אפאזיציע
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
איינער פון די 'גרויסע' טענות אויף טראמפּ וואס מאנכע ווארפן מיר כסדר אין פנים איז
פארשטייסטו טאקע נישט די סכנה פון 'פאפוליזם' און פון אונטערהייצן די מאסן....
איך זעה נישט קיין פראבלעם דא. און אויב שוין יא א פראבלעם. ווער האט אנגעהייצט? האט מען נישט אנגעהייצט א (אפשר האלבע) רעגירונגס מאסן קעגן טראמפּ? קוק דיך אליין אום וועלכער צד איז אנגעהייצט? ווער הייצט אן? טראכט א מינוט... קעגן וועם איז דא מער 'העצע' טראמפּ אדער ביידן??? עפענט די אויגן... קוקט זיך אום.......
פארשטייסטו טאקע נישט די סכנה פון 'פאפוליזם' און פון אונטערהייצן די מאסן....
איך זעה נישט קיין פראבלעם דא. און אויב שוין יא א פראבלעם. ווער האט אנגעהייצט? האט מען נישט אנגעהייצט א (אפשר האלבע) רעגירונגס מאסן קעגן טראמפּ? קוק דיך אליין אום וועלכער צד איז אנגעהייצט? ווער הייצט אן? טראכט א מינוט... קעגן וועם איז דא מער 'העצע' טראמפּ אדער ביידן??? עפענט די אויגן... קוקט זיך אום.......
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
ווער זאגט אז איך האלט אז טראמפּ איז 'די' ישועה? און אויב איז ער נישט די ישועה? דארף מען? איך רעספעקטיר שטארק טראמפּ.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
פאר סיי וועלכע אלטערנאטיוו דארף מען קודם זיין באוואוסטזינוג, זיך פארלייקענען די מציאות ווייל ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיוו איז נישט קיין מהלך.אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:46 am אויב ביסטו שוין יא אנגעליינט און מיואש אויפן פאליטישע מצב וועלכע האלט די גאנצע געמיינדע האסטעדזש פאר זייערע קעשענעס, וואס פונקטליך האט טראמפ יא צו פארקויפן לשיטתך וואס קען אפי' האפן אויפצוטון? וואס איז בכלל שייך צו טון אז טראמפ זאל לכבוד דעם זיין אזא הערא? סתם רעדן טוסטו דאך אויך, האט טראמפ א רעאליסטישע סטראטעגיע אויסצורייניגן וואשינגטאן? האלסטו טאקע אז זיינע אלע שטיצער זענען געווארן אנהענגער פון אים בלויז פאר די אינטעלעקטואלע סיבות וואס דו שטעלסט דא אהער? פארשטייסטו טאקע נישט די סכנה פון פאפוליזם און פון אונטערהייצן די מאסן אן קיין אלטערנאטיוון מהלך צום טיש?
נאכאמאל, איך באצו מיר נישט צו דיינע טענות אליין, ווייל איך קען נישט אריינרעדן דארט וואו איך קען מיר נישט אויס, און לויט ווי דו לייגסט עס אראפ דראמאטיש איז אלעס קארופטירט פון אויבן ביז אראפ, אויף וואס איך זע אפי' נישט קיין קאונטער ארגומענט וואס זאל קענען בייקומען אזא מסקנא-קודם-להנחה.
איך וויל נאר פארשטיין דיין אלטערנאטיוו...
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
איך מיין איך האב נישט קיין פראבלעם צו הערן און ווערן איבערגעצייגט, ווילאנג מ'ברעגט לעגיטימע פאקטן און טענות.
טענות ווי -
עס שטערט מיר אגב נישט צו ליינען די ביכער ווען איך האב עס מיט אביסל איבעריגע צייט. אז דו ווילסט מאכן דיין פוינט קענסטו ברענגען נקודות פון דארט בקיצור..
