בלאט 3 פון 5
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 9:23 am
דורך קהל'ס נער
בעל אחריות האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך האב געהערט די רעקארדינג און איך האב באקומען מחשבות זרות... "אפשר איז יא דא אזא זאך אז א מענטש קען זעהן אויף איינעם אז ער האט געזינדיגט"?... "איך ווייס אז עס איז מעגליך אז ער דמיונ'ט אבער עס איז אויך מעגליך אז נישט"...
איך קען אויך זעהן אויף איינעמס פנים אויב ער האט געזינדיגט, און פארן ריכטיגן פרייז קען איך ערלעדיגן ביים מלאך וואס איז געשטעלט ביים וואגשאל אז ער זאל "בטעות" ארויפלייגן די עבירות ביי די זייט פון די מצוות, רופט 1800-קעש-4-עבירות
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 10:53 am
דורך יאסל ראקאווער
באמת, ער איז געווען שיכור, ס'איז אמת.
אבער איך בין א ביזנעס מאן, א מענטש עוסק אין עולם הזה אסאך.. ווען איך טרינק זיך אן רעדט איך אויך שטותים, אבער איך וועל קיינמאל נישט זאגן פאר די בעקער אז ער לייגט סם און זיין ברויט אדער צו די טעיקאוט באלעבאס אז ער לייגט טריפענע מעיענעז אין זיין טונא פיש.
דער איד איז געווען שיכור איז וואס איז א ניכטערן אויפן לונג איז א שיכור אויפן צונג. און ער איז באמת געקענסעלט אין מיין מיינד. ווייל ער האט מיר געקענסעלט ערשט.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 7:42 pm
דורך אמאהלגעקעננט
יאסל ראקאווער האט געשריבן:באמת, ער איז געווען שיכור, ס'איז אמת.
אבער איך בין א ביזנעס מאן, א מענטש עוסק אין עולם הזה אסאך.. ווען איך טרינק זיך אן רעדט איך אויך שטותים, אבער איך וועל קיינמאל נישט זאגן פאר די בעקער אז ער לייגט סם און זיין ברויט אדער צו די טעיקאוט באלעבאס אז ער לייגט טריפענע מעיענעז אין זיין טונא פיש.
דער איד איז געווען שיכור איז וואס איז א ניכטערן אויפן לונג איז א שיכור אויפן צונג. און ער איז באמת געקענסעלט אין מיין מיינד. ווייל ער האט מיר געקענסעלט ערשט.
זאגסט נכנס ײן יצא סוד ארױסגעװיזן דעם מהות זײנעם.
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 10:40 pm
דורך אמאהלגעקעננט
שמעקעדיג האט געשריבן:די דברות קודש, ככתבו וכלשונו
עס דערמאננט אין דעם אלטן יקר המציאות ״מתי שוא״
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 3:45 am
דורך הרב שיף
וויאזוי קען א פארטבל מקוה זיין כשר?
אויב עס איז א האט טאב וואס דער צדיק האט ליב, וועמען גייט דאס אן.
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
הרב הצדיק אין עירפארט בשעת שמירת עינים אנקומענדיג היינט קיין אמעריקא
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 7:11 pm
דורך יין שרף
איך בין נייגעריג וויפיל איז ווערט איינעם'ס שמירת עינים אויפן חשבון פון צוויי אנדערע מענטשן..
לshitאתו פארשטייט זיך..
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 7:29 pm
דורך פונדאַמענטאַל
יין שרף האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויפיל איז ווערט איינעם'ס שמירת עינים אויפן חשבון פון צוויי אנדערע מענטשן..
לshitאתו פארשטייט זיך..
פון זיין איבערגעטריבענע השתדלות איז משמע אז ער האט כנראה גרעסערע נסיונות ווי סתם מענטשען. ווארום אויב איז ער ווען א געווענליכע געזונטער מענטש וואלט ער דאך נישט געדארפט האבן אזא פחד פון זעהן humans פון די אנדערע מין. קען זיין אז זיינע גבאים זענען יא געזונטע מענטשען...
