בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2023 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
דער פאראייניגטע שטאטן, פראנקרייך, אייראפעישער פאראיין און אנדערע לענדער, האבן ארויסגעגעבן סטעיטמענטס צו פארדאמען די ערגסטע אטאקע אין יאר'ן, און דערמאנט דעם פאקט אז עס איז היינט דער אינטערנאציאנאלע האלאקאוסט טאג.

מיניסטער פון נאציאנאל זיכערקייט, העסקן איתמר בן גביר איז אנגעקומען צו דער טעראר סצענע אין ירושלים, וואו זיבן אידן זענען דערמאָרדעט געוואָרן. צו זעען די פאסירונג פון די נאנט און געבן חיזוק פאר די ארומיגע איינוואוינער. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו ווערן אינטערוויאט פון די מידיא צוליב חילול שבת.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 28, 2023 7:36 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד האט געשריבן:ouch! שמעקט פון נאך א אינטיפאדא ה''י.

וועלכע ביהמ''ד?
ס'דארף נישט צו זיין אן אפיציעלע דערקלערטע אינטיפאדא. די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש טוען וואס זיי ווילן בלי שום מורא ופחד. ווייל זיי ווייסן אז זיי האבן די שטיצע פון די ..."גוטע"... גויים.

גיי דערצייל דאס פאר די נאאיווע אידן וועלכע שטיצן "נטרונא". זיי טענה'ן דאך אז מדינת ישראל איז פאר אלעס שולדיג. און ווען מ'וועט מפרסם זיין לעיני העמים והשרים אז אונז ערליכע אידן זענען ננישט קיין ציונים, וועט זיך אויפהערן דער אראבישער טעראר און רציחה.

די אידן וועלכע גייען שבת דאווענען אין שול זענען ציונים? פארשטייסט...!

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: מוצ"ש יאנואר 28, 2023 9:42 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:ouch! שמעקט פון נאך א אינטיפאדא ה''י.

וועלכע ביהמ''ד?
ס'דארף נישט צו זיין אן אפיציעלע דערקלערטע אינטיפאדא. די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש טוען וואס זיי ווילן בלי שום מורא ופחד. ווייל זיי ווייסן אז זיי האבן די שטיצע פון די ..."גוטע"... גויים.

גיי דערצייל דאס פאר די נאאיווע אידן וועלכע שטיצן "נטרונא". זיי טענה'ן דאך אז מדינת ישראל איז פאר אלעס שולדיג. און ווען מ'וועט מפרסם זיין לעיני העמים והשרים אז אונז ערליכע אידן זענען ננישט קיין ציונים, וועט זיך אויפהערן דער אראבישער טעראר און רציחה.

די אידן וועלכע גייען שבת דאווענען אין שול זענען ציונים? פארשטייסט...!
ר' בערל שיק דאס פאר נטרונא. נע אשאד די ענערגיע. בילד

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש יאנואר 28, 2023 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
ביים ענדע פון ​​א זיצונג וואס האט געדויערט בערך דריי און א האלבע שעה, האט דער קאבינעט באשלאסן אז די הויז פון דעם טעראריסט חיירי אלקם, וועלכער האט דערמארדעט זיבן מענטשן אין די שכונת נווה יעקב אין ירושלים, וועט תיכף פארשלאסען ווערן אין צוגרייטונג צו דעמאַלישאַן.

בנוסף לזה האט דער קאַבינעט באַשלאָסן א רייע אינטערנעמונגען, אוועקנעמען דער זכות צובאקומען ביטוחן לאומי און אַנדערע בענעפיטן פאר משפחות פון טעראָריסטן וואָס שטיצן טעראָר. צוגעבן פאר טויזנטער בירגער וואס זאל'ן טראגן וואפן, דורך פארשנעלערן און פארברייטערן די לייסענסירן פאר געווער, שריט צו פארשטארקן די התנחלות ישובים, פארשטארקונג פון פאליציי און ארמיי קרעפטן, ארעסטן אויף א גרויסן פארנעם און אפעראציעס צו זאַמלען אומלעגאלע וואפן.