אבער eitherway מיין איך אז דו באגייסט א קאטעגאריקעל טעות, לאמיר שוין זאגן אז די דיעפ סטעיט, די FBI, די גרויסע קארפאראציעס, און די עליטע אינעם גאווערמענט האבן טאקע אלטימעטע מאכט - וויאזוי איז דאס א פארגלייך צו רוסלאנד וואו אפאזיציעס פאלן ווי פליגן, וואו איין דיקטאטור זיצט אויפן טראן פאר 24 יאר סטרעיט, וואו די עקאנאמיע איז אין דער ערד, וואו מען מ'שלעפט דער ציוויליזאציע אין מלחמה צוליב 'היסטארישע סיבות', וואו דזשורנאליזים אין אינפארמאציע (יא יא אויך אזעלכע ביכער פון וואס דו רעדסט) זענען צענזורירט בגדול, וואו די פשוטע בירגער האט נישט קיין שאנס צו ווערן געהערט, וכו' וכו'? וואס איז דיין פארגלייך דא מיט די טיפזיניגע אנאליז איבער אמעריקע'ס קארופציע?
טענות ווי -
די זאכן זענען לענגערע קאמפליצירטע ענינים וואס מ'קען נישט מסביר זיין אויף איין פיס
טשעקס און בעלענסעס אין אמעריקע עקזיסטירט שוין לאנג נישט
טראמפּ איז טאקע 'בטעות' געווארן פרעזידענט
פאר רוב אמעריקע איז שוין אויס סוד אז די רעפובליקאנער און דעמאקראטן זענען איין פארטיי וואס טיילן זיך מיט די געלט
די רעפובליקאנער פארטיי איז נישט די אפאזיציע
איך בין געווען מיט די זעלבע מיינדסעט ווי דיר. ביז איך האב זיך ערוועקט
קוואליפיצירן נישט צו טוישן מיין מיינונג, סליחה.אפשר זאלט איר ליינען ברייטבארטס ביכל און סנאודן'ס ביכל וועסטו 'אנהייבן' כאפן
עס שטערט מיר אגב נישט צו ליינען די ביכער ווען איך האב עס מיט אביסל איבעריגע צייט. אז דו ווילסט מאכן דיין פוינט קענסטו ברענגען נקודות פון דארט בקיצור..
אבער eitherway מיין איך אז דו באגייסט א קאטעגאריקעל טעות, לאמיר שוין זאגן אז די דיעפ סטעיט, די FBI, די גרויסע קארפאראציעס, און די עליטע אינעם גאווערמענט האבן טאקע אלטימעטע מאכט - וויאזוי איז דאס א פארגלייך צו רוסלאנד וואו אפאזיציעס פאלן ווי פליגן, וואו איין דיקטאטור זיצט אויפן טראן פאר 24 יאר סטרעיט, וואו די עקאנאמיע איז אין דער ערד, וואו מען מ'שלעפט דער ציוויליזאציע אין מלחמה צוליב 'היסטארישע סיבות', וואו דזשורנאליזים אין אינפארמאציע (יא יא אויך אזעלכע ביכער פון וואס דו רעדסט) זענען צענזורירט בגדול, וואו די פשוטע בירגער האט נישט קיין שאנס צו ווערן געהערט, וכו' וכו'? וואס איז דיין פארגלייך דא מיט די טיפזיניגע אנאליז איבער אמעריקע'ס קארופציע?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
אנטשולדיגט. אבער מ'קען נישט קאנווינסעד ווערן פון קורצע ארגומענטן בין און צוריק. און א גאנץ ביכל גיי איך נישט שרייבן דא. און אויב יא זעהט נישט אויס ווי דו וועסט עס ליינען. און בכלל פעלט עס נישט אויס ווייל אלעס איז שוין אפגעשריבן. איך האב גראדע געליינט אסאך ביכער, 'אויף אלע צדדים'. און איך בין אפען צו הערן פרישע סחורה. איר קומט מיר אבער פאר נישט ווי איינער וואס איז פונעם אנדערן צד נאר ווי איינער וואס איז פשוט נישט עדיוקירט. און אויב קען מען נישט ענטפערן אויף גארנישט פשוט ווייל מ'איז 'נישט באקאנט' און אויך וויל מען נישט נעמען די צייט צו ליינען. דאן בלייבט לעבן אין אייער קאמפארט זאנע וואו מ'הערט פון די מערב וועלט פראפאגאנדע טאג איין אין אויס נאך (קורצע) פאפוליסטישע העצע קעגן טראמפּ ומלחמה על ישראל. אלעס פאר ווייטער.
