בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
שעפטאל האט געשריבן:לכבוד ר"ה..
לאמיר זיך אומקערן אידאלאך, צוריק צו די אמאליגע טעג!
לאמיר זיך אומקערן ברידאלאך, צום מסורה דעם אמת'ן וועג!
קידוש מאכען ביי די דאווענען ברעיק.
נאך מנחה וועלען מיר גיין צום לעיק.
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:59 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קרן זוית האט געשריבן:שעפטאל האט געשריבן:לכבוד ר"ה..
לאמיר זיך אומקערן אידאלאך, צוריק צו די אמאליגע טעג!
לאמיר זיך אומקערן ברידאלאך, צום מסורה דעם אמת'ן וועג!
קידוש מאכען ביי די דאווענען ברעיק.
נאך מנחה וועלען מיר גיין צום לעיק.
ר"ה הייסט עס נישט לעיק, ס'הייסט תשליך. לייק, גיימער צו תשליך??
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:25 pm
דורך פרנס החודש
דערמאנסט מיר פון ישיבה אין לעיקוואוד ווי דער עולם גייט צום לעיק נאכן דאווענען. זכרונות איינער?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:35 pm
דורך שעפטאל
כ'האב עס אמאל מיטגעהאלטן. פון די אנדערע זייט (סענטרול).
יוש איז דעס שיין פארן אשכול בילדער פון א גאנצע געמיינדע..
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=16093
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:50 pm
דורך פרנס החודש
דיעזער אשכול האב איך געעפנט מיט די ערווארטן פונג אז איינער וועט זיך דערבארעמען און ארויפלייגן בילדער און ווידעאויס פון אונזערע הייליגע באבעס אין שנה ראשונה אין מארמאראש ווי זיי גייען צו תשליך מיט די שפיצלעך, איך ווארט נאך אז איינער זאל זיך מרחם זיין…
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 2:11 pm
דורך יעקב מענטש
פרנס החודש האט געשריבן:דיעזער אשכול האב איך געעפנט מיט די ערווארטן פונג אז איינער וועט זיך דערבארעמען און ארויפלייגן בילדער און ווידעאויס פון אונזערע הייליגע באבעס אין שנה ראשונה אין מארמאראש ווי זיי גייען צו תשליך מיט די שפיצלעך, איך ווארט נאך אז איינער זאל זיך מרחם זיין…
פון די געציילטע בילדער וואס איך האב געזעהן פון געוויסע באבעס פאר די קריג זענען זיי אלע געגאנגען אדער שייטלעך אדער אזעלכע טורבאנען.
אבער די זאכן ווענדט זיך באמת ווי מ'האט געוואוינט און וואספארא סארט איד מ'איז געווען.
אין אונגארן זענען קיין ארטדאקסן - לכאורה - נישט געגאנגען מיט די הארע אויפגעדעקט (מאקסימום ביי האר, אבער נישט אינגאנצן אנטבלויזט), אין קראלע איז דאס געווען איינע פון די טריגערס אויף די מחלוקה צווישן רבי אביש ז"ל און ר' שמואל גראס ז"ל.
ר' שאול בראך ז"ל האט איינגעפיהרט א תקנה אז דער וואס די ווייב גייט נישט כדין האט נישט קיין זכות אין די בחירות הקהלה און נאכדעם וואס סאטמער רב ז"ל איז געגאנגען קיין סאטמער האבן די שוואכע פראבירט צו שטימען און האבן געשטיצט רבי אביש ז"ל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 8:18 pm
דורך מילך טראק
אויך דאהי אין אמעריקע קוק די אלטע קליפס וועסטו זעהן אז מען איז נישט געגאנגען אנגעטוהן צניעותדיג אזויווי זיי ווילן מ'זאל גיין היינט, אין דענמאלטס זענען די גוים געגאנגען מער צניעותדיג