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 4:14 am
דורך טאמבל סאס
https://time.com/6250892/israel-india-a ... king-over/
"the contempt for liberal ideas brings all the disparate factions together: against the media and intellectuals and increasingly against the old Western-inspired Israeli political system and the existing Israeli constitution, including its Basic Laws"

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 8:30 am
דורך [NAMELESS]
אבזערווירער ווייזען אָן 4 אומרעכטן אינעם NYT העדליין ...

1)שיסער - טעראריסט
2)געהארגעט - ערמארדעט
3)מענטשען - אידן
4)געבן אנגעבליך פארשטענדליכע סיבות אז ס'איז געקומען אזא רציחה

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 9:06 am
דורך דער גאלדענער אדלער
טאמבל סאס האט געשריבן:https://time.com/6250892/israel-india-a ... king-over/
"the contempt for liberal ideas brings all the disparate factions together: against the media and intellectuals and increasingly against the old Western-inspired Israeli political system and the existing Israeli constitution, including its Basic Laws"

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
כ'האב נישט עקספעקטעד פון טיים מאגאזין זיי זאלן שרייבן אמת, און אז זיי זאלן זיך אננעמען אויף דעמאקראטיע.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 2:37 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אין אנדערע נייעס.
אידישע קרעפטן האבן באמבארדירט מיליטערישע אינסטולאציעס טיף אין איראן אין די שטאט איספאהאן. די באמבארדירונג איז געווען שטארק סוקסעספול און מיט גרויס פינקטלעכקייט ווי באריכטעט אינעם וואל סטריט זשורנאל

https://www.wsj.com/articles/israel-str ... 1675004979

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אין אנדערע נייעס.
אידישע קרעפטן האבן באמבארדירט מיליטערישע אינסטולאציעס טיף אין איראן אין די שטאט איספאהאן. די באמבארדירונג איז געווען שטארק סוקסעספול און מיט גרויס פינקטלעכקייט ווי באריכטעט אינעם וואל סטריט זשורנאל

https://www.wsj.com/articles/israel-str ... 1675004979

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

באמת האט די נייעס פאסירט אינדרויסן פון א"י, וויבאלד די כלים קומען פונעם אידישען לאנד, האט דאס א מקום אינעם דאזיגע אשכול....

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 2:55 pm
דורך צוזאמגעדרייט
דאס איז דער ערשטע לופט באמבאדירונג אויף איראן. (נישט אריינגערעכענט סאבאטאזש).
אינטערעסאנט אז מען האט נישט געמאכט קיין אויסטערלישן מצב אין די אלגעמיינע מידיע דערוועגן. כאטש וואס ווי געזאגט איז דאס דער ערשטע לופט אטאקע אויף איראנע טערעטאריע.

דער מיליאן דאלארדיגע פראגע איז, וואס וועט זיין איראן'ס קומעדיגע ריק אויפן שאַך ברעטל.

פון איין זייט, איראן נעמט געווענליך נקמה, (למשל: די באליסטישע מיסל אטאקע אויף אמעריקאנער זעלנער אין איראק, נאכדעם וואס סאלומאני איז עלעמענירט געווארן.)

פון די צווייטע זייט, עס איז למעשה נישט געווארן קיין מצב אין די מידיע (ווי ווייט איך האב געזעהן) ממילא קען זיין אז דאס וועט געבן די מעגליכקייט פאר איראן צו בלייבן איינגעהאלטן און פארמיידן א ווילדע קאנפליקט (אויב זי וויל פארמיידן).

----
איראן זאגט אז זי האט באוויזן צו אראפ שיסן רוב דראונס. דאס איז שווער צו גלייבן. גאנץ מעגליך אז זיי האבן דאס ניטאמאל אויפגעכאפט אויפן ראדאר.