ווייל עס איז דא א אפיציעלע אנדערע פרעזידענט אין אמעריקע יעדע פיר יאר מיינט אז ס'איז נישט די זעלבע וואס פירט עס פאר די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? דו האלטס טאקע אז ביידן זיצט ביים רעדל? און אויב נישט ביידן ווער יא? און יענער וואס יא, וואו איז ער געווען די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? טראכט מיין פריינט, טראכט אביסלע.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: אפאזיציע
אפשר גיבסטו ארויס דו סוד ווער טאקע?קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:00 pm ווייל עס איז דא א אפיציעלע אנדערע פרעזידענט אין אמעריקע יעדע פיר יאר מיינט אז ס'איז נישט די זעלבע וואס פירט עס פאר די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? דו האלטס טאקע אז ביידן זיצט ביים רעדל? און אויב נישט ביידן ווער יא? און יענער וואס יא, וואו איז ער געווען די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? טראכט מיין פריינט, טראכט אביסלע.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
איך ווייס נישט. אבער איין זאך איז זיכער אז ביידן נישט. איז די שאלה ווער יא.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:08 pmאפשר גיבסטו ארויס דו סוד ווער טאקע?קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:00 pm ווייל עס איז דא א אפיציעלע אנדערע פרעזידענט אין אמעריקע יעדע פיר יאר מיינט אז ס'איז נישט די זעלבע וואס פירט עס פאר די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? דו האלטס טאקע אז ביידן זיצט ביים רעדל? און אויב נישט ביידן ווער יא? און יענער וואס יא, וואו איז ער געווען די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? טראכט מיין פריינט, טראכט אביסלע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: אפאזיציע
יעדער פארשטייט (עכ"פ אזוי מיין איך) אז ס'איז נישט קיין פארגלייך אמעריקע מיט רוסלאנד אזוי ווי דו ברענגסט ארויס. די נקודה איז נאר אז אין אמעריקע איז קלאר אויך דא אזא מציאות פון רודפ'ן די "אפאזיציע" אהן קיין שום לעגעטימע סיבה, סתם עם אינטערצודריקן. נעם א ביישפיהל די ארטייל פון די פארגאנגענע וואך אז טראמפ דארף צאלן א האלבע ביליאן דאלער, כאטש וואס ס'איז נישט דא קיין איין וויקטעם, און אלע ביזנעס אייגענטומער זאגן אז דאס וואס ער האט געטוהן איז "סטענדערט פרעקטיס" אין ביזנעס, און יעדער טוט אזוי, און ס'איז נישט דא קיין איין פראצענט טשענס אז מ'וועלט עם געקלאגט ווען נישט ער איז טראמפ. סא ביסט גערעכט אז מ'הארגעט נישט קיין מענטשן, אבער יא מ'קען דיך צונעמען דיין גאנצע געלט סתם ווייל דו ביסט מיין פאליטישע קעגנער.אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:41 am אבער eitherway מיין איך אז דו באגייסט א קאטעגאריקעל טעות, לאמיר שוין זאגן אז די דיעפ סטעיט, די FBI, די גרויסע קארפאראציעס, און די עליטע אינעם גאווערמענט האבן טאקע אלטימעטע מאכט - וויאזוי איז דאס א פארגלייך צו רוסלאנד וואו אפאזיציעס פאלן ווי פליגן, וואו איין דיקטאטור זיצט אויפן טראן פאר 24 יאר סטרעיט, וואו די עקאנאמיע איז אין דער ערד, וואו מען מ'שלעפט דער ציוויליזאציע אין מלחמה צוליב 'היסטארישע סיבות', וואו דזשורנאליזים אין אינפארמאציע (יא יא אויך אזעלכע ביכער פון וואס דו רעדסט) זענען צענזורירט בגדול, וואו די פשוטע בירגער האט נישט קיין שאנס צו ווערן געהערט, וכו' וכו'? וואס איז דיין פארגלייך דא מיט די טיפזיניגע אנאליז איבער אמעריקע'ס קארופציע?
