילי און דערנאך געגאנגען וואוינען קיין ב"פ....קיינער פון מיין משפחה איז נאכנישט אפגעפארען ב"ה....
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 11:37 am
דורך דולה ומשקה
מיינס א נאהטנע ידיד וואס איז ארגינעל פון בארא פארק ווען ער איז געוועהן א בחור האבן זיי אריבער קיין ווילימסבורג, אלס בחור האט ער רח"ל מיט א קיימא לן פון 22, ער האט מיר געוויסען צוויי אלבומ'ס פון זיינע בילדער, (עכ"פ נישט דא מאכען א אריכות אולי ערגעץ אנדערש יא), מיט א ווילימסבורגער מיידעל איז אסאך, זייער אסאך, גרינגער איבער צורעדן, אנהייבען א קשר וכיו"ב, מיט א בארא פארקער דארף מען ארבעטן פיל פאכיג שווערע. - דער מדובר איז אויף א נקיבה וואס דיר געפעלט, נישט סתם א מופקרת.
הסבר הדבר, וויבאלד די בארא פארקער אופן השקפה איז "דאס איז א איד, א איד טוט נישט" אין געגאנגען ווייטער, משא"כ ווילימסבורג "די טארסט נישט, איך אסר דיר, כוועל דיר ווארפן פון די מוסדות, וכיו"ב". ממילא אזא ווילימסבורגער מאנטאליטי איז גרינגער צו "באפרייען".
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:18 pm
דורך פויער
אויף די טעמע איז נישט זייך צו מאכן קיין דיסיזשען'ס, יעדער האט מעלות און חסרונות, אבער אזוי ווי איך האב נאנטע פון בארא פארק און פון וויליאמסבורג האב איך שנעל אויפגעכאפט דעם חילוק.
אין וויליאמסבורג: לעבט יעדער פארן צווייטן, קיינער וויל נישט זיין צו פרום אדער צו מאדערן, יעדער וויל זיך האלטן אויפן וואוילן-באלעבאטישן סטאנדארט, יעדער דרייווט אדאסי'ס, יעדער גייט מיט שווארצע עקקא שיך, יעדע ווייבעלע האט א באגאבא, יעדער דאווענט? איך גיי אויך! יענער קוקט? איך גיי מיך וואטשן! מ'פאפט די קינדער ביז זיי קראכן ארויס פון די אייער וואס דעמאלטס איז עס פילפאכיג ערגער, א עוורידזש יונגערמאן קויפט ד' מינים פאר עטליעסט 3-400 און ווייסט ניטאמאל פארוואס מען שאקעלט עס... וכהנה וכהנה. רוב עולם לויפט נאך און מטאנצט נאך שטותים והבלים אן א טעמים, און פון יסודות פארגעסט מען. א יוד אן א בארד איז כמעט א גוי, א סאטמארע שכן וויל ניטאמאל וויסן די נאמען פון זיין פאפא'נעם נעקסט-דאר נעיבער.
אין בארא פארק: לעבט מען מער אפען, דער פרומער, חסידישער, מאדערנער, ליטווישער, קענען וואוינען אין איין בילדינג און האבן גוטע פארבינדונגען אינצווישן, איינער וואס גייט מיט א גרעי סוועטער איז נישט קיין שייגעץ, און איינער וואס עסט אין רעסטוראנט מיט די ווייב פירט נישט קיין גוי'אישע שטוב, טוט מצוות מער מיט תמימות און אהבה, און איז שטארק מיט זיך און האט א רואיגן לעבן.