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 9:46 pm
דורך [NAMELESS]
דער רוסישער אויסערן מיניסטער סערגיי לאַווראָוו האָט געבעטן די מדינת ישראל און פּאַלעסטינער דיפּלאָמאַטן צו טאָן אַלעס וואָס איז אין זייערע מאַכט צו פאַרמיידן אַן עסקעלעישן פון אומרוען אין ירושלים און אין דעם מערב ברעג.
ער האָט אויך אויסגעדריקט זיין דברי תנחומים פאר די טויטע און וואונדן פון ציווילע פון ​​ביידע זייטן. לאַווראָוו האָט אויך דערקלערט, אַז עס איז אַ "ערנסט" נויטיק צו זיך נעמען ווידער צו שלום געשפרעכן צווישן ישראל און די פּאַלעסטינער.
דער אויסערן-מיניסטעריום פון מדינת ישראל האָט דערקלערט, אַז ס’איז נישטאָ קיין סיבה צו פאַרגלייכן די טעטיקייט פון צה”ל קעגן טעראָריסטן מיט אַן אטאקע קעגן ציווילע וואָס פאַרלאָזן אַ שול.

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2023 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט פון די באמבאדירונג אין איראן, קיינער ווייסט נישט צו זאגן וואס איז דארט געוועהן, און פארוואס האט מען געשאסן פונקט דארט, עפעס איז פאני.

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 1:37 am
דורך צוזאמגעדרייט
אפיציעל: א באליסטישע מיסל פאבריק.

מאנכע ווילן זאגן אז מען האט געצילט איראן'ס דראון פראדארציע. דראונס וואס זי שיקט פאר רוסלאנד.

לויט דעם טעאריע שטימט זייער גוט די "רומערס" אז אמעריקע איז געווען פארמישט דערין. וויבאלד ערשטנס, די קאמיקאזי דראונס זענען פון די גרעסטע געפאַרן צו מדינות ישראל, אין פאקט האט שוין ישראל אויסגעפירט אן א צאל אפעראציעס צו צושטערן די איראנער דראון פראגראם אין די פארגאנגענהייט. אין א מלחמה צווישן ישראל אין לבנון (וואס וועט קומען פריער אדער שפעטער ח"ו) זענען די קאמיקאזי דראונס ווי א בייזע חלום צו מדינות ישראל, און זיי פרובירן דאס אפשטעלן פאר יעדן פרייז. יעצט אז די איראנע דראונס זענען געווארן א דארן אין אויג צו די מערב וועלט צוליב די רוסלאנד אוקריינע קריג, איז מעגליך אז ישראל האט באקומען די גרינע ליכט צו באמבארדירן. אויך מעגליך אז אמעריקע אליינס אדער צוזאמען מיט מדינות ישראל האבן דאס אויסגעפירט.

שפעקולאציע #2: סאודיע אראביע שפילט דא א גרויסע ראלע, אויב נישט די גרעסטע ראלע פונעם בילד. קודם כל איראן האט שוין אין די פארגאנגענהייט אטאקירט סאדיע אראביע'ס אויל פארבריקן, דאכצעך אז זיי האבן דאס אויסגעפירט מיט קאמיקאזי דראונס, אבער וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, די איראנע דראונס זענען פונקט אזא געפאר צו סאדיע אראביע ווי צו מדינות ישראל, אויב נישט מער, ווייל למעשה איז סאודיע אראביע א טריט אוועק פון איראן, און אנדערש ווי מדינות ישראל וואס צו אטאקירן וועלן די דראונס מוזן פליען ווייטע שטרעקעס איבער פרעמדע לענדער, אדער געליפערט ווערן צו לבנון און פרעמדע הענט וועלן דאס מוזן אפערירן, איז אבער אנדערש מיט סאודיע אראביע וואס קען כאפן און האט שוין געכאפט געבראטענע פון איר שכן איראן.