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
די מציאות איז אז אין אמעריקע בליעט נישט אזוי די אפאזיציע. מען אונטערדרוקט עס נאך בכלל אופן שייך. און אז די אפאזיציע ווערט שטערקער ווערן די מעטאדן מער אגרעסיוו און ווילד און אט אט וועט עס זיין אזויווי רוסלאנד איז אנגעבליך. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט וואס ס'גייט פאר אין רוסלאנד היינט צוטאגס אבער אויב איינער ווייסט עפעס פאקטן קען מען ברענגען און מ'קען דן זיין.
בנוגע אריינשלעפן די ציוויליזאציע אין א 'היסטארישע קריג'.... איך קען נישט אויפהערן לאכן. וועלכע נאך לאנד אין די וועלט האט אריינגעשלעפט זייער ציוויליזאציע אין נארישע מלחמות איבער די לעצטע זעכציג יאר אזויווי אמעריקע? קענסט מיר זאגן וואס איז געווען פשט אין די איראק קריג? אפגאניסטאן? אא''וו....
ביכער? אלעס וואס איז מיר נוגע איז דא צובאקומען דארט.
און ניין, איך זעה נישט וואו אמעריקע איז אזויפיל מער א אויפריכטיגע רעגירונג ווי רוסלאנד. אמעריקע איז גאנץ שוואך.
בנוגע אריינשלעפן די ציוויליזאציע אין א 'היסטארישע קריג'.... איך קען נישט אויפהערן לאכן. וועלכע נאך לאנד אין די וועלט האט אריינגעשלעפט זייער ציוויליזאציע אין נארישע מלחמות איבער די לעצטע זעכציג יאר אזויווי אמעריקע? קענסט מיר זאגן וואס איז געווען פשט אין די איראק קריג? אפגאניסטאן? אא''וו....
ביכער? אלעס וואס איז מיר נוגע איז דא צובאקומען דארט.
און ניין, איך זעה נישט וואו אמעריקע איז אזויפיל מער א אויפריכטיגע רעגירונג ווי רוסלאנד. אמעריקע איז גאנץ שוואך.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
אויב קען מען נישט ווערן קאנווינסד, וואס איז דיין פוינט דא? סתם צו שרייען אז איך האלט נישט ביים ליינען איבערצייגענדע ביכלעך?קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:00 pm אנטשולדיגט. אבער מ'קען נישט קאנווינסעד ווערן פון קורצע ארגומענטן בין און צוריק. און א גאנץ ביכל גיי איך נישט שרייבן דא. און אויב יא זעהט נישט אויס ווי דו וועסט עס ליינען. און בכלל פעלט עס נישט אויס ווייל אלעס איז שוין אפגעשריבן. איך האב גראדע געליינט אסאך ביכער, 'אויף אלע צדדים'. און איך בין אפען צו הערן פרישע סחורה. איר קומט מיר אבער פאר נישט ווי איינער וואס איז פונעם אנדערן צד נאר ווי איינער וואס איז פשוט נישט עדיוקירט. און אויב קען מען נישט ענטפערן אויף גארנישט פשוט ווייל מ'איז 'נישט באקאנט' און אויך וויל מען נישט נעמען די צייט צו ליינען. דאן בלייבט לעבן אין אייער קאמפארט זאנע וואו מ'הערט פון די מערב וועלט פראפאגאנדע טאג איין אין אויס נאך (קורצע) פאפוליסטישע העצע קעגן טראמפּ ומלחמה על ישראל. אלעס פאר ווייטער.
איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו ליינען דיינע רעקאמענדאציעס (איך ווייס נישט וואו דו האסט געזען אז יא נאך וואס איך האב עס שוין פריער קלאר געשטעלט), ניטאמאל האלט איך מיר פאר א פאליטישע עקספערט - זיכער נישט איבער אמעריקאנע פאליטיק. איך האב בס"ה אנגעהויבן מיטן אפלאכן פון די וועלכע שטעלן צו אמעריקע מיט רוסלאנד, איך האב מיר בעיקר באצויגן צו די טויט פון -נאך איין- רוסישע אפאזיציע, און איך האב פראבירט מסביר צו זיין פארוואס טראמפ איז סיי בכלל נישט דומה צו נאוואלני אין וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו אים, און סיי דאס אז זיין כאראקטער - נישט דוקא פאליטיק - איז וואס ברענגט בייז בלוט.
דו האסט אנגעהויבן אריינגיין אין אמעריקע'ס טיפע קארופציע פרשות - איבער וועלכע איך לייקן נישט בהחלט - האסט אוועקגעשטעלט אז ביי דיר איז עס ממש ווי רוסלאנד, און ווען איך פרעג דיר פאר הסברים ענטפערסטו עס איז א לאנגע בוך און דו קענסט נישט ענטפערן דא. איז נישט!
ווייל עס איז דא א אפיציעלע אנדערע פרעזידענט אין אמעריקע יעדע פיר יאר מיינט אז ס'איז נישט די זעלבע וואס פירט עס פאר די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? דו האלטס טאקע אז ביידן זיצט ביים רעדל? און אויב נישט ביידן ווער יא? און יענער וואס יא, וואו איז ער געווען די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? טראכט מיין פריינט, טראכט אביסלע.
קודם פארוואס זאל ביידן (מיט זיין קאבינעט פארשטייט זיך) נישט קענען זיצן ביים רעדל? וויאזוי ביסטו אזוי זיכער? איידער מ'קען בויען מסקנות מוזן די הנחות זיין פעסטגעשטעלט!איך ווייס נישט. אבער איין זאך איז זיכער אז ביידן נישט. איז די שאלה ווער יא.
צווייטנס, מיט מיין פארשטאנד אין פאליטיק בכלל בין איך גראדע מסכים אז די פרעזידענט איז בדרך כלל (לאו דוקא ביידן..) נישט צופיל מער ווי די מאניטאר פונעם קאמפיוטער, עס זענען טאקע דא א גאנצע סיסטעם פון אונטער דעם. פונקטליך וויאזוי דאס ארבייט ווייס איך נישט, אבער איך גלייב אז אסאך מענטשן אין פאליטיק ווייסן מער ווייניגער.. איך קען שפעקולירן אז אבאמא האט כהיום א גרויסע ווארט דארט און לכאו' די קלינטאנ'ס ודעימם אויך. אבער למאי נ"מ? וואס גייט עס מיר אן? עס קען זיין א שיינע דיסקוסיע לגבי וואס עס באדייט פאר 'דעמאקראטיע' בכלל אויב עס איז נישט ממש די ערוויילטע וועלכע מאכן די החלטות א.א.וו. אבער ווי ווייט איך פארשטיי איז יעדער געלערענטע מענטש גענוג באוואוסטזיניג אז אנדערש קען א סיסטעם ממילא נישט פונקציאנירן, אבאמא אין זיינע ערשטע יארן איז אויך געווען אנגעוואנדן דערין א.א.וו. ובכלל וועלט מען קיינמאל נישט אריין קיין קאבינעט און אין דעם הינזיכט איז פשוט אוממעגליך צו האבן א פולע דעמאקראטיע וואו יעדע החלטה און יעדער מחליט גייט אדורך די וואלן פראצעדור, און יעדער איינער הייבט אן די רעדל פון פריש. עס ארבייט נישט אזוי! (פאר א סיבה זענען בכלל דא רעפרעזענטאטן און מ'שטעלט נישט יעדע החלטה פאר א פובליק רעפערענדום..).