אודאי מיין איך נישט אז גאנץ ווילימסבורג איז אזוי און אז גאנץ בארא פארק איז אזוי, אבער דאס איז די בעיסיק מהלכים אין די געגענטער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:20 am
דורך געפילטע פיש
פויער האט געשריבן:אין בארא פארק: לעבט מען מער אפען
זייער גוט ארויסגעברענגט, אבער די דגוש גייט אויף די 'מער', רעלאטיוו צו ווילאמסבורג.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:22 am
דורך חאצקל
נו, מ'רעדט דאך נאר כלפי וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:37 am
דורך געפילטע פיש
יא יא, אבער איך וויל נישט אז דער ליינער פון אוסטראליע אדער דער חוקר פון הונדערט יאר ארום זאל מיינען אז בארא פארק איז א פלאץ ווי קיינער קוקט קיינעם נישט אן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:43 am
דורך חאצקל
גראדע איז בארא פארק א פלאץ ווי אירע איינוואוינער זענען מער צופרידן ווי א סך אנדערע היימישע פלעצער אין די וועלט. איך מיין אז עס האט כמעט די העכסטע צופרידנהייט ראטע פון אלע גרויסע היימישע ישובים.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:44 am
דורך זר זהב
חאצקל האט געשריבן:גראדע איז בארא פארק א פלאץ ווי אירע איינוואוינער זענען מער צופרידן ווי א סך אנדערע היימישע פלעצער אין די וועלט. איך מיין אז עס האט כמעט די העכסטע צופרידנהייט ראטע פון אלע גרויסע היימישע ישובים.
אן אנקעטע?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:48 am
דורך חאצקל
נישט קיין פראפעשענאל אנקעטע, אבער לויט ווי איך און מיינע ידידים הערן פון מענטשן פון פארשידענע מקומות, קומט עס אזוי ארויס אז די בארא פארקער זענען די מערסטע צופרידן פון זייער וואוין ארט.
אולי מאך איך א טעות.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:52 am
דורך זר זהב
ניין, ס'קען זייער געמאלט זיין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:06 am
דורך zurich
איין זאך וואס בארא פארק האט יא למשל אז מענטשן קוקן און זענען ביזי איינער מיט דעם אנדערן איז אויך וועגן וויליאמסבורג, ס'האט זיך ליידער אריבערגעכאפט!!!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:40 am
דורך חאצקל
פאר טשענזש האט מיר די וואך געזאגט א באראפארקער איינוואוינער אז ער באטראכט וויליאמסבורג אלס געשמאקערע פלאץ, ס'איז אין זיינע אויגן מער היימיש פריינדליך און זאפטיג (ער איז נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, און האט דארט נישט קיין קרובים, ער איז בלויז משער)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:18 am
דורך דבילה
חאצקל האט געשריבן:פאר טשענזש האט מיר די וואך געזאגט א באראפארקער איינוואוינער אז ער באטראכט וויליאמסבורג אלס געשמאקערע פלאץ, ס'איז אין זיינע אויגן מער היימיש פריינדליך און זאפטיג (ער איז נישט אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, און האט דארט נישט קיין קרובים, ער איז בלויז משער)
לאזעם כאפן א וויזיט פאר א וואך דארט, די השערות 'עלען זיך עם שנעל ענדיגן...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:48 pm
דורך שטערן
א וומב"ג יונגערמאן זאגט מיר אז די צוריק פארען אין שטאט סוף זומער איז עפעס א אומבטעמטע עסק ,
איך אלס א ב"פ פרעג איך וואס הייסט פון וואס מאכסטו אן עסק, איך פארשטיי נישט וואס איז די פראבלעם, זאגט ער מיר דע אריינקומען קיין וומסב"ג יעדער קוקט און שפעטער ווען איך שלעפ די באקסעס פין מיין קאר צו מיין דירה קוקען אלע שכנים,וכו‘ וכו'
מיין טייערע ברודער אין וויליאמסבורג ביטע געבטס מיך צו פארשטיין
קודם וואס קוק מען אזוי, וואס זעט מען?
והשנית וואס דערשרעקט איר זיך אז מ'קוקט? איך מיין.... לאכט דעך אויס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:41 pm
דורך שרייבער
זר זהב האט געשריבן:מ'האט מיר קיינמאל נישט געפרעדיגט.
ס'איז אן אבוויעז פאקט.
איך האב נישט געדארפט גיין מער פון איינמאל קיין בארא פארק פאר א באזוך צו פארשטיין
פארוואס יו"ט עהרליך האט נישט געזינגען: "בארא פארק א מחיה גאר וואוינען דארט פיינע אידן" ....
ווען יו"ט ערליך האט עס געזינגען איז עס אפשר געווען אמת, אבער היינט?
אין מיין ישיבה ווי איך האב געלערנט איז געווען וויליאמסבורגער בחורים און ב"פ בחורים, די ב"פ בחורים זענען געווען גרעסערע מתמידים און בעסערע בעלי מדות
ווידער מאפ שייטלעך קענסטו שוין ליידער טרעפן היינט אין וומס"ב אויך