אויך איז וויכטיג צו אנמערקן אז מדינות ישראל איז די מערסט סאפיסטיקירט ווען עס קומט צו אראפ שיסן קורץ שטרעקיגע צילן, און עס איז ערווארטעט אז מדינות ישראל זאל בלויז ווערן מער און מער פארגעשריטן אין די קומענדיגע פאר יאר (לעיזער וואפן (אויב זי האט דאס נאכנישט גענצליך). פון די צוויטע זייט, סאודיע אראביע האט נישט די לופט-פארטיידיגונגס טעכנעלאגיע וואס מדינות ישראל האט, זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס לייגט סאודיע אראביע אין א מער געפארפולע פאזיציע.

עס איז מסתבר אז מען זאל זיך באניצן מיט באזעס אינערהאלב סאודיע אראביע, ווייל אויב מדינות ישראל וויל אטאקירן מוזן אירע פליגער איבערפליען פרעמדע טערעטאריע. פון די אנדערע זייט אין סאודיע אראביע איז דא אמעריקאנע לופט באזעס.

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 3:14 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איין זאך וואס איז זייער מאדנע: אויב מדינות ישראל האט שוין יא גענימען די קוראזש צו דורכפירן א לופט אטאקע אויף איראנע טערעטאריע, פארוואס האבן זיי נישט געצילט איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען?

אפשר האבן זיי טעכניש נישט די מעגליכקייט, מעגליך אז דאס וואלט שוין יא אויפגעפלאקערט א מלחמה, און אפשר איז דאס א שטיקל אנדייטונג אז מדינות ישראל איז נישט געשטאנען אינטער דעם אטאקע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איין זאך וואס איז זייער מאדנע: אויב מדינות ישראל האט שוין יא גענימען די קוראזש צו דורכפירן א לופט אטאקע אויף איראנע טערעטאריע, פארוואס האבן זיי נישט געצילט איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען?

אפשר האבן זיי טעכניש נישט די מעגליכקייט, מעגליך אז דאס וואלט שוין יא אויפגעפלאקערט א מלחמה, און אפשר איז דאס א שטיקל אנדייטונג אז מדינות ישראל איז נישט געשטאנען אינטער דעם אטאקע.
קען זיין די איראנער ניצען דער זעלבע טאקטיק וואס זייער ברודער אין עזה טוהען, זיי לייגען אוועק די נוקלעארע באמבעס צווישען ציווילע איינוואוינער אז ס'זאל זיין אומעגליך צו פארניכטן פון די לופט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 8:08 pm
דורך מתבודד
קרן זוית האט געשריבן:

די נוקס ווערן געווענליך נישט באמבאדירט אן אמעריקעס הסכמה, ע''ע די סירישע באמבאדירונג אין 2007, און מיט די איצטיגע אדמיניסטראציע איז עס א ווייטע מציאות. ס'הייסט מ'קען דאך אין די צייט פייטן גלאבאלע ווארעמונג?!

@קרן זוית, די איראנע נוקס זענען נישט קיין אקסל געפירטע מיסילס וואס קענען באהאלטן ווערן אין א בעקיארד. בפרט, ובעיקר ווען זיי ווייסן קיינמאל נישט צו דער בעה'ב פונעם בעקיארד איז נישט קיין ישראל'ישער אגענט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 10:56 pm
דורך [NAMELESS]
אין רעאקציע צו דעם וואס חאמאס האט נעכטן אריינגעשאסן ראקעטן פון עזה, האט צה"ל די נאכט אטאקירט געוויסע צילען אין עזה.
צה"ל ווארטזאגער האט געזאגט אז דזשעטס האבן אטאקירט צווישן אנדערע, א סטארעזש פלאץ פאר פראדוקציע פון רויע מאַטעריאַלס, וואס ווערן גענוצט דורך די חאמאס ראַקעט פּראָדוקציע סיסטעם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 11:24 pm
דורך [NAMELESS]
די US הויז רעפובליקאנער, פּלאנען צו גיין פאראויס מיט א שטימע צו ארויסטרייבן די דעמאָקראַטישע קאנגרעס פרוי אילאַן אָמאר, פון איר פאזיציע אין די אויסערן קאַמיטי. דאס קומט צוליב אירע אויסדריקן און סטעיטמענטס אויף "מדינת ישראל" וואס זענען קריטיקירט געווארן אלס אנטיסעמיטיש.