נאכאמאל, איך קען מיר נישט פונקטליך אויס, און איך זאג נישט אז אונטער פארמאכטע טירן קומען נישט פאר קיין אומגעוואונטשענע זאכן אדער אפי' קארופציע אויף א פארנעם. מיט דעם אלעם איז עס הימל און ערד ביז א דיקטאטורישן מאכט וועלכע ליגט ביי איין איינציג מענטש אן קיין שום אפאזיציעס. אויך די עצם זאך אז עס זענען דא גענוג מענטשן וועלכע שטרעבן אנצוקומען צו אזעלכע פאזיציעס און זענען גרייט אוועקצולייגן אמטירענדע אין די פאזיציעס, בנוסף די אפטיילונג פון די דריי ברענטשעס וועלכע בלייבט (לדעתי) בכל אופן צוטיילט, איז א מעלה כלפי טשעקס און בעלענסעס (הגם נישט וואס וואלט זיך אפשר געוואונטשן אין א פערפעקט וועלט..).
מתתיהו האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:31 pm
יעדער פארשטייט (עכ"פ אזוי מיין איך) אז ס'איז נישט קיין פארגלייך אמעריקע מיט רוסלאנד אזוי ווי דו ברענגסט ארויס. די נקודה איז נאר אז אין אמעריקע איז קלאר אויך דא אזא מציאות פון רודפ'ן די "אפאזיציע" אהן קיין שום לעגעטימע סיבה, סתם עם אינטערצודריקן. נעם א ביישפיהל די ארטייל פון די פארגאנגענע וואך אז טראמפ דארף צאלן א האלבע ביליאן דאלער, כאטש וואס ס'איז נישט דא קיין איין וויקטעם, און אלע ביזנעס אייגענטומער זאגן אז דאס וואס ער האט געטוהן איז "סטענדערט פרעקטיס" אין ביזנעס, און יעדער טוט אזוי, און ס'איז נישט דא קיין איין פראצענט טשענס אז מ'וועלט עם געקלאגט ווען נישט ער איז טראמפ. סא ביסט גערעכט אז מ'הארגעט נישט קיין מענטשן, אבער יא מ'קען דיך צונעמען דיין גאנצע געלט סתם ווייל דו ביסט מיין פאליטישע קעגנער.
ווי איך האב פריער ארויסגעברענגט, טראמפ ווערט לדעתי נישט גע'רודפ'ט פארן זיין 'א פאליטישע קעגנער', ער ווערט גע'רודפ'ט פארן זיין אנטי סיסטעם און פארן זיך אויפפירן נישט 'נארמאל'! ער האט דאס ליב, פון דעם לעבט ער!
איך בארעכטיג נישט יעדע טענה אדער ארטייל כנגדו, איך ברענג נאר ארויס אז ווען מ'שרייט אז אמעריקע איז קארופטירט לכבוד דעם אדער אז עס גייט גאר אונטער איז סתם געהאקט אין קאפ!
טראמפ האט שוין גענוג געהאט צוטון מיטן לעגאלע סיסטעם איידערן בכלל חלומ'ן פון אפיס, און אפי' ביים אנפאנג לויפן האט מען גלייך געזען די רעטאריק פון דעמאקראטן אז עס האט ווייניג צוטון מיט טראמפ'ס פאליטיק, נאר ענדערש מיט זיין כאראקטער און התנהגות וועלכע איז זייער פראוואקאטיוו און עגאיסטיש כידוע.
האלט איינער טאקע אז ליציאה ניקי העילי -אדער סיי וועלכע אנדערע קאנדידאט- געווינט די רעפובליקאנער טיקעט גייט זי אויסשטיין האלב פון וואס טראמפ שטייט אויס? טראכט עס איבער צו עס איז טאקע נאר פאליטיק דא at stake...