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט ווי אזוי ער גייט אריבער קוסטומס זיי אויף וועג ארויס און אריין און וואס טראכטן די סעקיוריטי ווען זיי זעהן א מענטש אין א וועגעלע איבערגעדעקט מיט א טלית?
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 7:43 pm
דורך פונדאַמענטאַל
חיים הלוי האט געשריבן:אינטערסאנט ווי אזוי ער גייט אריבער קוסטומס זיי אויף וועג ארויס און אריין און וואס טראכטן די סעקיוריטי ווען זיי זעהן א מענטש אין א וועגעלע איבערגעדעקט מיט א טלית?
אז ער איז א מת
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 8:21 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
חיים הלוי האט געשריבן:הרב הצדיק אין עירפארט בשעת שמירת עינים אנקומענדיג היינט קיין אמעריקא
כ'קוק אויף דעם בילד און כ'עקל מיך פון שמירת עינים! What a disgrace!
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 8:51 pm
דורך חדשים
ווער פון די היסטאריקער דא ווייסן ווי לאנג עס נעמט די עוועלושען פראסעס פון אזא מאדנע משוגעת ביז עס ווערט א חיוב עפ”י חסידות?
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 9:36 pm
דורך אמאהלגעקעננט
.
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 10:48 pm
דורך תניא בניחותא
יין שרף האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויפיל איז ווערט איינעם'ס שמירת עינים אויפן חשבון פון צוויי אנדערע מענטשן..
לshitאתו פארשטייט זיך..
דערמאנט מיר די מעשה פונעם כעלעמער שמש וואס האט נישט געוואלט אנטרעטן די שיינע שניי, האט ער געברענגט פיר מענטשן וואס זאלן איהם טראגן אויף א טיש...
רבי ר’ זושא האט געזאגט אז אויב מ’זאל איהם אנטראגן זיך טוישן מיט אברהם אבינו וואלט ער עס נישט געטון ווייל דער אייבישטער פארדינט גארנישט דערפון, ס’איז ווייטער דא איין אברהם און איין זושא.
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 11:13 pm
דורך צקון לחש
בעצם ווער זאגט אז ער טוט עס אלץ ערליכקייט, יותר נראה אז ער סטראגלט און ער פרובירט זיך צו גרינגער מאכן, וא"ש הכל בשופי
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:31 am
דורך צומישט און צוחישט
זאל זיך יעדער מתבונן זיין אויף זיין צדיק-רבי-פערזענליכקייט, פון די פריערדיגע דורות, וואס ער קוקט אויף יענעם ארויף אז ער האט געדינט דעם אויבערשטן בכל נפשו ובכל מאודו, כי שאל נא לימים הראשונים, צו מ'האט אמאל געזעהן און געהערט עני ערליכע יוד זיך מתעטף זיין בטלתים בעת'ן רייזן אויפ'ן שיף,פערד און וואגן וכו', אדער צו איז אמאל געווען איינער פון די תלמידי בעש"ט וואס זענען אריינגעקומען צו א טיש און אויסגערופן אז ער קען נישט קוקן דעם עולם אין פנים ווייל זיי זענען פארשמירט מיט חטאות נעורים?? (קבלה בידנו ווער ס'זעהט זאגט נישט -עכ"פ פאר א רבים זיכער נישט -און ווער ס'זאגט איז זעלבסט.....) טראכט'ס אריין וויפיל שחצנות וגאווה ס'ליגט אין אזעלכע דיבורים, כ'מיין ער איז דאך נישט גרעסער פונעם הייליגן מגיד, אדער פונעם בית אהרן פון קארלין, און אויך נישט פון רעק"א, און אויך נישט פונעם חת"ס, און אויך נישט פונעם שואל ומשיב,זיי האבן געקענט קוקן דעם עולם אין פנים, נאר ער ברוב קדושתו קען נישט??
סאמטינג פישי אווער העיר.. גאטטע טשעק הים אויט....
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:18 am
דורך וואלווי
די טלית איז א עפעס א יזכיר לו זאך. לכאורה
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:33 am
דורך Moshe itche
יין שרף האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויפיל איז ווערט איינעם'ס שמירת עינים אויפן חשבון פון צוויי אנדערע מענטשן..