Re: נייעס אינערהאלב די אידישע לאנד

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 11:27 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קרן זוית האט געשריבן:אין רעאקציע צו דעם וואס חאמאס האט נעכטן אריינגעשאסן ראקעטן פון עזה, האט צה"ל די נאכט אטאקירט געוויסע צילען אין עזה.
צה"ל ווארטזאגער האט געזאגט אז דזשעטס האבן אטאקירט צווישן אנדערע, א סטארעזש פלאץ פאר פראדוקציע פון רויע מאַטעריאַלס, וואס ווערן גענוצט דורך די חאמאס ראַקעט פּראָדוקציע סיסטעם.
יעדעס מאל הערט מען דעס, די אידישע פליגערס האבן באמבאדירט סטארעדזש הייזער וואו עס ווערן געהאלטן ראקעטס וואס ווערן געשאסן אויף ארץ ישראל. אבער געוואלד און געשריגן אויב די מדינה ווייסט דערפון, און ווייסט פינקטלעך וואו ס'איז, זאלן זיי שיסן ווען אימער מ'קען און נישט ברויכן ווארטן ביז די טעראריסטן שיסן עס?!?!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2023 11:44 pm
דורך מתבודד
די טעאריע איז אז זיי ווילן נישט באמת אונטערברענגן חמאס ווייל דאן דארפן זיי זיך ספראווען מיט צען קלענערע טעראר גרופעס וואס וועלן אונטערוואקסן אויף חמאס' קבר, מיט וואס זיי האבן נישט קיין שום צוזאמארבעט. דהיינו, טעראר וועט אייביג זיין, אבער די אומ-אפציעלע קשרים וואס איז כעת דא מיט חמאס, סיי דירעקט און סיי דורך דריטע מדינות, איז גענוג ווערט מ'זאל זיי דערהאלטן ביים לעבן.

פונקט ווי דער מלמד קען אין א מינוט מסדר זיין די ווילדע אינגל אויב זאל ער נאר וועלן קען מד''י אפווישן יעדע פון די חמאס פירער גאר גרינג, אבער נישט אלס לוינט עס.
דוק ותשכח.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 9:14 am
דורך אלע צוזאמען
מתבודד האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איין זאך וואס איז זייער מאדנע: אויב מדינות ישראל האט שוין יא גענימען די קוראזש צו דורכפירן א לופט אטאקע אויף איראנע טערעטאריע, פארוואס האבן זיי נישט געצילט איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען?

אפשר האבן זיי טעכניש נישט די מעגליכקייט, מעגליך אז דאס וואלט שוין יא אויפגעפלאקערט א מלחמה, און אפשר איז דאס א שטיקל אנדייטונג אז מדינות ישראל איז נישט געשטאנען אינטער דעם אטאקע.
קען זיין די איראנער ניצען דער זעלבע טאקטיק וואס זייער ברודער אין עזה טוהען, זיי לייגען אוועק די נוקלעארע באמבעס צווישען ציווילע איינוואוינער אז ס'זאל זיין אומעגליך צו פארניכטן פון די לופט...
די נוקס ווערן געווענליך נישט באמבאדירט אן אמעריקעס הסכמה, ע''ע די סירישע באמבאדירונג אין 2007, און מיט די איצטיגע אדמיניסטראציע איז עס א ווייטע מציאות. ס'הייסט מ'קען דאך אין די צייט פייטן גלאבאלע ווארעמונג?!

@קרן זוית, די איראנע נוקס זענען נישט קיין אקסל געפירטע מיסילס וואס קענען באהאלטן ווערן אין א בעקיארד. בפרט, ובעיקר ווען זיי ווייסן קיינמאל נישט צו דער בעה'ב פונעם בעקיארד איז נישט קיין ישראל'ישער אגענט...
'איראק' האבן זיי באמבעדירט אן איינמעלדן 'אמעריקע', 'ביבי' האט זיך שוין פון לאנג רעזעווירט די רעכטן צו אטאקירן די רעאקטאר'ס אין 'איראן' ווען ער פילט פאר וויכטיג, אן די 'אמעריקאנע' הסכמה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:05 am
דורך כלבאשבוע
א פאנאטישער (אמעריקאנער) האט מקיים געווען דעם ״ואת מצבתם תשברון״ און צובראכען א געטשקע פון יאשקע אין א קריסטליכן קלויסטער אינעם אראבישען קווארטאל אין אלט שטאט

די וואטיקאן טענהט אז דאס איז א רעזולטאט פון לעצטיגע נאכאנאנדיגע העסע קעגן קריסטן אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 12:16 pm
דורך [NAMELESS]
אלע צוזאמען האט געשריבן:
מתבודד האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איין זאך וואס איז זייער מאדנע: אויב מדינות ישראל האט שוין יא גענימען די קוראזש צו דורכפירן א לופט אטאקע אויף איראנע טערעטאריע, פארוואס האבן זיי נישט געצילט איראן'ס נוקלעארע איינריכטונגען?

אפשר האבן זיי טעכניש נישט די מעגליכקייט, מעגליך אז דאס וואלט שוין יא אויפגעפלאקערט א מלחמה, און אפשר איז דאס א שטיקל אנדייטונג אז מדינות ישראל איז נישט געשטאנען אינטער דעם אטאקע.
קען זיין די איראנער ניצען דער זעלבע טאקטיק וואס זייער ברודער אין עזה טוהען, זיי לייגען אוועק די נוקלעארע באמבעס צווישען ציווילע איינוואוינער אז ס'זאל זיין אומעגליך צו פארניכטן פון די לופט...
די נוקס ווערן געווענליך נישט באמבאדירט אן אמעריקעס הסכמה, ע''ע די סירישע באמבאדירונג אין 2007, און מיט די איצטיגע אדמיניסטראציע איז עס א ווייטע מציאות. ס'הייסט מ'קען דאך אין די צייט פייטן גלאבאלע ווארעמונג?!

@קרן זוית, די איראנע נוקס זענען נישט קיין אקסל געפירטע מיסילס וואס קענען באהאלטן ווערן אין א בעקיארד. בפרט, ובעיקר ווען זיי ווייסן קיינמאל נישט צו דער בעה'ב פונעם בעקיארד איז נישט קיין ישראל'ישער אגענט...
'איראק' האבן זיי באמבעדירט אן איינמעלדן 'אמעריקע', 'ביבי' האט זיך שוין פון לאנג רעזעווירט די רעכטן צו אטאקירן די רעאקטאר'ס אין 'איראן' ווען ער פילט פאר וויכטיג, אן די 'אמעריקאנע' הסכמה.
די קונץ פון די אטאקע איז געווען אז ס'האט נישט געקאסט קיין נפשות, דאס איז ווארשיינליך אזאך וואס איראן האט נישט די מעגליכקייט צו טוען. אויב ח"ו זיי וועלען אטאקירן ישראל'ישע צילן אריינגערעכנט מענטשליכע פארלוסטן, (היל"ת) דעמאלט'ס וועלען די ישראלים האבן א תירוץ צו באמבארדירן וואו אימער...

ביי די פריעדיגער מלחמות זענען זיי אויך געקומען זיך מגין זיין, נאר נאכדעם וואס די שונא האט אטאקירט. אידן זוכען נישט סתם צו מאכען התגרות באומות. כשמו כן הוא, צבא 'הגנה' לישראל.