אפאזיציעס און אמטירענדע פארטייען האבן אייביג עליות און ירידות דורכאויס היסטאריע, עס נעמט אזא צוואנציג דרייסיג יאר פארן סיסטעם צו מאכן פול צורקיל, דאס אז כעת זענען דעמאקראטן שטערקער איז נישט עק וועלט און זיכער נישט די עק פון דעמאקראטיע (צוטיילן א לאנד האט יא די פאטענציאל...). טעכנאלאגיע לויפט טאקע אויף סאך א שנעלערן טעמפא היינט, עס מיינט אבער נישט אז פאליטיק קען נאכלויפן די ספיד.קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:48 pm די מציאות איז אז אין אמעריקע בליעט נישט אזוי די אפאזיציע. מען אונטערדרוקט עס נאך בכלל אופן שייך. און אז די אפאזיציע ווערט שטערקער ווערן די מעטאדן מער אגרעסיוו און ווילד און אט אט וועט עס זיין אזויווי רוסלאנד איז אנגעבליך. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט וואס ס'גייט פאר אין רוסלאנד היינט צוטאגס אבער אויב איינער ווייסט עפעס פאקטן קען מען ברענגען און מ'קען דן זיין.
איך האב נישט געמיינט 'היסטארישן קריג' אין דעם סענס. איך האב געמיינט זיין הסבר (צו טאקער) איבערן קריג אז עס איז דזשאסטיפייד לויט זיין ווערסיע און אויסקוק פון די רוסישע 'היסטאריע'..בנוגע אריינשלעפן די ציוויליזאציע אין א 'היסטארישע קריג'.... איך קען נישט אויפהערן לאכן. וועלכע נאך לאנד אין די וועלט האט אריינגעשלעפט זייער ציוויליזאציע אין נארישע מלחמות איבער די לעצטע זעכציג יאר אזויווי אמעריקע? קענסט מיר זאגן וואס איז געווען פשט אין די איראק קריג? אפגאניסטאן? אא''וו....
זע איך יעצט אז בען שפירא איז מסכים צו מיר לגבי די חילוק צווישן רוסלאנד און אמעריקע. (דאס איז נאכן אראפרייסן די אמעריקאנע - עליטע סיסטעם וועלכע קארופטירט די לאנד..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
בען שאפירא איז ביי מיר נישט קיין מאן דאמר בכלל. יעדעס מאל איך דארף זיך נאכאמאל דערמאנען זוך איך ווידער אפיר זיין ארטיקל Why I would never vote for Trump. ס'איז א גוטע דערמאנונג.
זאגסטו אז מיט ניקי העילי וואלטן זיי נישט געמאכט וואס זיי מאכן מיט טראמפּ. דאס וויסן מיר דאך. זי איז דאך אויף זייער זייט.
זאגסטו אז מיט ניקי העילי וואלטן זיי נישט געמאכט וואס זיי מאכן מיט טראמפּ. דאס וויסן מיר דאך. זי איז דאך אויף זייער זייט.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: אפאזיציע
זייער גוט געשריבן!אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:28 am ועל כולם, קיינער האט נישט קיין טענות אויף רוסלאנד פארן איינזעצן קרימינאלן אדער אפי' פאליטישע קעגנער וועמען זייער געריכט טרעפט אומגעזעצליך. עס איז די טויט פון איין אפאזיציע נאכן צווייטן, און פון יעדע שטומע אנקעגן די לאנג-טערמיניגע רעגירונג וואס ווערט אפגעשטעלט מיט די מערסט ברוטאלע מיטלען - דאס איז וואס א רעכט-דענקיגער זאל פארשרייען.
איינמאל אונז ווייסן מיר וויאזוי פוטין פירט זיך אויף מיט זיינע פאליטישע שונאים, דעמאלטס איז אפי' א פשוט-אויסזעהענדע ארעסט (ווי נאוואלני) אויך ברור כשמש אז ס'קומט פון זיין פאליטישע מאכט אקעגן עם, און נישט ווייל נאוואלני האט עובר געווען אויפן חוק.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך