בלאט 3 פון 3

Re: לקיים בנו חכמי ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 3:26 pm
דורך סקרו דרייוער
כ'האב הנאה פון די תמימות
למשל ראכמיסטריווקא רבי זז"ג פילט היינט אהן זיין שוהל אלס ממלא מקום פון זיין טאטען אבער פאר צוואנציג יאר צוריק אויב וואלט ראכמיסטריווקא געבויט א שוהל פאר ר' דוד משה וואלט עס נישט געמאכט קיין סענס
והיינו הך....
האפענטליך בויעט מען די שוהל פאר דעם רבין זאל מאריך ימים זיין, אבער פאר זיין ממשיך דרכו איז די אלטע שוהל היינט צוטאגס גענוג גרויס ב"ה, העכסטענס וועט מען צובויען א שטיקעל עקסטענטשאן.
אבער באמת כלל ישראל קוקט ארויס אז די רבי זאל פירען די קהילה אין די נייע שוהל לאורך ימים טובים

Re: לקיים בנו חכמי ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 4:06 pm
דורך וואלווי
סקרו דרייוער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:26 pm אבער פאר זיין ממשיך דרכו איז די אלטע שוהל היינט צוטאגס גענוג גרויס ב"ה, העכסטענס וועט מען צובויען א שטיקעל עקסטענטשאן.
פארוואס עפעס פאר ממשיך דרכו איז די אלטע שוהל גענוג?
עס איז יעצט שוין אן עקזיסטירנדן קהילה וואס דארף די פלאץ פון די נייע בית המדרש, ווילסט זיי סתם אזוי צו קוועטשן און א קליינע שוהל?

מהיכי תיתי אז דער ממשיך וועט נישט דארפן נאך א גרעסע פלאץ, אז א קהילה וואקסט כסדר, אזוי ווי די טבע זאגט פאר, הייבט שוין אן די נייע שוהל קליין ווערען.

ווער זאגט אז סיי ער אדער סיי זיין ממשיך דארפן בכלל ארויסקוועטשן אדער צווינגען דער עולם צו געבן געלט, וואס ס'זאל זיין כאילו א טעקס אויפ'ן ציבור. דער עולם וויל געבן, איז וואס איז שייך בכלל א דעבעיט אין דעם, ווען מ'איז קיינעם נישט מחייב, אנדערש ווי די גרויסע מעגא קהילות און מעגא בתי מדרשים וואס מ'פארלאנגט א פרייז פון ציבור.

Re: לקיים בנו חכמי ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 9:08 pm
דורך שבת אחים
איך אויך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:45 pm האפענטליך איז אונזער שבת אחים זיך שוין דורכגעקומען...

וואס האט עס מיט מיר? איך האב שוין יאהרן גארנישט מיט אים און מיט זיין חסידות קיין נאנטע שייכות…
איך האלט שוין לאנג נישט מיט די נייעס…
איך וואונטש אים א רפואה שלימה מיט די גאנצע הארץ, און איך האף באמת אז ער זאל גענצליך אויסגעהיילט ווערן.

איך וואונטש אים נאר גוטס.

Re: לקיים בנו חכמי ישראל

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2024 7:32 pm
דורך [NAMELESS]
די מצב ביי קאסוב'ער רבי האט זיך גאר שטארק פארערגערט עס צירקולירט שמועות אז עס איז דא מנין

רייסט איין מרן שרגא פייבוש בן מלכה לרפו''ש בקרוב ובניקל

Re: לקיים בנו חכמי ישראל

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 10:14 pm
דורך דאס איז נישט מיך
דאס איז נישט מיך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 22, 2023 7:55 pm לקיים בנו חכמי ישראל
כלל ישראל נקראים להרבות בתפילה ותחנונים לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט''א הזקוק לרחמי שמים מרובים

שמו לתפילה הרה"צ רבי שרגא פייבוש בן מלכה

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
ברוך דיין האמת

ליידער האט כלל ישראל נישט זוכה געווען, ונסתלקה לשמי מרום, בליל שבת קודש
אין עלטער פון 66 יאר

Re: לקיים בנו חכמי ישראל

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2024 10:29 pm
דורך עמרם
אוי וויי
בד''ה