לshitאתו פארשטייט זיך..
די צוויי מענטשן שפירן עס אלס א זכיה צו קענען באדינען דעם צדיק.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:34 am
דורך Moshe itche
Moshe itche האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויפיל איז ווערט איינעם'ס שמירת עינים אויפן חשבון פון צוויי אנדערע מענטשן..
לshitאתו פארשטייט זיך..
די צוויי מענטשן שפירן עס אלס א זכיה צו קענען באדינען דעם צדיק.
און אויב מיינסטו זייער שמירת עינים, איז קודם כל זענען זיי צו ביזי אים צו באדינען, און צווייטנס, זיי זענען זיינע גבאים וואס וואלטן ממילא מיטגעקומען מיט אים.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:35 am
דורך Moshe itche
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויפיל איז ווערט איינעם'ס שמירת עינים אויפן חשבון פון צוויי אנדערע מענטשן..
לshitאתו פארשטייט זיך..
פון זיין איבערגעטריבענע השתדלות איז משמע אז ער האט כנראה גרעסערע נסיונות ווי סתם מענטשען. ווארום אויב איז ער ווען א געווענליכע געזונטער מענטש וואלט ער דאך נישט געדארפט האבן אזא פחד פון זעהן humans פון די אנדערע מין. קען זיין אז זיינע גבאים זענען יא געזונטע מענטשען...
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
כל הגדול מחבירו יצרו גדול ממנו!
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:37 am
דורך Moshe itche
חיים הלוי האט געשריבן:אינטערסאנט ווי אזוי ער גייט אריבער קוסטומס זיי אויף וועג ארויס און אריין און וואס טראכטן די סעקיוריטי ווען זיי זעהן א מענטש אין א וועגעלע איבערגעדעקט מיט א טלית?
עס גייען דורך יעדן טאג די סעקיורעטי הודערטע טויזנטע מאדנע מענטשן, ס'נישט אזא חידוש פאר זיי...
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:41 am
דורך Moshe itche
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:חיים הלוי האט געשריבן:הרב הצדיק אין עירפארט בשעת שמירת עינים אנקומענדיג היינט קיין אמעריקא
כ'קוק אויף דעם בילד און כ'עקל מיך פון שמירת עינים! What a disgrace!
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
וואס איז אזוי עקלדיג? ס'איז נישט קיין פארלאנג אז יעדער זאל אזוי טון, נאר איינער וואס שטייט אויף גאר א הויעכע מדריגה. ער איז זייער אפגעהיטן, נעמט ער עקסטרעמע שריט צו בלייבן אפגעהיטן, וואס איז אזוי שלעכט דערמיט?
דער ליבעראלער גויטע מעג זיך פארבן די האר פינק און זיך איינוויקלען אין א קאלירפולע פאן ווייל אזוי פילט זי גוט, דער חסיד מעג גיין מיט א מאדנע שוואצע היט אויפן גאס ווייל אזוי וויל ער, און ער מעג זיך איינהילן אין א טלית ווייל דאס איז וואס ער וויל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:45 am
דורך Moshe itche
חדשים האט געשריבן:ווער פון די היסטאריקער דא ווייסן ווי לאנג עס נעמט די עוועלושען פראסעס פון אזא מאדנע משוגעת ביז עס ווערט א חיוב עפ”י חסידות?
ס'איז נישט עפעס וואס איז בכדי שיעשו, ווייל יעדער וואס טוט דאס דארף האבן באגלייטערס וואס העלפן ארויס די מצב... און זיי קענען דאך נישט גיין מיט טליתים.
אפשר קען עס ווערן א סטאנדארט ביי די רבי'ס, אבער כ'גלייב נישט אז זיי זיכן דאס. קען זיין אז געוויסע אנדערע משפיעים וועלן עס נאכמאכן. מען האט שוין יא געזען וויזניצע רבי פון קייעמישע און אזוי אויך דער ראכמאסטריווקא רבי פון א"' ווי זיי גייען מאדנע שווארצע גלעזער וואס מען קען נישט אדורכזען אין לופטפעלד.