בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג מאי 28, 2023 11:45 pm
דורך יין שרף
טמיר האט געשריבן:וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?
לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
זייענדיג עוסק מיט IV fluids ערב יום כיפור פאר פרויען, עלטערע אידן, תשושי כח וחולים (שאב"ס), רופט מיר א גויאישע נורס מיט א שווערע שאלה. פארוואס אלע אידן ווילן די IV דוקא אויבן אויפן ארעם אפילו עס איז אסאך מאל שווערער צו טרעפן א גוטע אדער, און בשום אין אופן אויפן האנט, ווי עס איז אסאך גרינגער און מאכט ווייניגער פראבלעמען"
ער פרעגט וואס איז די בושה אז מען גייט פאסטן, און מען נעמט אביסל fluids..?
איך האב עם ארויסגעקעקעצט א תירוץ religion מיט בלא בלא... צו עס נישט מאכן obvious, אבער קשיא במקומו מונח.
Re: שאוער מחשבות
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 12:35 am
דורך צוזאמגעדרייט
וואס איז די מעשה מיטן ישמח משה, געגאנגען אגאנצע וואך מיט שבת'דיגע בגדים. אויב גייט ער דערמיט א גאנצע וואך איז עס שוין נישט ממש שבת'דיג ס'איז וואכענדיג. דאס קען מען נאך גרינג פארענטפערן. וואס איך פארשטיי נישט איז, אלע רבנים (אדער רוב רבנים, איך קוק נישט די בילדער אויסגאבעס) גייען דאך מיט בעקיטשעס דורכאויס די וואך, וואס איז דער גרויסע סורפּרייז מיטן ישמח משה???
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 12:54 am
דורך וואלווי
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן ישמח משה, געגאנגען אגאנצע וואך מיט שבת'דיגע בגדים. אויב גייט ער דערמיט א גאנצע וואך איז עס שוין נישט ממש שבת'דיג ס'איז וואכענדיג. דאס קען מען נאך גרינג פארענטפערן. וואס איך פארשטיי נישט איז, אלע רבנים (אדער רוב רבנים, איך קוק נישט די בילדער אויסגאבעס) גייען דאך מיט בעקיטשעס דורכאויס די וואך, וואס איז דער גרויסע סורפּרייז מיטן ישמח משה???
דער איז גוט. ער נעמט די ישמח משה מיט זיך אין שאוער...
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 3:04 am
דורך יין שרף
וואלווי האט געשריבן:צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיטן ישמח משה, געגאנגען אגאנצע וואך מיט שבת'דיגע בגדים. אויב גייט ער דערמיט א גאנצע וואך איז עס שוין נישט ממש שבת'דיג ס'איז וואכענדיג. דאס קען מען נאך גרינג פארענטפערן. וואס איך פארשטיי נישט איז, אלע רבנים (אדער רוב רבנים, איך קוק נישט די בילדער אויסגאבעס) גייען דאך מיט בעקיטשעס דורכאויס די וואך, וואס איז דער גרויסע סורפּרייז מיטן ישמח משה???
דער איז גוט. ער נעמט די ישמח משה מיט זיך אין שאוער...
בעסער ווי דער וואס נעמט די משפחה...
#נחום
Re: שאוער מחשבות
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 9:40 pm
דורך איך הער..
איך ווייס נישט פינקטליך פון ווי דער מנהג שטאמט, אבער ביי אונז פלעגט מען זיך פירען צי זינגען און שויער אנשטאט טראכטען.
איך האט דאס נאך געזען ביי מיין זיידען וואס פלעגט מאכן עפעס באנימענע קולות און שויער, איז פראביר איך נישט משנה צי זיין, אפילו א טאג וואס איך בין אביסל אפגעמיטשעט פראביר איך כאטשיג פאר אפאר מינוט אריין צי שפרינגען אין שויער און זינגען א זמר'ל צוויי פון דוד פישער אין דערנאך גייט מען זיך לייגען.